טרערן אויפן וויליאמסבורג בריזש
מפארט!! די פעטער מאכט חתונה אין מאנראו און מדארף אוואדע גיין, און ווען מרעדט פון דריי פיר ברודערס/ שוואגערס וואס אלע לערנען נאך און כולל איז פארן צו א קאזינס חתונה א גאנצע געשעפט שוין צוויי טעג איז מען ביזי ווי מגייט רענטן א קאר ווער גייט דרייוון, פון צופרי איז מען ביזי אויף די פעמעלי טעקסט גראפ וויפעל אזייגער מפארט ארויס אנצוקימען פינקט צו די האט פאאד.. ענדליך מזיצט שוין אין קאר די עלטסטע שוואגער נעמט די רעדל און היידע... וועלכע וועג נעמט מען?? אויף הויכע טענער טענעט מען זיך ארום צי די וויליאמסבורג בריזש און זיך שפארן געלט צו די בי קוואי אי און זיך שפארן צייט מהאט געמאכט וואלן און די בריזש האט שטייטצעך געווינען (מרעדט דאך פון כולל ינגעלייט...) די קליינע בחורל וואס זיצט אין בעק שלעפט ארויס א קליינע סענסע "א האלבע נאכמיטאג האב איך פארברענגט אין ביהכ"ס צו קענען לאדען מאטי אילאוויטשעס נייע סידי תשע"ח זאגט ער מצינדט עס אן און מאטיס זיסע שטימע לאזט זיך הערן "והאיש משה עניו מאויד דער עמוד..... מעחייע מפארט ארויף אויפן בריזש און מהאלט שוין ביים צווייטען ניגון די עולם ווערט מער ערנסט ווען מהערט די מעשה פונעם משולח און טאשען רבין זצ"ל סאיז שטיל אין קאר אין מאטיס קולעכעל הילכעט אפ "א מאמע זי וויינט ביי אירע לעכט, באשעפער געניג נשמות די האסט, די טיילסט פאר יעדעם פרעגט זי מיט רעכט, פארוואס האסטו אינז אויסגעלאזט??" אופס!! א געדיכטע שטילקייט לאזט זיך אראפ און קאר ספילט זיך ווי ביי די צווייטע האלב וואך פונעם ניינטען מכה .. קיינער קוקט נישט אויף אינזער בעל העגלה די עלטסטע שוואגער, שוין איבער א האנט פילע יארן און אין שטוב איז נאך ליידער ליידיג די קאר וואקלט זיך אביסעל די אויגן פונעם דרייווער זענען נישט יעצט אומשטאנד צו טוישן לעין פינקט ווערט איינער זייער נייגעריג ווער סהאט פראדעצרירט די סידי און א אנדערער וויל וויסן פינקטלעך וויפעל אזייגער מקומט אהן... אה מאטי האט שוין ב"ה געטוישט טעמע יעדער אטעמט אפ..
רבותי דאס איז א מעשה שהיה און איך וויל אייך זאגן א בשורה טובה אז הדרייווער דינן מיטן חסדים פונעם באשעפער האלזט שוין היינט ארום זיין אייגען קינד ב"ה! "דאס קינד איז געבוירן ווייניגער פון א יאר נאך וואס די חברים האבן זיך צוזאמגענימען צו בויען טהרה לזכותו"!! לא איש פעידזש אנכי איך בין נישט דא צו קאמפיינען פאר מיין גאעל איך האב נישט קיין גאעל נאר פאר איר גייט אריינווארפען אייער נדבה און די אויסוואל פאר וועם צו געבן איז גרויס... פון וויכי ביז פופצי פון טשאדי ביז סאדי און יעדעם אינמיטן כל אחד בניק הטוב יבורך טראכטס אריין א מינוט די צער וואס די ידען גייען אדורך יעדן איינציגען טאג און ווארפטס אריין אייער הויעכהארציגע נתינה און עקסטער זאגטס א קאפיטעל תהילים פאר אלע חשיכי בנים זאלן אויפגעראכטן ווערן מיט זש"ק בקרוב ובניקל אמן!

When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness