אומ-באשרייבליך - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #13
גיי פאפיר
גיי.
בלייב ווייס. בלאס.
טוסט מיר וויי
זייער וויי
ביסט אין כעס?
מאכסט סתם שפאס?
דו אויך, טינט
שווארץ. בלינד
פארעיפוש׳ט. אלט
פארגליווערט. קאלט
טריפסט זאלץ
אויף אפענע וואונד
מיינע טרוימען
בלעזלעך. שוימען
דער ענדלאזע אלעס
פון רייך צו דלות
טוסטו,
פארצוימען
אין דיינע זוימען
רעגנבויגן רייך
הערן. שפירן
אסאך.
צו וואלקענעס גרוי
ארימע טוי
מאכן פלאך
טוסטו, ׳שפראך׳
פאנאראמעס געמאלן
פעלזן. טאלן
א רגש געפילדער
פון שענסטע בילדער
פארשוועמט
אין כוואליעס ברויזנד
פון ווערטער טויזנט
אדרבה. פרוביר.
אינפארמיר
וואס קאלירן
טוט פרעזענטירן.
טראץ אויף דיר
שטייט ׳קאליר׳
מיין אויג זעהט
צומאלענע ברעט
כ׳האב די שורות
זעה און שפיר עס
ריין. קריסטאל
בילדער קלארע
אבער הסברה
פעלט. דערווייל
מיינע סטרונעס
געדאנקען שינעס
טינט׳יגע פלעקן
קען שרייבן און דעקן
אבער,
די שענסטע קינות
האט. פארט
עקן
א שוימיגע טייך
נאס. רייך
צום זאך
באשריבן
מדבר. טרוקן
זאמד׳יג, צום שטיקן
אךךך. דאך
געבליבן
מחשבה אקעאנען
הארץ וואולקאנען
תהומות. חלומות.
פאנטאזן אין סוף׳יגע
צי קען דען
בליי
אליין פארשטיין
צו זיי?
איך וויל זוכן
אין ווערטער-בוך
נישטא.
נישטא די פראזן
צי באווייזן
אריינצוקריכן
אין מיינע
שיך
פארוואס
אנהייבן. שרייבן
בכלל,
ווען דאס, פלוס
איז א
אומ-אויפהערליך
קוואל
באגריפן פרייע
זכרונות. דמיונות.
אין מעמוארן
מיט שווארצע לאטעס
אין א רייע
אונטער אותיות גראטעס
פארשפארן?
אומ-באשרייבליך
א ווארט
באנוצט
ווען דארט
איר פאראדאקס
זי אליין
באזיצט
אוי.
איך שרייב?
אומגלויבליך.
נו, פרוביר
קאלטע פאפיר
כאטש פארבלייב
זאמלען,
שטויבלעך
איך וועל,
דיר ליינען
נישט יעצט
יארן פון יעצט
און וויינען
באוויינען אז,
דו פארשטייסט
און ווייסט
נישט וואס דו רעדסט!
איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
בלאג - מיינע ארכיוון