א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
זייער גוט
2
2%
אויסערגעווענליך
22
23%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
2
2%
זייער גוט
3
3%
אויסערגעווענליך
16
17%
נישט נוגע
3
3%
גוט
2
2%
זייער גוט
6
6%
אויסערגעווענליך
16
17%
גוט
1
1%
זייער גוט
6
6%
אויסערגעווענליך
17
18%
סך הכל שטימען: 96

אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

בילד


א הארעלע



אלע קאלירן אין הארמאניע, קולות פון לוסט קורסירן
נישט יעדן טאג מ'קומט, אבער די געפיהל בלייבט, אויף לאנגע טעג און וואכן
דער האקט אראפ דאס נאניע, א צווייטער טוט זיך שטאפירן
פאר יעדעם אנדערש שטומט, מ'קלייבט מ'שרייבט, אין אייגענע וועלטעלעך צו בויען און קאכן

אינגעלע ניין ריהר נישט, צוברעכסטו באצאהלסטו-עס
צייגן וועל איך דיר, דאס וואס דיין הערצעלע די קליי[ע]נעם, ווייסט ניטאמאל צו באגערן
דיינע אויגעלעך דרייען זיך צומישט, כ'זעה ביי זיי פונקן חיות
אפשר יענס דארט פראביר, אזוי קאלירפול שיין גיי-און-נעם, פארגעס נישט צו געדענקן צו 'שערן'

זיין אפגעקראצטע קול, זי איז שוין אריבער פארשידענע פארעמעס
פון איר קליינטשיג זיס געשטעל, אריבער לענגליכע, יארעלעך פארשווארצט, אין קאנטראסט צו די הארעלעך
פילייכט שוין אן עול, די שווערע ארבעט מיט זיינע ארעמעס
ארבעטס יארן ביי קיין שוועל, שפירן א קעניגליכע, געפיהל אויסגעשטארצט, אליין מיטן קאר א פאהר-'על-איך

די פאמיליע קוקן ארויף, אויסער שפעזן דארט זעלבסטוועזן ער טרעפט
לוסטיג און מונטער, ערפילנדיג דאס טרוים צו פארברענגן, מיט די אוצרות'לעך פון כלל ישראל
זייערע פנימ'ער לייכטן אויף, טאפן און כאפן שפילצייג'לעך אין געשעפט
העלפט זיי אונטער, אויף די לייטערלעך אנשטרענגן, מיטן זעלבע אימפעט פון אמאל

די זון נעמט ארום, מיט א ווארעמקייט די גאנצע געגענט
טשיפטשערייען פון די פייגלעך גלעטן, אזוי ליבליכערהייט, די טיעפע סטרונעס פון די אויערן
ער קוקט זיך דאן אום, ביים פענסטערל זיינס און ער באגעגנט
קעגן איבער טוט'ציך אקטיוויטעטן, מ'טוט גיכערהייט, הענגן א שילד ביי שפאגל נייע טויערן

צו איהם דענסמאל זיי לויפן אריין, די נשמה מיט די הענט אנכאפן
ער פראווט נאך דאס שילד אפליינען, זיינע אויגן שוין צו אלט, צו אריבערגיין די גאס
טאטי זיי זאגן איהם דאן, דער טוט דיין בלוט צאפן
נאר נישט וויינען, ווייל מיט געוואלד, וועלן מיר איהם מאכן צו שפאס

פראבירט ער צו פארשטיין דאס וואר, אלטע אויערן פאדערן פאמעליכע אויסלייג
לאזט זיי איבער אין 'רעגן' אליין, צום צימערל שפאנט ער נעמנדיג, די פאר'ירושה'טן שפאקטיוו'עלע
דאס שילד איז שוין קלאר, אויך דאס אורזאך פון די חברה'ס בלוט-דרוק אויפשטייג
'קינדערלאנד' טשאטשקעס פאר די קליין, רוישיגע פארבן פארקלעמנדיג, די הערצער מיטן מצה ומריבה'לע

טאטי וועט דאס נישט דורכטראגן, צוגרינד גייט אצינד יארן הארעוואניע
א רעכטע ארור משיג גבול, גיימיר קעמפן ביזן תמצית, און עס מיט כעס, פאטאל ערלעדיגן
אפשר דין תורה צו געריכט קלאגן, ער איז דאך נישט קיין קטלא קניא
קוק נאר דארט ווי טאטי גייט שטיל, מיט אן התאמצות, אריבער די גאס, יאפ ס'טוט איהם שעדיגן

א גוטן הרב נייע געשעפטסמאן, דיין פארעלטערטע שכן פון קעגן איבער
פון וואו שטארקקייט דו נעמסט צום עפענונג, אהה עטס זענטס אויך דא, מיינע זוהן די טרייע
מיין געשעפט פון דא איז בלויז א שפאן, פערציג יאר באדינען דעם ציבור
ערהאלטן דאס קליינווארג'ס אנערקענונג, און אין די שעה, עפענט איר דאס סארט געשעפט א נייע

זאלט איר וויסן אהנע צווייפל, פון מיין ערפארונג קענט איר געניסן
וויאזוי כאפן קונים און פארדינען, עצה נאך עצה, די היינטיגע קינדער אויך געפעלן
אין האלב צייט באקומען כפל, איבער ווארעמע טיי לאמיר שמועסן
דערווייל מיינע זוהן'ען, מיט די שאכטלעך צולייגן א פלייצע, דאס בעסטע זיי אויסשטעלן

פונעם ערקאנדישן מער גערודער ווי לופט קומט, די אלטע קאוטש קרעכצט פון שווער ארבעט
אין גאס א שטומעניש, די ווייזערלעך פונעם זייגער, צייגן ארויף צום שווארצן הימל דעם פאר'שטערן'טע
קינדערלעך זייט נישט כעס'יג געשטימט, דער מלך איז מושיט את השרביט
בראש השנה יכתבון יעדער אראפקומעניש, אלע לויטן שטייגער, שפייז צו יעדער פויער ופויערטע האר והערינטע

דאס גענויע צאל פונקט, נישט מער קיין פרוטה
אויפן האר באשערט, קיין חילוק שעות און השקעות, וואס די מענטש טוט גיך, פון יוגנט צו אלט
מיין פוס שוין הינקט, די הענט מער קיין גוטע
גרינג מיר ס'ווערט, א וואקאציע דא-איז, האלב מיין ארבעט נעמט ער זיך, און לאזט מיר דאס זעלבע געהאלט

א מימרא פארהאן, בכלל נישט ניי, זאגט די גמרא "מכאן, אמר בן עזאי".
זיי נישט קיין מומחה, מיט א געדאנק נישט שכיחא, ווייל טאקע "בשמך", פון הימל "יקראוך".
גיב דיר א פארזוים'כע, בלייב רואיג נישט גיכער, ווייל באמת "ובמקומך", דער מלאך "יושיבוך".
אידעלע האלט מיט נו!, פרנסה ווילסטו דאך, אבער "ומשלך יתנו", דיין באשערט "לך".
פארליר נישט דעם דעה, ארבעט נישט זוכן, זייער אוי, און מאך נישט קיין מהומה
ווייל "אין אדם נוגע, במה שמוכן, לחבירו, אפילו כמלוא נימא" (קרעדיט: בן עזאי, יומא לח.)


בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום זונטאג אוגוסט 15, 2021 6:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שש ושמח

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

זייער שיין, יישר כח
אוועטאר
סחורה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:די לעגאלע: אויפן טיש.

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סחורה »

זייער זייער א שיינע נקודה באשריבן מיט א טיפקייט. אלעס גראמט פונקטליך. און מ'דארף עס איבערליינען צוויי מאל צו פארשטיין.
כל הכבוד!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-;l;p-

wow!! הערליך הערליך, א טיפע שטארקע פוינט, זאפטיגע שפראך.

און ווען מ'לייגט צו קאפ כאפט מען אז יעדע שורה גראמט אויך אינמיטן מיט א שורה אונטער וכדו', א מעסטער פיעס, נעקסט לעוול גראמען!!

אזאנס צו באווייזן דארף מען אריינלייגן אסאך קאפ און מוח!!! יישר כוח.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א געוואלדיגע ארבעט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

קאפ און מח. גאר געלונגען
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

די גראמען דא זענען נעקסט לעוועל! דא ליגט אסאך ארבעט. און דער שרייבער האט א געוואלד מיט טאלאנט!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מעכטיגע קונצליכע גראמען!

זיכער אין די געוואונער קאטעגאריע לגבי גראמען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

נייע חידוש'פולע גראמען,

ס'האט מיר גענומען זייער לאנג צו כאפן ווען ס'רעדט ווער, וואס און צו וועם, אבער ס'האטצעך אויסגעצאלט
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

mind boggling
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

מאאאסיוו
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@אור מופלא, עס שפירט זיך גוט צו האבן געשטימט פאר דיין ארטיקל. מעסטערפיעס!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: א הארעלע - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #28

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

יישר כח אלע, די שטימערס, די קאממענטירערס, די ליינערס און די פארשטייערס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”