דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון דעם זעלבן פארשוין די וואקסינאציע ראטע לויט ווי שטארק טראמפ איז געווען ביי קאונטי. (לויט ביידע טשארטס אינאיינעם מוז מען צוקומען אז דער וואקסין איז נישט אלעס, און א גרויס טייל איז צו פארדאנקען מאסק און סאושעל דיסטענסינג. ווייל דער חילוק אין טויטע איז אסאך גרעסער ווי דער חילוק אין וואקסינירטע, או יש לומר גאר אז איין פראצענט מער אין וואקסינירטע, אפעקטירט די טויטע מיט מער ווי איין פראצענט, ווייל סיי עס שטערט די פארשפרייטונג, און סיי עס האלט אפ פון שטארק קראנק ווערן. אדער ווייל ווי מער זענען וואקסינירט, אלס בעסער ארבעט די הערד אימיוניטי. ווייסעך נישט.)

IMG_20210912_212047.jpg
IMG_20210912_212047.jpg (128.02 KiB) געזען 1384 מאל

@והייתם, דאס וואס דו שרייבסט ביי סטעיט, איז דאך אז ביי די רעפאבליקאנער גאווערנארס שטארבן איבער דאפעלט, אבער דאס וואס ער ברענגט, ביי דעם קאונטי לעוועל לויט 2020, איז נאך אויף אסאך א שטערקערן אופן, פון 3.7 קעגן 27.7 פון הונדערט טויזנט, וואס איז אויף גאר אן אנדערן מאגניטוד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6882
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בעריש'ל האט געשריבן: דער מאנדאט העלפט פיין.
A9B65C09-AF2A-4EEE-8E56-63E60958B9BC.jpeg
A9B65C09-AF2A-4EEE-8E56-63E60958B9BC.jpeg (135.37 KiB) געזען 1362 מאל

ב"ה דער מאנדאט העלפט!

אויף אזוי ווייט... א שפיטאל אין ניו יארק האט געמאלן אז זיי נעמען מער נישט אן קיינע געבורטן, צוליב וואס איבער 30 איינגעשטעלטע האבן זיך אפגעזאגט זייט די סטעיט האט איינגעשטעלט א וואקסין מאנדאט.
Screenshot 2021-09-13 040218.jpg
Screenshot 2021-09-13 040218.jpg (77.62 KiB) געזען 1362 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א וויקטארי פאר די היים געבורטען ביזנעס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

צל עובר האט געשריבן: ווארענונג: נישט פאר שוואכע הערצער.

דיסקלעימער: איך נעם דעם טשארט פון איינעם מיט א בלויע טשעק, וועלכער שרייבט אז ער האט דאס געמאכט לויט די דאטע פון דזשאן האפקינס, אבער איך קלער אז עס איז מעגליך טו גוד* טו בי טרו, ווייל אויב עס איז טאקע ממש אזוי, וואלט דער טשארט וועו געדארפט פארפלייצן גאנץ טוויטער.

*גוד אלס לשון, נישט אז עס איז חלילה גוט.

יעצט נאך אלע דיסקלעימערס, לאמיר גיין צום טשארט, דער טשארט ווייזט בעליל אז טראמפ שטיצער שטארבן אסאך אסאך מער פון קאוויד אין די יעצטיגע וועיוו זינט יולי, און וואס מער פראצענט שטיצע טראמפ האט ערגעץ, אלס מער טויטע פער הונדערט טויזנט. אדער אלס מאסק, אדער אלס וואקס, אדער אלס דיסטענסינג, אדער אלע אינאיינעם.

פון 3.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט אונטער 10%, ביז 27.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט איבער 90%.
IMG_20210910_121641.jpg

אפשר ברענגסטו פון "אנהייב" קאוויד ביז יעצט, קאמפערד צווישן טראמפ געגענטער און ביידן געגענטער.....

און רעכן אויך אריין די צוגעלייגטע 12,000 אין ניו יארק וואס מ'האט נישט גערעכנט ווען קאומא איז געווען....

און בד"וו אין די היימישע טראמפ געגענטער ווייסט מען נישט פון דיזע סטאטיסטיקס.
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2599
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

צל עובר האט געשריבן: ווארענונג: נישט פאר שוואכע הערצער.

דיסקלעימער: איך נעם דעם טשארט פון איינעם מיט א בלויע טשעק, וועלכער שרייבט אז ער האט דאס געמאכט לויט די דאטע פון דזשאן האפקינס, אבער איך קלער אז עס איז מעגליך טו גוד* טו בי טרו, ווייל אויב עס איז טאקע ממש אזוי, וואלט דער טשארט וועו געדארפט פארפלייצן גאנץ טוויטער.

*גוד אלס לשון, נישט אז עס איז חלילה גוט.

יעצט נאך אלע דיסקלעימערס, לאמיר גיין צום טשארט, דער טשארט ווייזט בעליל אז טראמפ שטיצער שטארבן אסאך אסאך מער פון קאוויד אין די יעצטיגע וועיוו זינט יולי, און וואס מער פראצענט שטיצע טראמפ האט ערגעץ, אלס מער טויטע פער הונדערט טויזנט. אדער אלס מאסק, אדער אלס וואקס, אדער אלס דיסטענסינג, אדער אלע אינאיינעם.

פון 3.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט אונטער 10%, ביז 27.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט איבער 90%.
IMG_20210910_121641.jpg

נאר פאר שוואכע קעפ..... און שוואכע מעמעריס (איך געדענק נאך ווען אזאנע גערעדעכס האט באדייט 'ער צוטיילט די לאנד'.....)

א מין ספין דאס פון יולי מ'זעיט בעליל .... פיינע נייעס דער

יעצט פונקט לאור המצב המאנדאט גייט אנהויבן שווימען סטאטיקטיקס לרחצה

און דער ציהט נאך א פאלארעל צו נוי יארק וואס איז אויסגעשחטן געווארן די מערסטע חולים אין אזא קורצע צייט

בקיצור מ'האלט שוין נענטער צו צוקומען צום הכרה אז פרעזידענט טראמפ ירום הודו איז גאנץ פיין גערעכט געווען מיט זיין בליק אז דער וויירוס גייט זיין ווי די פלו וויירוס , קומען און גיין , אמאל זיין שטערקער מער טויטע און אמאל שוואכער ווייניגער טויטע, וואלט ווען געווען א ווקסין בעפאר, וואלט -בעינינו- געווען אסאך ווייניגער טויטע און דערפאר האט פרעזידענט טראמפ ירום הודו -הואיל והזכיר בשבחו העל מיר שוין דערמאנען לשבח דאס וואס ער האט צוריק געפנט אונזערע בתי מדרשים וחדרים לטובתנו- עכפ דערפאר האט ער אהער געשטעלט די שנעלסטע וואקסין אין היסטאריע צו ראטעווען ווי מער פון טויט און ווי מער אינעם וויירוס איז מען מכיר אז ער איז גערעכט געווען

און אגב די רציחה פון די מידיע פרעסעקראטן און פאלשע סטאטיסטיק פארשפרייטער פון בעליל בזדון אראפריין די היידראקס מעדיצין איז א רציחה צום געדענקן געווען וואס וואלט געקענט ראטעווען אסאך מער (אוי האט דר זלענקאו געליטן פון די רשעים פאר זיין חטא פון עדמיטן צו זייער פאליטישער קעגנער)

און וואס נאך ? אה ! צו זאגן אז אנטי באדיס העלפט נאך אזויפיל ווי די וואקסין איז בכלל נישט אזוי ארויס פון די מציאות טראץ וואס איך בין פרא וואקסין
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

והיתם נקיים האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן: ווארענונג: נישט פאר שוואכע הערצער.

דיסקלעימער: איך נעם דעם טשארט פון איינעם מיט א בלויע טשעק, וועלכער שרייבט אז ער האט דאס געמאכט לויט די דאטע פון דזשאן האפקינס, אבער איך קלער אז עס איז מעגליך טו גוד* טו בי טרו, ווייל אויב עס איז טאקע ממש אזוי, וואלט דער טשארט וועו געדארפט פארפלייצן גאנץ טוויטער.

*גוד אלס לשון, נישט אז עס איז חלילה גוט.

יעצט נאך אלע דיסקלעימערס, לאמיר גיין צום טשארט, דער טשארט ווייזט בעליל אז טראמפ שטיצער שטארבן אסאך אסאך מער פון קאוויד אין די יעצטיגע וועיוו זינט יולי, און וואס מער פראצענט שטיצע טראמפ האט ערגעץ, אלס מער טויטע פער הונדערט טויזנט. אדער אלס מאסק, אדער אלס וואקס, אדער אלס דיסטענסינג, אדער אלע אינאיינעם.

פון 3.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט אונטער 10%, ביז 27.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט איבער 90%.
IMG_20210910_121641.jpg

דאס איז אלטע נייעס וואס מ'זעט שוין זייער קלאר פאר עטליכע וואכן, און דאס רעכנט נישט אריין פלארידע (וועלכע האט נאכנישט ארויסגעגעבן זייערע טויטע פער קאונטי פון די לעצטע דריי חדשים) .

פון אנהויב יולי ביז דעם פארגאנגענעם שב"ק (72 טעג) , האבן סטעיטס מיט רעפובליקאנער גאווערנארס געהאט 23.1 קאוויד טויטפעלער פער הונדערט טויזענט מענטשן, אין פארגלייך צו 10.6 קאוויד טויטפעלער פער הונדערט טויזענט מענטשן אין סטעיטס מיט דעמאקראטישע גאווערנארס.

דאס איז ווי ביידע זאלן האבן די זעלבע צאל איינוואוינער, אבער איינער זאל האבן באלד זיבעציג פראצענט פון טויטפעלער!

נעעע...
דאס זענען סתם רשעים און דעמאקראטן וואס זיכן זיך נוקם צו זיין אין טראמפ אין די לעצטע מינוטן, זאגן זיי אז זיי זענען טראמפ שטיצער, אז די מידיע זאל האבן וואס צו פרעדיגן...
ציונים וואס זיי זענען!.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

דעת בעל הבית האט געשריבן:

נעבעך,

מ'מוז נישט שרייבן אויב מ'האט נישט וואס.....
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

צל עובר האט געשריבן: פון דעם זעלבן פארשוין די וואקסינאציע ראטע לויט ווי שטארק טראמפ איז געווען ביי קאונטי. (לויט ביידע טשארטס אינאיינעם מוז מען צוקומען אז דער וואקסין איז נישט אלעס, און א גרויס טייל איז צו פארדאנקען מאסק און סאושעל דיסטענסינג. ווייל דער חילוק אין טויטע איז אסאך גרעסער ווי דער חילוק אין וואקסינירטע, או יש לומר גאר אז איין פראצענט מער אין וואקסינירטע, אפעקטירט די טויטע מיט מער ווי איין פראצענט, ווייל סיי עס שטערט די פארשפרייטונג, און סיי עס האלט אפ פון שטארק קראנק ווערן. אדער ווייל ווי מער זענען וואקסינירט, אלס בעסער ארבעט די הערד אימיוניטי. ווייסעך נישט.)

IMG_20210912_212047.jpg
IMG_20210912_212047.jpg (128.02 KiB) געזען 1189 מאל

@והייתם, דאס וואס דו שרייבסט ביי סטעיט, איז דאך אז ביי די רעפאבליקאנער גאווערנארס שטארבן איבער דאפעלט, אבער דאס וואס ער ברענגט, ביי דעם קאונטי לעוועל לויט 2020, איז נאך אויף אסאך א שטערקערן אופן, פון 3.7 קעגן 27.7 פון הונדערט טויזנט, וואס איז אויף גאר אן אנדערן מאגניטוד.

ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דארט וואו ביידען האט באקומען איבער ניינציג פראצענט איז עס אביסל נידריגער פון וואו ביידען האט באקומען צווישן צען און צוואנציג פראצענט, וואס איז לכאורה ווייל ארימערע האבן שוואכערע עקסעס זיך צו וואקסינירן (די קאונטיס באשטייען בעיקר פון שווארצע און נאטיוו אמעריקאנער) .
-
ס'איז זיכער אז די גראף פון די קאונטיס איז אסאך מער ווערד, איבערהויפט ווען מ'זעט די טרענד איז ממש אזוי קלאר אן קיין אויסנאמען, אבער ס'איז פארט נישט קיין גאנצע בילד צוליב פלארידע, נעבראסקא, און אלאסקא.

ביי די סטעיטס איז די חילוק טאקע אסאך קלענער, אבער די חילוק אין ביידען שטיצע איז אויך אסאך קלענער ווי די חילוק צווישן די רויטסטע און בלויסטע קאונטיס.

איך האב געמאכט מיין אייגענע גראף פון אלע סטעיטס באזונדער, פון די זעלבע דאטומען וואס ער האט, און די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד (רויט מיינט אז די סטעיט איז געגאנגען פאר טראמפ ביידע מאל, בלוי מיינט אז ס'איז געגאנגען סיי פאר קלינטאן און סיי פאר ביידען, און פורפל איז געגאנגען פאר טראמפ בלויז אין 2016) :

Capture.PNG
Capture.PNG (17.23 KiB) געזען 1189 מאל
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן: ווארענונג: נישט פאר שוואכע הערצער.

דיסקלעימער: איך נעם דעם טשארט פון איינעם מיט א בלויע טשעק, וועלכער שרייבט אז ער האט דאס געמאכט לויט די דאטע פון דזשאן האפקינס, אבער איך קלער אז עס איז מעגליך טו גוד* טו בי טרו, ווייל אויב עס איז טאקע ממש אזוי, וואלט דער טשארט וועו געדארפט פארפלייצן גאנץ טוויטער.

*גוד אלס לשון, נישט אז עס איז חלילה גוט.

יעצט נאך אלע דיסקלעימערס, לאמיר גיין צום טשארט, דער טשארט ווייזט בעליל אז טראמפ שטיצער שטארבן אסאך אסאך מער פון קאוויד אין די יעצטיגע וועיוו זינט יולי, און וואס מער פראצענט שטיצע טראמפ האט ערגעץ, אלס מער טויטע פער הונדערט טויזנט. אדער אלס מאסק, אדער אלס וואקס, אדער אלס דיסטענסינג, אדער אלע אינאיינעם.

פון 3.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט אונטער 10%, ביז 27.7 טויטע פער הונדערט טויזנט ווי טראמפ האט געהאט איבער 90%.
IMG_20210910_121641.jpg

אפשר ברענגסטו פון "אנהייב" קאוויד ביז יעצט, קאמפערד צווישן טראמפ געגענטער און ביידן געגענטער.....

גלייב מיר אז דו ווילסט עס נישט זען.

איפכא מיסתבר האט געשריבן: און רעכן אויך אריין די צוגעלייגטע 12,000 אין ניו יארק וואס מ'האט נישט גערעכנט ווען קאומא איז געווען....

אודאי רעכנט מען עס, פונקט ווי מ'האט עס גערעכנט ווען קאומא איז געווען אין אמט.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נישט קיין סוד אז ביי די ערשטע כוואליע האט דער וויירוס באפאלן ספעציפיש איין געגענט פון לאנד.

משאכ ביי די יעצטיגע כוואליע,איז עס דא צו באקומען ממש איבעראל בשפע רב.

און עס גייט ממש וואס מער טראמפיסטן, אלס מער טויטע..

עניוועי, יעזור השם אז עס זאל זיך בקרוב ענדיגן אין אלע סארטן קאונטיס, האפענטליך וועט דער מאנדאט זיין א גוטער שליח.

סי ען ען אנקעטע - דאס איז נישט די זעלבע זאך ווי די הארטע דאטע ביי קאונטי שטייצעך - איבער וואקסינירטע לויט פארטייען און דעמאגרעפיגס.

At least one vaccine dose via @CNN poll:

88% Democrats
88% college grads
87% over 65 years
75% Hispanic
74% men
73% White
73% all Americans
72% women
68% Black
68% independents
64% non-college
63% under 35 years
60% Republicans

[offtopic]מערקט אז אין עזרת נשים איז מען ווייניגער וואקסינירט, טראץ וואס זײ זענען באופן כללי מער דעמאקראטיש געשטימט, מאכט סענס מיט דעם אנגענומען נאראטיוו אז ביי זיי איז אנטי וואקסעריי פיל מער שכיח...[/offtopic]

פרישע מארינינג קאונסאלט פאליטיקא אנקעטע פרעגט צווישן אנדערן דירעקט איבער די צוויי פונקטן פון דעם מאנדאט.

א שיינער רוב שטיצן עס, אריינגערעכנט ארום א דריטל רעפאבליקאנער!

די אויבערשטע ליניע איז דער אלגעמיינער עולם אינאיינעם, די צווייטע איז דעמאקראטן אליינס, די דריטע איז רעפאבליקאנער אליינס.
די אויבערשטע ליניע איז דער אלגעמיינער עולם אינאיינעם, די צווייטע איז דעמאקראטן אליינס, די דריטע איז רעפאבליקאנער אליינס.
20210913_135244.jpg (72.47 KiB) געזען 1143 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

דר. פאוטשי האט היינט געזאגט אז מען דארף איינפירן קאוויד וואקסין מאנדאטן פאר קינדער אין שולעס.

דא איז א סך הכל פון די רויע נומערן פון די CDC ביז 9/4/21.

אלע קאוויד פעלער אין אמעריקע: 40,048,255
אלע טויטפעלער: 643,858

טויטע לויט די יארגאנג:
0-17: 412 (001%. פון אלע פעלער)
18-29: 3,043 (0076%. פון אלע פעלער)
30-39: 8,634 (022%. פון אלע פעלער)
40-49: 22,232 (056%. פון אלע פעלער)
50-64: 106,674 (27%. פון אלע פעלער)
65-74: 144,020 (36%. פון אלע פעלער)
75-84: 173,655 (43%. פון אלע פעלער)
85+: 185,188 (46%. פון אלע פעלער)

די טאטאל פון טויטפעלער איז 1.6% פון אלע קעיסעס.
78.1% פון אלע טויטפעלער זענען העכער 65.
94.7% אויף אלע טויטפעלער זענען העכער 50.

6% פון אלע טויטפעלער זענען פון בלויז קאוויד אליינס.
94% טויט פעלער זענען געווען אין רעזולטאט פון נאך א באזונדערע קראנקייט אינאיינעם מיטן ווירוס.

-----

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס פעלט אויס א וואקסין מאנדאט פאר קינדער?
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן: קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס פעלט אויס א וואקסין מאנדאט פאר קינדער?

און פאר אינגעלייט?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווייל קינדער פארשפרייטן עס פאר עלטערע...

וכן אינגעלייט.

וואס איז די שאלה אפילו.

אזוי ווי דער טשארט האט נאר דעם ציפער וואס שטיצן עס, נישט די וואס זענען אנטקעגן, ברענגען מיר יענץ אויך.

New @MorningConsult/@politico numbers:

— Requiring all employers with 100+ employees to mandate vaccinations: 58% support, 36% oppose

— Requiring federal workers/contractors: 57% - 36%

— Requiring health care workers: 60% - 34% oppose https://t.co/kM1XnRC8Hy
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

צל עובר האט געשריבן: ווייל קינדער פארשפרייטן עס פאר עלטערע...

וכן אינגעלייט.

וואס איז די שאלה אפילו.

ווייל די וואקסין איז שעדליך פאר קינדער.

מתוך דברי הגארדיען:

medical data suggests that boys aged 12 to 15, with no underlying medical conditions, are four to six times more likely to be diagnosed with vaccine-related myocarditis than ending up in hospital with Covid over a four-month period.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויפיל איז די פיר מאל אזויפיל, איז דאס אן ערנסטע פראצענט?

ביים באשטעטיגן דעם וואקסין פאר קינדער, האט מען זיך באצויגן צו דעם?

(ווייל די פראצענט מיטל יעריגע וואס ווערן שפיטאליזירט פון קאוויד איז דאך יא ערנסט.)
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

צל עובר האט געשריבן: וויפיל איז די פיר מאל אזויפיל, איז דאס אן ערנסטע פראצענט?

ביים באשטעטיגן דעם וואקסין פאר קינדער, האט מען זיך באצויגן צו דעם?

(ווייל די פראצענט מיטל יעריגע וואס ווערן שפיטאליזירט פון קאוויד איז דאך יא ערנסט.)

דא האסטו די שטודיע https://www.medrxiv.org/content/10.1101 ... 21262866v1
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

צל עובר האט געשריבן:
מערקט אז אין עזרת נשים איז מען ווייניגער וואקסינירט, טראץ וואס זײ זענען באופן כללי מער דעמאקראטיש געשטימט, מאכט סענס מיט דעם אנגענומען נאראטיוו אז ביי זיי איז אנטי וואקסעריי פיל מער שכיח...

אדער צוליב וואס די NIH האט ארויסגעגעבן 1.67 מיליאן דאלער פאר ריסערטשער צו שטודירן די פראבלעמען וואס די וואקסין מאכט ביי פרויען אז עס פארדרייט זײער סיסטעם...
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3146
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

איך האב נישט געוואוסט אז פרויען זענען מער דעמאקראטיש געשטימט.
איז דאס א אנגענומענע זאך?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Mezofzef האט געשריבן: איך האב נישט געוואוסט אז פרויען זענען מער דעמאקראטיש געשטימט.
איז דאס א אנגענומענע זאך?

לכאורה האט עס צוטון מיט ליבעראליזם... פרויען זענען רחמנים און פארשטייען ענדערש אז מ'ברויך העלפן די אומשולדיגע ארימע וכו'....

קען זיין דאס איז אויך די טעם פארוואס רוב אידן זענען דעמאקראטיש געשטימט - אלץ רחמנים - אקעי פליז שלאג נישט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Mezofzef האט געשריבן: איך האב נישט געוואוסט אז פרויען זענען מער דעמאקראטיש געשטימט.
איז דאס א אנגענומענע זאך?

עס איז דא ביי יעדע וואלן א שמועס איבער ווי גרויס די דזשענדער געפ איז. דאס מיינט די חילוק פון ביידע מינים ווי אזוי זיי שטימען.

גראדע איז עס קלענער געווארן אין 2020 ווען צוויי מענער האבן זיך פארמאסטן, קעגן 2016 ווען עס איז געווען א מאן קעגן א פרוי.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן: איך האב נישט געוואוסט אז פרויען זענען מער דעמאקראטיש געשטימט.
איז דאס א אנגענומענע זאך?

לכאורה האט עס צוטון מיט ליבעראליזם... פרויען זענען רחמנים און פארשטייען ענדערש אז מ'ברויך העלפן די אומשולדיגע ארימע וכו'....

קען זיין דאס איז אויך די טעם פארוואס רוב אידן זענען דעמאקראטיש געשטימט - אלץ רחמנים - אקעי פליז שלאג נישט!

ליבעראליזם מיט רחמניות האבן זיך קיינמאל נישט צוזאמגעטראפן, אויסער אין דעם אז זיי מארקעטן זייער אדזשענדע אלס רחמניות, די אמת איז אבער אז זייער אדשזענדע שטייט אויף פריקת עול און גארנישט מער.

(איך שרייב פאר די וואס ווייסען נישט, אבער זענען נייגעריג אין די אמת.)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פון אמעריקע האט געשריבן:

ש'כח פארן נישט שלאגן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פארשטייט זיך אז טראפאלגאר איז ארויסגעקומען מיט א פונקט פארקערטע אנקעטע ווי מארנינג קאנסאולט פאר פאליטיקא, וואס הגם זיי האבן ווי מען זעהט געפרעגט די שאלות מיט נישט די געהעריגע ווערטער, לכאורה כדי צו באקומען בעסערע ענטפערס, שטימט עס אויך נישט מיט דעם פריערדיגן אנקעטע.

20210913_212630.jpg
20210913_212630.jpg (124.52 KiB) געזען 824 מאל

פון אמעריקע האט געשריבן: ליבעראליזם מיט רחמניות האבן זיך קיינמאל נישט צוזאמגעטראפן, אויסער אין דעם אז זיי מארקעטן זייער אדזשענדע אלס רחמניות, די אמת איז אבער אז זייער אדשזענדע שטייט אויף פריקת עול און גארנישט מער.

(איך שרייב פאר די וואס ווייסען נישט, אבער זענען נייגעריג אין די אמת.)

או יש לומר די זעלבע זאך וואס איר זאגט בנוגע די ליבעראלן, רחמנות, און פריקת עול, אויך פארקערט בנוגע די קאנסערוואטיוון, קדושה, און אכזריות.

בילדותי האב איך אויך געגלייבט זייער שקר'דיגער נאראטיוו, נישט שטימענדיג אפילו פאר אינדארסירטע קאנדידאטן וואס יענער האטליין האט געהאקט אויף...
אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

צל עובר האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: ליבעראליזם מיט רחמניות האבן זיך קיינמאל נישט צוזאמגעטראפן, אויסער אין דעם אז זיי מארקעטן זייער אדזשענדע אלס רחמניות, די אמת איז אבער אז זייער אדשזענדע שטייט אויף פריקת עול און גארנישט מער.

(איך שרייב פאר די וואס ווייסען נישט, אבער זענען נייגעריג אין די אמת.)

או יש לומר די זעלבע זאך וואס איר זאגט בנוגע די ליבעראלן, רחמנות, און פריקת עול, אויך פארקערט בנוגע די קאנסערוואטיוון, קדושה, און אכזריות.

בילדותי האב איך אויך געגלייבט זייער שקר'דיגער נאראטיוו, נישט שטימענדיג אפילו פאר אינדארסירטע קאנדידאטן וואס יענער האטליין האט געהאקט אויף...

הו קנאוס, אפשר עליך נאך איין טאג איינזעהן, ביז דערווייל זעה איך עס נישט, אדרבה, איך בין גרייט צו ווערן אויפגעקלערט, ביטע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נומערא אונא, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט גאנץ קראנטע ***, עין ערך עריק גרייטענס וועלכער האט געברויכט "רעזיגנירן אלס גאווערנאר", און איז יעצט ווארשיינליכער קומענדיגער סענאטאר פון מיזורי.

ועין ערך אז גינגריטש, און זיין ממלא מקום, און דער אימפיטשמענט אנפירער, האבן אלע דריי ממש אין יענע תקופה געטון ממש דאס פארוואס זיי האבן אימפיטשד קלינטאן. און פארט איז היינט גינגריטש אן איש מכובד וואס איז געווען פראנטראנער פאר א וויילע אין 2012. (איך רעד נישט פון טראמפ, ווייל טראמפ מעג דאך אלעס, ממילא ווייזט דאס וואס מען איז אים גרייט מוחל זיין אויף גארנישט בנוגע וועליוס.)

ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

עס איז דא נאך נאמבערס נאך די ערשטע, אבער נישט פאר יעצט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”