חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
זייער גוט
3
3%
אויסערגעווענליך
19
21%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
זייער גוט
2
2%
אויסערגעווענליך
20
22%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
1
1%
זייער גוט
2
2%
אויסערגעווענליך
20
22%
גוט
2
2%
זייער גוט
2
2%
אויסערגעווענליך
21
23%
סך הכל שטימען: 92

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בילד

חברותא

ווי א ספעציעלן גלעזל וויין,
צווישן פשוט'ע, א דערקוויקעניש,
אדער אינעם ריזיגן אקעאן,
א קליין שטיקל טרוקעניש,

ווי אין ענדלאזע וויסטענישן,
אן אפגעהאקטער שטאם,
פון אזויפיל סארטן אויף די טישן,
א פרי מיט א ספעציעלן טעם.

איך זעה אפשר אויס ענליך,
אבער איינזאמקייט מיין וועזן,
איך שפיר אזוי אומגעווענליך,
די מיסטעריע איך וויל לעזן,

איך ווייס דעם באדייט,
פון סאציאלען צוזאמלעבן,
אבער קיינער מיר פארשטייט,
אומערפילט מיין שטרעבן,

איך פיל נישט שטייגערליך,
ווי פון אן אנדערער פלאנעט,
זיך מתחבר אזוי שווערליך,
פון חברותא ווער רעדט,

מיינע פריאריטעטן,
אין אלגעמיינע אויגן,
מאדנע אקטיוויטעטן,
די פלייצעס געצויגן,

אלגעמיינע שטרעמונגען,
מיט מיר א קאנפליקט,
אזוי אומגעלונגען,
מיט סתירות צעפליקט,

ביי מיר דער גרעסטער חשיבות,
ביי זיי א ביליג פאפיר,
מיט מיינע נאטורליכע תגובות,
אזוי נאריש איך שפיר,

אפגעלאכט פון מיינע שיטות,
און פון מיינע טענות געוויס,
איגנארירט מיינע ביטעס,
אונטער פראגע צייכן מיין דמות.

און פרעמד זיי זענען נישט.
האב מיין פריינט קיין טעות.
איך בין מיט זיי אויסגעמישט,
אלע מיינע טעג און שעות,

אבער אזוי ווייט אפגעטיילט,
אין ליכט יאר פארמאט,
אין יעדער אספעקט צעטיילט,
רייד, טראכט, און טאהט.

צו מיינע ווירדן דער בליק,
ווי פונעם טייוול פארפירט,
מיינס א פארשטענדליכער קוק,
אינגאנצן אומאקצעפטירט.

איך לעכץ צו אייגענע פרייהייט,
נישט אונטער יענעם אונטערדרוקט,
מיין זעהל פון ווייטאג צעגייט,
אויף זעלבסשטענדיגקייט ארויסקוקט,

אליין איז פארלוירן, נישט מקובל,
צו פארנעמען נישט זייער גרינג,
און פון ווייטאג צו פאראיבל,
א קורצע קאצן שפרינג,

און איך האב קיין כח,
צו לעבן מיט תרעומות,
מיין נשמה זי וויינט הויעך,
זי וויל א לעבן פון נעימות.

*

אייגענטליך, צו מיר איך קלער,
נאר וועגן מענטשהייט איך פארפיר,
פארוואס, א קשיא ווערט שווער,
ביי אנדערע נישט אזוי איך שפיר?

מיט די פויגל איז אויך אזוי?
און וואס איז מיט די מלאכים?
בין איך דען ווי זיי גענוי?
ס'איז דאך ממש אנדערע דרכים,

מיט זיי איך פיל נישט איינזאם,
נישטא דער אומגעהויערער טרויער,
איך לעב מיט זיי אלע צוזאם,
איך פיל נישט דארט דער מויער.

*

און איך ווייס אויך פארוואס.
עס איז מיר שוין זייער קלאר,
און איך בין ביים באשלוס,
ס'איז טאקע צוליב אונזער נאטור,

די דמיון די פונדאמענטאלע,
דאס מאכט די ערווארטונגען,
אזוי ענליך זענען מיר אלע,
אז ס'ברענגט די באגרענעצונגען,

מענטשליכע שוואכקייטן,
און שלעכטע זיטן,
יסודות'דיגע שוועריקייטן,
טוישונגען אין מינוטן,

רצונות אלע גלייך,
פון כבוד און רום,
מיט פארמעגן רייך,
א שם טוב אומעטום,

קשר ואהבה געברויך,
און קנאה גארנישט ווייניג,
רעיונות האט יעדער אויך,
און אפילו קערפערליך אייניג,

מחשבה דיבור מעשה,
א גלייכע שותפות,
אפילו די זעלבע ראסע,
אין זעלבן דפוס נדפס,

חב"ד חג"ת נה"י על הסדר,
קיין אנדערע וועג פארהאן,
סוקסעסן. און דורכפעלער ליידער,
צוזאמען מיטן ארגינעלען פלאן.

*

און מער קיין איינזאמקייט,
מיין טעגליכער טראכט,
מיין זעלע זי פארשטייט,
אן אחדות דערגרייכט.

איך פיהל אונזער אייניגקייט,
אזוי מער אמת און גרינטליך,
קלייניקייטן פונאנדערשיידט,
ווי אויפן מאפע פיצינקע פינטלעך,

געוויסע איינצלהייטן נישט דומה,
אבער אין תוך, כולנו ביחד.
צוזאמען א שלימות'דיגער קומה,
מער ווי אלע פירודים מאחד.

*

און דא איז מיין דאנק,
פארן ענווים מעודד,
מיר געלייגט אין געדאנק,
איך בין מער קיין בודד!

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום מאנטאג אוגוסט 16, 2021 10:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: חברותא! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

wow, אויסערגעווענליך שיין! הערליכע ליינס, שטארקע געפיל. די פראבלעם אסאך בעסער ווי די לעזונג...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מיכל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: חברותא! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

ס'ערשטע מאל כ'בין מגיב אין דעם פארמעסט.
איך האב קענטליך נישט קיין געשמאק אין פאעזיע. לכל הפחות דארט ווי עס סטימולירט נישט דעם מח. אבער דער ארטיקל האט פון ביידע וועלטן.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: חברותא! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

שטארק און קלאר ארויסגעברעגט טיפע געפילן!
מיין חלק אינעם שמועס...
שש ושמח

Re: חברותא! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

זייער שיין, יישר כח
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין! א אמת'ער און וויכטיגער נקודה. גוטע שורות.

איך גלייך דעם ארטיקל.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

קודם די גראמען איז אויסגעהאלטן ביז גאר. די פאעזיע איז זייער קלאר און פארשטענדליך, נישט דא קיין חידות אדער סתירות. עס איז אויך זייער גוט צוטיילט, אלע פיר חלקים. די שפראך איז מיין מערסט באליבטע, יעדעס ווארט ברענגט גענוי ארויס וואס דער מחבר האט געוואלט.

דער תוכן, ווי אזוי האט איינער צוגעטראפן גענוי אזוי ווי איך שפיר? און אז די סיבה איז נישט ווייל מיר זענען קרום אדער פארשטייען נישט, נאר ווייל מיר זענען אייגנארטיג און דאס איז נישט פאפולער. עס ציפט און שטעכט. טאקע ריכטיג אז פונדאמענטאל זענען מיר אלע אייניג, פארט זעהן מיר עס נישט איין טאג טעגליך.

דער מחבר האט א שטארקע כוח אין ברענגן קאנטראסט ווי אויך הערליכע משלים און אנפאנג, אריין צוציען דער ליינער אינעם ארטיקל און געשמירט ארויף ברענגען די טיפערע תוכן צו אויבערפלאך.

דאס, צום ביישפיל
ווי א ספעציעלן גלעזל וויין,
צווישן פשוט'ע, א דערקוויקעניש,
אדער אינעם ריזיגן אקעאן,
א קליין שטיקל טרוקעניש,

ווי אין ענדלאזע וויסטענישן,
אן אפגעהאקטער שטאם,
פון אזויפיל סארטן אויף די טישן,
א פרי מיט א ספעציעלן טעם.

די פאלגענדע האט צו מיר גערעדט דאס מערסטע
אליין איז פארלוירן, נישט מקובל,
צו פארנעמען נישט זייער גרינג,
און פון ווייטאג צו פאראיבל,
א קורצע קאצן שפרינג

ש'כח פאר'ן שרייבן
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איך הייב אן טראכטן אז איך האב עס געשריבן.

אבער איך האב נישט.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

@ביסלי, איך ווייס וואס דו מיינסט. איך האב עס אויך געשפירט, אבער געשריבן האב איך עס אויך נישט (איך האב נאכנישט דעי מאס טאלאנט)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

פארמאגסט געוואלדיגע טאלאנט און א וואוילע נאטור.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-
wow! דאסי טאלאנט שבטאלאנט, הערליכע גראמען מלא חידושים, שותפות נדפס וכו' וכו', זייער רייך און טיף געשריבן, מלא תוכן, זיך מחיה געווען!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליך שיין!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

א טייער נפש,
אונטער די שיינע שורות 'זיך' גוט ארויסגעברענגט.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן...

איך וועל מודה זיין אז איך האב דעם ארטיקל נישט געשריבן פון הארץ ארויס... כאטש איך קען גוט רילעיטן צו דעם גאנצן דין ודברים... איך האב דאס געשריבן אונטער דעם השראה פון מיינע שמועסן מיט אנדערע מענטשן... און איך קלער אז ס'ליגט א שטארקער אמת אין דעם ארטיקל. און ס'איז עפעס פון וואס מענטשן קענען נהנה זיין דערפון.

נעם דעם מענטש וואס דו פילסט אז דו ביזט אממערסטן ווייט פון אים. דו פילסט ווי דו מיט אים קענען זיך נישט אויסקומען. ענק לעבן אין אנדערע פלאנעטן לגמרי. אדער פילסטו זיך זייער צוקוועטשט פון אים.. אדער פארקערט.. דו קענסט אים נישט סובל זיין.

דער מציאות איז, אז אויב דו קענסט אים גוט.. וועסטו קענען זייער גוט פאראויסזאגן זיינע רעאקציעס. דו וועסט גוט פארשטיין פארוואס ער טוט וואס ער טוט. פארוואס ער פילט וואס ער פילט. דו קענסט שטיין אין די זייט און באאבאכטן וויאזוי ער פירט זיך אויף. און דו וועסט קלאר זעהן, אז זיינע אויפפירונגען לויפן מיט די זעלבע שרשים ווי דיינע אייגענע. ביי יעדעם קלאפט עס אויס אנדערש, אדער אלעס דרייט זיך ארום די זעלבע פאר זאכן.

איינער איז מער קלוג, און מער ערוואקסן, און דערפאר ווייסט ער וויאזוי צו מאנועווערן זיינע שוואכקייטן צו מער אדאלטישע זאכן... עמיצער מיט ווייניגער עמאושענעל אינטעלעדזשעס זענען זיינע שוואכקייטן מער רוי און דורכזיכטיג, און קלאפט אויס אויף נארישערע זאכן.

וועליוס? וועליוס מאכן נישט קיין מענטש. וועליוס פון א מענטש זענען גאר חצוניות'דיגע לבושים. און זיי ווערן נשפע פון אזויפיל זאכן, קאנטשעסלי און סובקאונטשעסלי. פארוואס זאל מען באשטימען אייניגקייט און ריחוק באזירט אויף אזא מקרה'דיגע זאך? ענדערש זאל מען קוקן אויפן יסוד, און מער אינערליכע זאך. דער מענטש אליין! און דארט זענען מענטשן גאר ענליך! און אויטאמאטיש פילט מען נישט אזא ריחוק, און מ'קען גאר פילן א נאנטשאפט, און א אנגענומענקייט, אפילו צווישן מענטשן וועלכע האבן א גאנץ אנדערע מהלך המחשבה און בליק אויפן לעבן ווי דיר!
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

שטארקע נקודה. הגם עס זענען דא אמת'דיג יסודות'דיגע חילוקים צווישן מענטשן. דאך ווען מען האט ארויס א מענטש בעומק, זעט מען אז זאכן זענען היפש ענליך איינס צום צווייטן.

ווען א מענטש באקומט א הכרה און פארשטאנד אין די טיפקייט פון א מענטש, קען ער פלוצלינג שטיין פאר א נייע מציאות, א נייע וועלט אנטפלעקט זיך פאר אים, ביז היינט האט ער געזען חילוקים פון איין מענטש צום צווייטן ממש כרחוק מזרח ממערב. ווידער היינט זעט ער א נייע מציאות, מענטשן זענען גאר ענליך, וויבאלד בשורש זענען די חילוקים נישט אזוי סך. אמאל קען אבער זיין פארקערט, אז די נייע מציאות וואס ווערט פאר אים אנטפלעקט נאכ'ן כאפן די פנימיות פון מענטשן, איז אז פלוצלינג דערזעט ער אז עס זענען דא חילוקים צווישן איין מענטש צום צווייטן. אנדערש ווי ביז יעצט געמיינט, אז יעדער איז מער ווייניגער די זעלבע..

ש'כח ממוצע פאר'ן ארויסברענגען די נקודה אזוי הערליך!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיאושדיגער האט געשריבן: שטארקע נקודה. הגם עס זענען דא אמת'דיג יסודות'דיגע חילוקים צווישן מענטשן. דאך ווען מען האט ארויס א מענטש בעומק, זעט מען אז זאכן זענען היפש ענליך איינס צום צווייטן.

איך פארשטיי אז אניאגראם וכדומה לזה ליגט דיר אין מחשבה...

ס'גייט שוין אביסל ארויס פון די ראמען פונעם פארמעסט... אבער מיין הבנה אין דעם איז אין צוויי נקודות.

1) די 'שרשים' זענען נאך אלץ די זעלבע. ממש די זעלבע. 2) אפילו די חילוקים, האבן דאך בעצם אלע מענטשן אלע כוחות, סך הכל איז עס ביי איין מענטש מער דאמינענט. איך קוק עס דעריבער אן ממש פארקערט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ממוצע האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן: שטארקע נקודה. הגם עס זענען דא אמת'דיג יסודות'דיגע חילוקים צווישן מענטשן. דאך ווען מען האט ארויס א מענטש בעומק, זעט מען אז זאכן זענען היפש ענליך איינס צום צווייטן.

ווען א מענטש באקומט א הכרה און פארשטאנד אין די טיפקייט פון א מענטש, קען ער פלוצלינג שטיין פאר א נייע מציאות, א נייע וועלט אנטפלעקט זיך פאר אים, ביז היינט האט ער געזען חילוקים פון איין מענטש צום צווייטן ממש כרחוק מזרח ממערב. ווידער היינט זעט ער א נייע מציאות, מענטשן זענען גאר ענליך, וויבאלד בשורש זענען די חילוקים נישט אזוי סך. אמאל קען אבער זיין פארקערט, אז די נייע מציאות וואס ווערט פאר אים אנטפלעקט נאכ'ן כאפן די פנימיות פון מענטשן, איז אז פלוצלינג דערזעט ער אז עס זענען דא חילוקים צווישן איין מענטש צום צווייטן. אנדערש ווי ביז יעצט געמיינט, אז יעדער איז מער ווייניגער די זעלבע..

ש'כח ממוצע פאר'ן ארויסברענגען די נקודה אזוי הערליך!

איך פארשטיי אז אניאגראם וכדומה לזה ליגט דיר אין מחשבה...

ס'גייט שוין אביסל ארויס פון די ראמען פונעם פארמעסט... אבער מיין הבנה אין דעם איז אין צוויי נקודות.

1) די 'שרשים' זענען נאך אלץ די זעלבע. ממש די זעלבע. 2) אפילו די חילוקים, האבן דאך בעצם אלע מענטשן אלע כוחות, סך הכל איז עס ביי איין מענטש מער דאמינענט. איך קוק עס דעריבער אן ממש פארקערט.

פוינט 2 איז די זאך.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ידעתי אז אונז גיי מיר זיך דינגען אין פרט 1... איך זאג נאר מיין מיינונג. ואכמ"ל...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יעצט געליינט.
איך שטוין באמת פונעם מייסטערהאפטיגקייט פונעם פאעזיע.
די גראמען זענען גאר גוט און לויפט אויף א גוטן ריטעם; די ווערטער גלייך איך אויך זייער, און ווי @היכי זאגט ברענגט יעדעס ווארט ארויס דאס וואס זי דארף. און די תוכן רעדט פשוט צו מיין הארץ..

עס איז הערליך שיין!

ש'כח ממוצע
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח @היסטאריש!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יאפ, די ארטיקל (און די גאנצע פארמעסט) איז היסטאריש!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: חברותא - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
יאפ, די ארטיקל (און די גאנצע פארמעסט) איז היסטאריש!
גארנישט מיט מיר..!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”