געזוכט וואלענטור פאר שרייבן ביאגראפיע

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

געזוכט וואלענטור פאר שרייבן ביאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

בתוך עבודתינו בהעתקת הכת"י 'מגילת ספר' להגאון ר' דוד אופנהיים זצ"ל, האבן מיר זיך אנגעטראפן אין א כת"י פון זיינס אן איידעם הג"ר יחיאל מיכל פער-אופנהיים אב"ד פרידבורג. פארהאן דארטן א שיין קונטרס אויף מסכת מגילה [בתוך שארי מסכתות], בדרך דרוש, לקשר הקדמה בהקדמה חבל בחבל.
אלץ אן הקדמה צו דעם קונטרס וואלט געווען פאסיג צו שרייבן אביסל וועגן איהם, תולדותיו, און זיינע קשרים מיט זיין שווער.
מיר האבן שוין מלקט געווען די חומר דערצו [וויפיל עס איז מעגליך פאר א גדול וואס איז שוין נפטר געווארן שנת תק"י].
געזוכט איינער וואס טויג דאס אויסצושרייבן כדבעי אויפצושרייבן אזא סארט מאמר.

נ"ב
פארהאן א כתב יד מיטן נאמען 'חכם לב' אויף מסכת מגילה. וואס איז ביז היינט [יום ה' תצא תשפ"א] געווען מיוחס צו הג"ר דוד אופנהיים [עי' אור החיים להר' חיים בן יוסף מיכל, נדפס שנת תרנ"א, עמ' 317 אות י'], ונתברר אצלינו מכמה צדדים שאינו מהגרד"א, אלא מחתנו הנ"ל ר' יחיאל מיכל.
לעצט פארראכטן דורך מתוק לחכי אום פרייטאג אוגוסט 20, 2021 10:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

Re: געזוכט וואלענטור פאר שרייבן ביאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

תולדות פון רבי דוד אדער זיין איידעם?
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: געזוכט וואלענטור פאר שרייבן ביאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

ואלענטיר היינו בלא תשלום בהאי עלמא?
מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

Re: געזוכט וואלענטור פאר שרייבן ביאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

דער מדובר איז צו שרייבן פון דעם איידעם. ווי ערווענט איז שוין די חומר מלוקט, איך בין אבער נישט קיין שרייבער.
אויף ר' דוד אליינס איז שוין אסאך געשריבן געווארן [עי' בספר 'תולדות הגאון ר' דוד אופנהיימער זצ"ל', ובשו"ת נשאל דוד שע"י מכון חתם סופר].
אויב איז פארהאן א וואלענטיר וואס וויל באצאלן פאר א וואלענטיר קען זיין באצאלט בהאי עלמא.... דערווייל איז אלעס דא לשם שמים, ושיהא שפתותם דובבות, ולטובת די אלע לומדים וואס וועלן נהנה זיין פון דעם ספר.
שרייב תגובה

צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”