בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
3
2%
זייער גוט
4
3%
אויסערגעווענליך
25
20%
נישט נוגע
1
1%
גוט
3
2%
זייער גוט
5
4%
אויסערגעווענליך
16
13%
נישט נוגע
8
6%
גוט
2
2%
זייער גוט
6
5%
אויסערגעווענליך
23
18%
גוט
2
2%
זייער גוט
6
5%
אויסערגעווענליך
23
18%
סך הכל שטימען: 127

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

בילד

בין קודש לחול

קום אהער טייער פריינד, מיין
האסט דאך ליב טאלאנט, ניין?
זעה עפעס אינטרעסאנט, שיין:

די זעלבע זאך, פאך, שפראך,
פאר דעם רייך, יענעם שוואך.
ווערד א לאך?

כ'ווארן אייך: זיי וואך, פון ווערן גלייך, צומישט אסאך...

- - -

פאר איינעם נשמה
פארן צווייטן טמא

פאר איינעם הארץ
פארן צווייטן שווארץ

פאר איינעם טיף
פארן צווייטן שיף

פאר איינעם זיס
פארן צווייטן מיאוס

פאר איינעם ערליך
פארן צווייטן געפערליך

פאר איינעם קלוגע
פארן צווייטן משוגע

פאר איינעם גאונות
פארן צווייטן נסיונות

פאר איינעם האפן
פארן צווייטן בלאפן

פאר איינעם געשאנק
פארן צווייטן קראנק

פאר איינעם גאלד
פארן צווייטן פארפוילט

פאר איינעם שטרעבן
פארן צווייטן אויפגעבן

פאר איינעם פארטיפט
פארן צווייטן לופט

פאר איינעם פשוט
פארן צווייטן חשוד

פאר איינעם נגינה
פארן צווייטן מגונה

מענטשן'ס מחשבות, קאלירטע לבבות, קיינמאל שוות.
פלייש-ביין גופים, אנדערע פרצופים, אלערליי כיסופים.

פאר איינעם קדושה
פארן צווייטן בושה

פאר איינעם עכט
פארן צווייטן שלעכט

פאר איינעם מוח
פארן צווייטן רויעך

פאר איינעם פלאם
פארן צווייטן סם

פאר איינעם העכער
פארן צווייטן לעכער

פאר איינעם געפיל
פארן צווייטן קיין ציל

פאר איינעם כ'פארשטיי
פארן צווייטן ס'דאך פריי

פאר איינעם מטעמים
פארן צווייטן מכל העמים

פאר איינעם קאנעקטן
פארן צווייטן בלויז עקטן

פאר איינעם נעקסט לעוול
פארן צווייטן הבלים הבל

פאר איינעם פרומער
פארן צווייטן קרומער

פאר איינעם דעלישעס
פארן צווייטן בושות

פאר איינעם להבין
פארן צווייטן תרבות יוון

פאר איינעם אורות
פארן צווייטן פאלשע תורה'ס

מענטשן'ס מחשבות, קאלירטע לבבות, קיינמאל שוות.
פלייש-ביין גופים, אנדערע פרצופים, אלערליי כיסופים.

פאר איינעם תוכן
פארן צווייטן סתם טוחן

פאר איינעם אור
פארן צווייטן שוואכע דור

פאר איינעם שארף
פארן צווייטן דאקטער דארף

פאר איינעם טאלאנט
פארן צווייטן נישט אינטרעסאנט

פאר איינעם ליכטיג
פארן צווייטן נישט ריכטיג

פאר איינעם א כאפ
פארן צווייטן א קלאפ

פאר איינעם ניי - תתחדש
פארן צווייטן אלט - זאג קדיש

פאר איינעם ניגון
פארן צווייטן געוואלד געשריגן

פאר איינעם מעודד
פארן צווייטן מתמודד

פאר איינעם מיט שמחה
פארן צווייטן מחה תמחה

פאר איינעם קנאקעדיגע ביסלי
פארן צווייטן אותו תתלו

פאר איינעם שיינע טישטוך
פארן צווייטן נישט איך!

פאר איינעם נשמת השכל
פארן צווייטן קאסט א שמייכל

פאר איינעם אלטערנאטיוו
פארן צווייטן אלטער-נעגאטיוו

מענטשן'ס מחשבות, קאלירטע לבבות, קיינמאל שוות.
פלייש-ביין גופים, אנדערע פרצופים, אלערליי כיסופים.

- - -

אלו ואלו דברי אנשים חיים
זאל עס זיין מספדי צו מחול,
וירא שמים יוצא ידי שניהם
האק א לעבן - חטוף ואכול,
יעדער מיינט'עך לשם שמים
און פאר שגיאות טאטי ימחול,
נעם נאר פונעם שכל שיריים
ברוך המבדיל בין קודש לחול...

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 5:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW הערליכע ווערק. א מין קריעיטיוויטי דאס! מעכטיגע פראזן, געוואלדיגע ווערטער און אויסדרוקן אויפטרעפן. און נאך אזוי אריינריקן די נגינה שרייבער אויך...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דאס עפעס אויסערגעווענליך;l;p-
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3409
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

הערליך שיין! מ'זעהט שטארקע טאלאנט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8280
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גוט און קיוט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

;l;p-:lol:
פיין פיין!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

;l;p-
אוועטאר
גראמעזיע פארמעסט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמעזיע פארמעסט »

אנטשולדיגט חשוב'ע אידן עס האט פאסירט א טעות, און מיר האבן צום ערשט ארויפגעלייגט דיזער ארטיקל אהן די ענדגילטיגע הגהות פונעם מחבר.

איצט האבן מיר עס פאראכטן און די ארטיקלען אנטהאלט די ענדגילטיגע הגהות פונעם מחבר.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

א נוגע בדבר בינעך,
ווייל דערמאנען מיין נאמען טוט ער,

אבער בארימען דעם שרייבער ווילעך.
וועל איך מיר מורה זיין מותר מותר.

הערליכע אויסנאם קונצליכע גראמען!!!

אמת'ע טאלאנט!!!

די תוכן איז אויך מורא'דיג - ארויסגעברענגט אזוי מין קונצליך און מייסטערהאפטיג!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

זייער גוט און קריעטיוו
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wowowowow
דו קענסט טאקע!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-
:lol:

געשמאק און פליסיג, זייער הנאה געהאט.. ארויסגעברענגט שיין ביידע צדדים, (כאטש וואס מיר האסטו פלאצירט אויפן צווייטן זייט...:lol:.)
איבער פאעזיע וועט מיר זיין שווער דערוויל צו באשליסן, עמיר עס דורכטראכטן.

יישר כוח!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

זייער זייער זייער שיין!!!
ווען איך ווייס ווען אז די קביעות'דיגע פאעזיע שרייבער גייען דערמאנט ווערן דאהי, וואלט איך סאך מער געשריבן...
[בבחינת "וישמע ראובן ויצילהו מידם" ודרשת חז"ל ידוע]...
הערליך!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אור מופלא האט געשריבן: זייער זייער זייער שיין!!!

איך מיין אז ער דערמאנט בעיקר די שרייבער פון היכל הנגינה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

היכי תמצא האט געשריבן:
אור מופלא האט געשריבן: זייער זייער זייער שיין!!!
ווען איך ווייס ווען אז די קביעות'דיגע פאעזיע שרייבער גייען דערמאנט ווערן דאהי, וואלט איך סאך מער געשריבן...
[בבחינת "וישמע ראובן ויצילהו מידם" ודרשת חז"ל ידוע]...
הערליך!!!

איך מיין אז ער דערמאנט בעיקר די שרייבער פון היכל הנגינה.

סאיז די שרייבער פון אלטערנעטיוו אשכול...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איינס האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
אור מופלא האט געשריבן: זייער זייער זייער שיין!!!
ווען איך ווייס ווען אז די קביעות'דיגע פאעזיע שרייבער גייען דערמאנט ווערן דאהי, וואלט איך סאך מער געשריבן...
[בבחינת "וישמע ראובן ויצילהו מידם" ודרשת חז"ל ידוע]...
הערליך!!!

איך מיין אז ער דערמאנט בעיקר די שרייבער פון היכל הנגינה.

סאיז די שרייבער פון אלטערנעטיוו אשכול...

אה...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8280
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שוין גערעיט, אבער איך קום צוריק צו דעם. דא ליגט מעכטיגע טאלאנט באהאלטן. איינער וואס פארשטייט די היסטאריע וואס ליגט אונטער די שורות מאכט עס אים שפרינגען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער קריעטיוו! גוטע און פליסיגע געדאנקן! הנאה געהאט! יישר כח!

--
זעט אויס אויף מיין נאמען האט ער שווערליך געקענט טרעפן א גראם... אז נישט פארשטיי איך נישט פארוואס ער האט מיר אויסגעלאזט...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ממוצע האט געשריבן: זייער קריעטיוו! גוטע און פליסיגע געדאנקן! הנאה געהאט! יישר כח!

--
זעט אויס אויף מיין נאמען האט ער שווערליך געקענט טרעפן א גראם... אז נישט פארשטיי איך נישט פארוואס ער האט מיר אויסגעלאזט...

דו ביזט דאך ממוצע, סאו אויף וועלכע זייט זאל ער דיר לייגן?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Bissli האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: זייער קריעטיוו! גוטע און פליסיגע געדאנקן! הנאה געהאט! יישר כח!

--
זעט אויס אויף מיין נאמען האט ער שווערליך געקענט טרעפן א גראם... אז נישט פארשטיי איך נישט פארוואס ער האט מיר אויסגעלאזט...

דו ביזט דאך ממוצע, סאו אויף וועלכע זייט זאל ער דיר לייגן?

גוט געזאגט, ביסלי
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

דאס איז טאלאנט... דעם גאנצן אלטערנאטיוון אשכול ארויסצוברענגן אין אפאר שורות
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

דאס איז מיין צווייטע אפציע פארן גראמען געוואונער!

נישט אז די ערשטע איז בעסער, נאר כ'האב נגיעות....
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

געוואלדיגע גראמען און אינטערעסאנט אראפגעלייגט די תוכן...

איך וואלט ווען געטוישט קעפל צו "פרצופותיהן"...
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: בין קודש לחול - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

געלייגט אויפן ערשטן ארט ביי גראמען.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”