ס'איז זומער אויף דער וועלט - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #9
ס'איז זומער אויף דער וועלט
ס'בראט
אין שטאט
כ'וויל אנטלויפן גראד
גיין אין קאנטרי אנשטאט
שווייס
ס'איז הייס
וועטער נאט נייס
איך דארף קאלטע ice
שווימען
איז אנגענומען
ווער וויל קומען
איך האב שוין מזומן
מחיה
דאנק הוי"ה
מענטש א נייע
ס'לערנט זיך אנדערש אביי
שפאציר
מיט איר
אן א שיעור
געשמאקע לופט ווי אייר
בליצן
זיך באשיצן
נישט קיין וויצן
פון אונטערן בוים אפפיצן
רעגן
כ'בין דערקעגן
נאס אלע וועגן
דיקע בלאטע קומט אנטקעגן
קינדער
לעבן אצינדער
וואונדער איבער וואונדער
טאנצן ווי די רינדער
פלאנצן
וואס טאנצן
קאלירפולע פרוכט גלאנצן
פיינע געשמאקע ווי מאראנצן
גריל
א טשיל
רואיג און שטיל
בלייבן דא איך וויל
איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".