נוצליכע פונקציעס וואס קענען געטון ווערן דורך א בעיסיק פאון
ס'קען זיין אז די זאכן זענען בכלל נישט קיין נייעס פאר רוב עולם, אבער כ'מיין ס'דא מענטשן וואס וועלן קענען האבן עפעס ניצן דערפון.
איך בעהט די עולם אז ווער ס'ווייסט פון נאך אזעלכע זאכן, כ'רעד נישט פון קול מבשר וכדומה, נאר פון זאכן וואס קענען ארויסהעלפן אין די טאג טעגליכע לעבן, זאל עס ביטע מודיע זיין דא, ולמצוה יחשב.
אימעיל:ס'דא צוויי קאמפאניעס וואס שיקן אימעיל דורכ'ן טעלעפאון 1)רימעיל, א היימישע קאמפאני וואס איך מיין אז נאר ווער עס איז שוין איינגעשריבן איז געבליבן אויף די סיסטעם אבער מ'קען זיך נישט פון פריש איינשרייבן, זיי בעטן מיינעך $10 א חודש פאר אלע פיטשערס. (פאון נומער 212-221-6245) 2)ווירטואל מעיל וואס איז א ארץ ישראל'דיגע קאמפאני, זיי בעהטן $2 א חודש נאר צו באקומען אימעילס, און $3.50 צו שיקן און באקומען, איך בין איינגעשריבן ביי זיי און ס'ארבעט זייער פיין. עטעטשמענטס קענען זיי שיקן דורך פעקס, (אמעריקאנע פאון נאמבער 718-564-6459)
דירעקציעס:מ'קען באקימען דירעקציעס אויף טעקסט דורכ'ן טעקסטן פון ווי צו ווי מ'וויל גיין צו 732-994-6947. לעצטנס האבן זיי אנגעהויבן בעטן אפאר סענט פער סורטש, אבער זיי האבן א געוואלדיגע מעלה אז זיי נעמען טרעפיק אין חשבון, און זייער ETA איז אויך מיט טרעפיק אריינגערעכנט.
לוח:פלוני קאלאנדער איז א ווירטואלע לוח ווי מ'קען הערן טעגליך די זמנים, וועטער, רימיינדערס, און נאך נוצליכע פיטשערס. די פראבלעם איז, אז לעצטנס סטראשענען זיי אז אויב מ'וועט זיי נישט ספאנסערן וועלן זיי פארשפארן. (פאון נאמבער 929-242-4212)
טרעקינג:אלע דריי גרויסע, קענען שיקן טרעקינג איפארמאציע דורך טעקסט, UPS און FEDEX האבן אבער א מעלה אז מ'קען זיך איינשרייבן אויף זייער וועבזייטל צו באקומען אויטאמאטיש טרעקינג אויף אלע פעקלעך וואס פארן צו דיין אדרעסס אפי' דו האסט נישט געוויסט דערפון. מ'קען אבער סיי ווען שיקן א טרעקינג נומבער צו די פאלגענדע אדרעסן אין מ'באקומט צוריק די לעצטע אינפארמאציע עוועילעבל, USPS-28777. FEDEX-48773. UPS-69877 אויב מ'לייגט צו AA נאך די USPS טרעקינג נומער באקומט מען אויך פריערדיגע און ווייטערדיגע מעלדונגען איבער דעם פעקל.
באנקינג:יעדער וואס האט א טשעיס אקאונט קען באקומען טעקסט מעסעדשעס פון יעדע אקאונט וואס ער וועלט אויס צו באקומען, למשל, יעדע טשארדש, טרענספער, אוווערדרעפט, וכדו'. אויך איז דא געוויסע קאמענדס וואס מ'קען שיקן, און מ'באקומט צוריק איפארמאציע, למשל, די לעצטע צוואנציג טראנזאקציעס, באלאנס, וכד'. מ'קען זיך נאר איינשרייבן פאר דעם אנליין אדער אין באנק.
נייעס:דאס ווייסט לכאורה יעדער אז זייט טוויטער האט אפגעשטעלט טעקסט איז דא אפאר היימישע נייעס אקאונטס וואס שיקן נייעס דורך טעקסט. מ'קען טרעפן מער אינפא און אנדערע אשכולות, איך ווייס נאר דערווייל פון כל העולם, וואס איז נייעס, ישיבה ווארלד, יוד-אינפא.
פאון בוק:ס'איז נישט לאנג צוריק געווען אדווערטייזד א ניי זאך ס'הייסט 'ביזנעס אפערעיטער', מ'שיקט א נאמען פון סיי וועלכע ביזנעס און זיי שיקן צוריק די פאון נאמבער, אדרעס, מיט די שעות אוו אפעראציע. ס'איז מיך שוין צוניצגעקומען אפאר מאל די לעצטע פאר וואכן און הלוואי לייגט ער צו אויך פריוואטע נעמען און פאון נאמבערס, דערווייל מיין איך איז עס נאר אין וויליאמסבורג און נאך איין שטאט איך ווייס נישט וועלכע. (פאון נאמבער 866-718-0399)
דאס איז פאר יעצט, כ'האף בעז"ה צוצולייגן נאך אפאר זאכן, און מ'בעהט די עולם זאל זיך משתתף זיין.