והיתם נקייםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:31 pm
ערשטנס וויל איך אפעלירן צו די הנהלה אז דער אשכול קומט לכאורה אין פאליטישע נייעס(נישט אז ס'קומט נישט אין וועלטליכע נייעס, נאר איך וואלט אריינגעלייגט די גאנצע פאליטישע נייעס פארום אלס סוב-פארום אין וועלטלכע נייעס).
אלבערטא(ארום 4.7 מיליאן איינוואוינער)איז די פערטע גרעסטע פראווינץ אין קאנאדא נאך אנטעריא(ארום 15.6 מיליאן איינוואוינער), קוויבעק(ארום 8.8 מיליאן איינוואוינער), און בריטיש קאלאמביע(ארום 5.5 מיליאן איינוואוינער); זי איז אבער די סאמע גרעסטע קאנסערוואטיווע(וואס מ'וואלט גערופן אין די פאראייניגטע שטאטן "רויטע")פראווינץ.
אין די 2021 פעדעראלע וואלן האבן די רעכטע פארטייען דארט באזיגט די לינקע און צענטריסטישע פארטייען מיט באלד 29 פונקטן! און פארשטייט זיך אז א גרויסע צאל פון קאנסערוואטיווע זיצן אינעם פארליעמענט קומען ארויס פון אלבערטא.
וויבאלד ס'איז אזא רעכטע פראווינץ איז דא דארט אן אינטרעסאנטע פענאמען אז די ליבעראלע פארטיי וואס איז מער א צענטריסטישע פארטיי לויפט נישט דארט צו שטארק, וואס ערלויבט אטאמאטיש פאר די לינקע ען. די. פי. פארטיי צו זיין די גרעסטע אפאזיציע פארטיי אינעם פראווינץ.
אין 2015 האבן זיי גאר געוואונען נאכדעם וואס די רעכטע שטימע איז געווען צוטיילט צווישן צוויי רעכטע פארטייען און די ליבעראלע פארטיי האט כמעט גארנישט אנגעצויגן דארט, אבער אין 2019 זענען זיי צוריק ארויסגעפלויגן נאכדעם וואס די רעכטע זענען שוין געווען מער פאראייניגט און די גרויסע רעכטע פארטיי האט אנגעצויגן 55% צו 33% פאר די ען. די. פי., און די איבריגע עולם האט מער ווייניגער געשטימט פאר א צענטריסטישע/פאפוליסטישע פארטיי.
יעצט דעם קומענדיגן מאנטאג לויפט די יעצטיגע פרעמיער וואס היבש ראדיקאל רעכט(פון די פערל ווערטער וואס זי האט געזאגט איז אז די וואס האבן גענומען די וואקסין זענען ווי די אידן וואס זענען געגאנגען צו די שחיטה)פאר א פרישן טערמין, און די פירערין פון די ען. די. פי. פארטיי איז די זעלבע וואס איז שוין געווען פרעמיער פון 2015 ביז 2019, און זי איז נישט קיין שוואכע לינקע.
דא קומט די חידוש, אז דאסמאל ווייזן די אנקעטעס אז ס'גייט זיין א צוויי פארטיי פארמעסט, ווען די אנדערע פארטייען ציען אן גאר ווייניג, וואס דאס וואלט לכאורה געדארפט מאכן אז די אינקאמבענט רעכטע פארטיי זאל געווינען גאר גרינג און ברייט, אבער פארט האבן אנקעטעס געוויזן דאס אומגלויבליכע אז פאר עפעס א סיבה(אפשר צוליב אירע צו שטארק רעכטע אנשויאונגען?)קומט די ען. די. פי. אריין גאר שטארק און אין געוויסע אנקעטעס אפילו פאראויס, וואס וואלט געווען אן ערדציטערניש אויב זיי געווינען טאקע אין דעם פראווינץ אין די געגנט פון פופציג פראצענט פון די שטימען.
נעכטן זענען פארגעקומען די וואלן, און למעשה איז די פאראייניגטע קאנסערוואטיווע פארטיי אריינגעקומען באקוועם פאראויס, הגם פאר אזא שטארק רעכטע פראווינץ איז עס געווען שטארקע פארשריט פאר די לינקע פארטיי.
ווי ס'האלט יעצט(די רעזולטאטן זענען נאכנישט אפיציעל)האט די פאראייניגטע קאנסערוואטיווע פארטיי אנגעצויגן 52.6% פון די שטימען און געוואונען 49 פון די 87 זיצן(56.3%), און די ען. די. פי. האט אנגעצויגן 44.0% און געוואונען 38 פון די 87 זיצן(43.7%), און 3.4% האבן געשטימט פאר צוועלף קלענערע פארטייען און פאר זעלבסטשטענדיגע קאנדידאטן.
פיר יאר צוריק האט די פאראייניגטע קאנסערוואטיווע פארטיי געוואונען 63 פון די 87 זיצן(72.4%)און די ען. די. פי. האט האט געוואונען 24 פון די 87 זיצן(27.6%), דאס מיינט אז די ען. די. פי. וועט דאסמאל זיין א פיל שטערקערע אפאזיציע, אבער אין לויף פון די לעצטע שטיק צייט זענען געווען צייטן וואס אנקעטעס האבן געוויזן אז זיי זענען פיל שטערקער פון דעם און זיי האבן אפילו געגלייבט אין די מעגליכקייט פון א געווינס, אבער זעט אויס אז אין די לעצטע מינוט זענען קאנסערוואטיוון אהיים געקומען צו די אייגענע פארטיי.
אז מ'וויל מאכן א סך הכל פון די ארטעיגע סיטואציע קען מען זאגן ווי פאלגענד:
פאליטישע פארטייען ווילן פון איין זייט ציען ווי מער צו זייער זייט, אבער פון די אנדערע זייט דארפן זיי זיין גענוג אין צענטער צו קענען געווינען די אנדערע פארטיי, און צוליב דעם וועט געווענליך זיין אז פארמעסטן אין אלגעמיין וועלן זיין נאנט און ביידע פארטייען(אין צוויי פארטיי פארמעסטן)וועלן אנציען היבש נאנט צו האלב פון די שטימען.
נאך א וועג צו סאמערייזן די רעזולטאטן, די ענדיפי האט געדארפט געווינען 20 זיצן צו באקומען קאנטראל, און זיי האבן למעשה געפליפט 14 שטיק.
משל למה הדבר דומה, אז די רעפאבליקאנער זאלן געינען אין ניו יארק סטעיט אסעמבלי 18-19 פון די נויטיגע 26-27 וואס זיי דארפן צו געווינען קאנטראל.
עקסטער טענה'ן זיי אז די 44% איז די מערסטע וואס זיי האבן געגרייכט אין די פאפולערע שטימען אלל טיים.
אין די הויפט שטאט קאלגארי האבן די ענדיפי גענומען די מאיאריטעט פון די שטימען, מיט 14 פון די 26 זיצן, ארויף פון א פיצי מינאריטעט מיט בלויז 3 זיצן פיר יאר צוריק. דאָס מיינט אז די נייע רעגירונג וועט מוזן אבאכט געבן נישט איבערצוציען דעם שטריק מיט די שטאטישע וויילער, אפצוהיטן די 12 זיצן וואס זיי האלטן נאך אין קאלגארי. די 22 זיצן אין עדמאנטאן מיט די 26 פון קאלגארי זענען אינאיינעם א מאיאריטעט פון אלע זיצן.
היינט איז אפגעהאלטן געווארן די צווייטע רונדע וואלן אין גריכנלאנד.
מיט העכער 90% שטימען אפגעציילט: אמטירענדע 'נייע דעמאקראטיע' פארטיי -אונטער די פירערשאפט פון פרעמיער מיניסטער מיטסאטאקיס- באקומען ארום 40.5% פון די אפגעגעבענע שטימען.
די אפאזיציע 'סיריזא' פארטיי איז אריינגעקומען א ווייטע נומער צוויי, מיט עטוואס מער פון 20% פון די שטימען.
-- אונטער די ארטיגע געזעץ, וועט אין אזא פאל[וואס ס'איז פארגעקומען א צווייטע רונדע וואל פארמעסט]די געווינענדע פארטיי צובאקומען נאך עטליכע פארליאמענט בענקלעך, געוואנדן לויט די פערצענטן פון די שטימען. דאס באדייט אז די געווינענדע 'נייע דעמאקראטיע' פארטיי וועט, אין צוגאב צו די 158 זיצן וואס זיי באקומען לויט די שטימען, צובאקומען ביז אזויפיל ווי פערציג ביז פופציג זיצן, וואס דאס גייט אויף די חשבון פון די אנדערע פארטייען.
וואלן אפגעהאלטן פארלאפענע מאנאט אין די אפריקאנע לענדל Sierra Leone צייגן אז די אמטירענדע 'סיערא ליאן'ס פאלקס פארטיי' האט געוואונען ארום 60% פון די אפגעגעבענע שטימען.
אפאזיציע APC פארטיי זאגט אז זיי אקצעפטירן נישט די אפיציעלע רעזולטאטן צוליב פארשידענע אירעגולאריטעטן...
ישראל_הלויהאט געשריבן:↑זונטאג יולי 23, 2023 2:23 pm
עקזיט פאולס צייגן א זיג פאר די קאנסערוואטיווע פארטיי אין שפאניע.
למעשה איז עס א געהעריגע טיי בנוסח די מדינה, און עס ווענדט זיך אין די ארטיגע כמו רעגיאנאלע אבאס'לעך אויב דער אינקאמבענט לינקער וועט קענען מאכן א קאאליציע, צי גאר דער רעכטער, וואס למעשה זענען די רעכטע אריינגעקומען די ערשטע סיי אין זיצן סיי אין פראצענט, נאר נישט גענוג, צי מען וועט גיין צו פרישע וואלן.
פאר מער דעטאלן קען מען ליינען איבער די עטליכע רונדע וואלן אין די מדינה, מאכן קאפי פעיסט, נאר אביסל ארומטוישן די נעמען..
אין די העכערע הויז, די סענאט, ווערט די אפאזיציע ערווארטעט צו באקומען א באקוועמע מיאריטעט פון 57 זיצן, און די אמטירנדע פארטיי 39 זיצן, אראפ פון 48 אין די 2019 וואלן.
אין די העכערע הויז, די סענאט, ווערט די אפאזיציע ערווארטעט צו באקומען א באקוועמע מיאריטעט פון 57 זיצן, און די אמטירנדע פארטיי 39 זיצן, אראפ פון 48 אין די 2019 וואלן.
IMG_20231016_143751.jpg
וואל באטייליגונג האט דערגרייכט א רעקארד 73%, די העכסטע זינט די צוזאמפאל פון קאמוניזם פיר און דרייסיג יאר צוריק. יוגנט באטייליגונג איז ארויף צו 71.9%, פון 46.6% פראצענט פיר יאר צוריק...