מנהגי קדיש בקהילות הקודש
עס הערשל ביי מיר א שטיקל צעמישעניש, וויפל קדישים זאגט מען א תפילה, ווארום זאגן נישט מאנכע די קדיש דרבנן,
וואס איז די מעשה מיט קדיש פאר כגוונא.
מען בעט די יודעי עיתים זאלן אריינקומען קלאר מיט די הלכות ומנהגים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
sheetrock האט געשריבן: קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
איש חמודות האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן: קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
די גרעסטע קדיש? פון וואנעט נעמסטו דאס?
כפי ידיעתי איז די גרעסטע קדיש, קדיש נאך תהלים.
בן בוזי האט געשריבן: דאס אז די קדיש נאך תהלים איז די גרעסטע שטייט אין מטה אפרים.
sheetrock האט געשריבן: קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
בן בוזי האט געשריבן: ס'איז זייער א קאמפליצירטע נושא.
באמת זענען אפיציעל דא נאר צוויי קדישי יתום. די קדיש נאכן יום און די קדיש נאך עלינו.
די אלע אנדערע קדישים באלאנגט לכאורה נישט פארן יתום נאר מ'האט עס איהם אהין געגעבן ונהרא ונהרא ופשטיה. ס'געווען פארשידענע מקומות ווי מען האט אפילו מקפיד געווען אז געוואוסע קדישים זאלן די יתומים נישט זאגן.
דאס אז די קדיש נאך תהלים איז די גרעסטע שטייט אין מטה אפרים. די טעם איז לכאורה ווייל אין אומרים קדיש בלא תהלה שלפניו און נאך תהלים איז עס ממש אין פלאץ.
אבער אויך די קדיש פון כגוונא האבן צדיקים געזאגט אז דאס איז גאר הויך. אבער כנ"ל איז א ספק צו דאס אלעס האט מיטן יתום א שייכות.
בן בוזי האט געשריבן: פונעם סאדיגערער רבי שליט"א'ס אמרי קודש, בנוגע הקדיש שלאחר קידוש לבנה - אגב זאגט מען ביי זיי דאן א קדיש דרבנן
וכן ראיתי במנהגי זידיטשוב אז די קדישים נאך ספירת העומר, נאך חמש מגילות, תהלים הושענא רבה וכדומה האבן די יתומים נישט געזאגט.
sheetrock האט געשריבן: קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
א פערטער האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן: קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
וכן המהג בקאמארנא-זידיטשויב
בעל מדרגה האט געשריבן: אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו
קיקיון האט געשריבן: אין בה"מ .-.- בנשיאת הרה"צ ר' ---- לייפער זאגט מען שיר המעלות אין קדיש פאר מעריב מוצש"ק
איז דאס דער מנהג ביי אלע נאדבורנער?
קיקיון האט געשריבן: אין בה"מ .-.- בנשיאת הרה"צ ר' ---- לייפערזאגט מען שיר המעלות אין קדיש פאר מעריב מוצש"ק
איז דאס דער מנהג ביי אלע נאדבורנער?
איש חמודות האט געשריבן:בעל מדרגה האט געשריבן: אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו
ביי עלינו? דו מיינסט זיכער קדיש דרבנן נאך פיטום הקטורת, ווייל נאך עלינו זאגט קיינמאל נישט דער בעל תפלה, נאר טאמער ער איז א יתום
און אויך ביים יום און קדיש דרבנן זאגט עס דער בעל תפלה נאר אויב ס'איז נישטא קיין חיוב.
בן בוזי האט געשריבן: פונעם סאדיגערער רבי שליט"א'ס אמרי קודש, בנוגע הקדיש שלאחר קידוש לבנה - אגב זאגט מען ביי זיי דאן א קדיש דרבנן
בעל מדרגה האט געשריבן: אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו, די מנהג קומט פון צאנז, די צאנז’ע רב האט מקפיד געווען אז מען זאל זאגן 4 קדישים נאך שמו"ע. יעצט וואס איז מיט ראש חודש, חול המועד? איז אזוי, די עולם זאגט יא קדיש, פארוואס? ווייל זיי ווייסן אז אין סאטמאר זאגט די בע"ת די קדישים, אבער לכאורה איז עס א גרויסע טעות, ווייל ר"ח און חוה"מ זאגט מען במילא 4 קדישים נאך שמו"ע אויב אזוי האט עס נישט קיין שום פשט.
ודי בזה
farshlufen האט געשריבן: מ'זאגט קדיש הערשט נאך כגוונא?