בנ"ו מקו"ה טהר"ה (כמספר אוראייניק"ל עם האותיות).
ליידער האב איך נישט געקענט זיין אקטיוו אין די שעות נאכ'ן נעכטיגן כינוס, מחמת טירדות שונות (כ'ווינטש ר' מחר'ן אזעלכע טרדות..).. וועל איך מוזן מקיים זיין דעם "מחר אני בא".. און ארויסשטעלן מיינע פאר ווערטער לאור המצב..
בעצם האלט איך אינמיטן גרייטן א לענגערע דרשה. אבער הזמן קצר.. וועל איך אנהייבן מיט אפאר ווערטער..
שטייט פון הרה"ק ר' דוד'ל לעלובער זי"ע די ענין פון טהרת המקוה.. מ'גייט אראפ און אראפ ביז אונטן.. און דארט גיבט מען זיך נאר א בייג.. דאאס איז מטהר..
ליידער ידידנו ר' מחר.. זיינע האפענונגען צו זוכה זיין צו זש"ק עפי"ד הטבע זענען געגאנגען אראפ און אראפ.. און ליידער באקומען די לעצטע בייג.. אבער דא קומט די טהרה!
מ'גיימיר אלע אוועקרייסן פון זיך און בויען א מקוה לזכותו.. און פונקט ווי א מקוה מי גשמים שטעלט זיך צוזאם פון א טראפ מיט נאך א טראפ.. אין פרוטה לפרוטה מצטרפת לחשבון גדול!
(מ'קען אבער מאכן גשמי ברכה אויך...)
ב"ה כ'דריי מיר שוין מער ווי צוויי יאר אויפ'ן עולם הזה.. און מ'איז מקיים דעם ,עשיתי ככל אשר צויתני' ווי רש"י זאגט "שמחתי ושימחתי בו" מ'האט הנאה און מ'איז מהנה אנדערע.. אבער יעצט איז די צייט פון "השקיפה ממעון ק דשך מ ן ה שמים ו ברך.. ווי חז"ל זאגן "וברך את עמך ישראל.. בבנים ובנות".. ובזכות המקוה וועלן מיר זוכה און מזכה זיין לידידנו בנים ובנות אמן ואמן!!
מיין פעידזש
https://www.charidy.com/cmp/ivelt/AA