וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

גראז האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:39 am
זיס..

זי רעדן איבער א שיחה פון די רבי...?!
די טשופ געט נאר צו צום בעל תשובה לוק…
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענטליכע וואלן ווערן אפגעהאלטן אין עגיפטן ענדע וואך.

וויילער וועלן קענען אפגעבן זייער שטימע דורכאויס די טעג פון שבת, זונטאג און מאנטאג - רעזולטאטן וועלן געמאלדן ווערן א מאנטאג דערויף.

---
צ/ק
(דאכטזעך אז מ'קען שוין פאראויסזאגן די רעזולטאטן פון די וואלן...

די לעצטע צוויי מאל האט פרעזידענט על-סיסי 'געווינען' מיט 97% פון די אפגעגעבענע שטימען... דער הויפט אפאזיציע קאנדידאט האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט פאריגע מאנאט נאך וואס ער באשולדיגט אז מ'רודפ'ט זיינע שטיצער (א באזיסלאזע באשולדיגונג לויט די אפיציעלע באאמטע)...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:08 pm
פרעזידענטליכע וואלן ווערן אפגעהאלטן אין עגיפטן ענדע וואך.
פרעזידענט סיסי 'געווינען' א דריטע טערמין מיט 89.6% פון די אפגעגעבענע שטימען.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בענגלאדעש האט ארויסגעשטעלט טרופן איבערן לאנד אין צוגרייטונג צו די נאציאנאלע וואלן וואס ווערן דארט אפגעהאלטן קומענדיגע וואך.

די אפאזיציע 'בענגלאדעש נאציאנאליסטישע פארטיי' וועט בויקאטירן די וואלן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וויילער אין פינאלנד שטימען היינט פאר פרעזידענט, א פארמעסט אין וועלכע אלע קאנדידאטן האבן פארשפראכן צו נעמען א שטייפערע ליניע קעגן רוסלאנד.

אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן ציט נישט אן גאנצע 50% וועלן פארקומען די ראנאף וואלן אום פעברואר 11.

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:13 pm
וויילער אין פינאלנד שטימען היינט פאר פרעזידענט, א פארמעסט אין וועלכע אלע קאנדידאטן האבן פארשפראכן צו נעמען א שטייפערע ליניע קעגן רוסלאנד.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-01-28 184838.png
Screenshot 2024-01-28 184838.png (55.27 KiB) געזען 2147 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:13 pm
וויילער אין פינאלנד שטימען היינט פאר פרעזידענט, א פארמעסט אין וועלכע אלע קאנדידאטן האבן פארשפראכן צו נעמען א שטייפערע ליניע קעגן רוסלאנד.
מיט 96% פון די שטימען אפגעציילט.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-01-28 193204.png
Screenshot 2024-01-28 193204.png (43.88 KiB) געזען 2089 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@אלעקסיי דער דריטער שכח פאר די באריכטן.

ווער איז די אינקאמבענט?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:37 pm
@אלעקסיי דער דריטער שכח פאר די באריכטן.
יישר.
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:37 pm
ווער איז די אינקאמבענט?
Sauli Ninisto - קען נישט לויפן צוליב טוירם לימיטס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:13 pm
וויילער אין פינאלנד שטימען היינט פאר פרעזידענט, א פארמעסט אין וועלכע אלע קאנדידאטן האבן פארשפראכן צו נעמען א שטייפערע ליניע קעגן רוסלאנד.

אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן ציט נישט אן גאנצע 50% וועלן פארקומען די ראנאף וואלן אום פעברואר 11.
היינט.

אלעקסאנדער סטאב פון די 'נאציאנאלע קאאליציע פארטיי' ווערט געזען אלס ווארשיינליכע געווינער פון די פארמעסט, באזירט אויף לעצטערע אנקעטעס.

שטים בודקעס שליסן זיך אום 8 אזייגער אווענט לאקאלע זייגער, און פולע רעזולטאטן זענען ערווארטערט ביז עטליכע שעה דערויף.
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

דער וואך איז פארגעקומען וואלן אין דעם לאנד סענעגאל אין אפריקע, נאך חדשים פון שטורעמישע פראטעסטן און היציגע וואל כאאס, נאך וואס די רעגירונג האט פרובירט צו כסדר אפשטיפן די וואלן, און נאך וואס דער פירער פונעם לאנד האבן פארמאכט די הויפט אפאזיציע פארטיי און איינגעזעצט די פירער פונעם פארטיי (און הויפט פאליטישע קעגנער) אוסמען סאנקא אין תפיסה פאר אנקלאגעס פון "אינסערעקשען" (ווי שוין דאן געווען באריכטעט דא דורך @אבימלך viewtopic.php?p=4491675#p4491675 )

די וואלן האט געוואונען מיט א איבערווידיגע מערהייט, טאקע דער אפאזיציע פארטיי, נישט דער פירער היות ער האט נישט געקענט לויפן, נאר זיין נענסטע מענטש וואס ער האט געשטעלט צו לויפן "באסירא דיאמאיא פאיע", אויך באקאנט מיט זיין צונאמען "מר. קלין", בד"פ איז אויך געווען ארעסטירט אינאיינעם מיט סאנקא און איז ארויסגעלאזט געווארן קנאפע 10 טאג איידער די וואלן, און מארשירט פון דארט צו א גרויסן זיג געווינענדיג מיט 53% פון די וואוט (די פירערישע פארטיי אין סענעגאל האט באקומען עטליכע אין דרייסיג פראצענט פון די שטימען).

באסירא דיאמאיא פאיע איז 44 יאר אלט און ווערט דערמיט דער יונגסטע פרעזידענט פון א לאנד אין אפריקע.

די קאמפיין פון בד"פ און אין אלגעמיין די אפאזיציע פארטיי איז געלאפן בעיקר אויף אויסראטן קארופציע, פארבעסערן די אקענאמיע, טוישן די קארענסי און אין אלגעמיין א פופעליסטישע מעסעדזש.

צוויי טאג פאר די וואלן האט די געוועזענע פריים מיניסטער וואס האט געארבעט אונטער די פאריגע פרעזידענט אויך אינדארסירט באסירא דיאמאיא פאיע.

איך גיי גארנישט צושרייבן איבער וואס מען קען זיך ארויסלערנען אויף אמעריקע פון דעם געווינס...
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
Harris has more flip flops than Walmart
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

היינט איז פארגעקימען וואלן און טערקיי
און ווי עס קיקט אויס האט ערדאונס פארטיי געליטען א שווערע קלאפ די ערשטע מאל זייט ער זיצט אויפען בענקל
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מארגן מיטוואך ווערן אפגעהאלטן פארליאמענט וועלן אין דרום-קארעא.

די אפאזיציע 'דעמאקראטישע פארטיי', וועלכע פארמאגט יעצט א רוב זיצן אינעם לעגיסלאטור, פירט א קאמפיין קעגן די 'People Power Party' פונעם אמטירענדן פרעזידענט באזירט אויף די עקאנאמישע שוועריגקייטן און די הויכע אינפלאציע אין לאנד. אין די זעלבע צייט, ווייזט אן די PPP פארטיי אז דער פירער פון די דעמאקראטישע פארטיי שטייט אויס א קארופציע פראצעס און ווארנט אז א זיג פאר די DP וועט שאפן א קריזיס אין לאנד.

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:30 pm
מארגן מיטוואך ווערן אפגעהאלטן פארליאמענט וועלן אין דרום-קארעא.

די אפאזיציע 'דעמאקראטישע פארטיי', וועלכע פארמאגט יעצט א רוב זיצן אינעם לעגיסלאטור, פירט א קאמפיין קעגן די 'People Power Party' פונעם אמטירענדן פרעזידענט באזירט אויף די עקאנאמישע שוועריגקייטן און די הויכע אינפלאציע אין לאנד. אין די זעלבע צייט, ווייזט אן די PPP פארטיי אז דער פירער פון די דעמאקראטישע פארטיי שטייט אויס א קארופציע פראצעס און ווארנט אז א זיג פאר די DP וועט שאפן א קריזיס אין לאנד.
די אפאזיציע 'דעמאקראטישע פארטיי' האט געווינען מער פון 170 פון די 300 זיצן אינעם פארליאמענט, אויסברייטערענדיג זייער מאיאריטעט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרוי טאמאסדאטיר געווארן ערוועלט אלס אייסלאנד'ס זיבעטע פרעזידענט, מיט 34% פון די אפגעגעבענע שטימען אין די נעכטעיגע וואלן.

זי וועט ווערן איינגעשוואוירן אום אוגוסט 1.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וויילער אין מעקסיקא געבן היינט אפ זייער שטימע אין די ארטיגע פרעזידענטליכע וואלן, ווי אויך א רייע לאקאלע און ראיאנאלע אמטן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 9:18 am
וויילער אין מעקסיקא געבן היינט אפ זייער שטימע אין די ארטיגע פרעזידענטליכע וואלן, ווי אויך א רייע לאקאלע און ראיאנאלע אמטן.
די פרעזידענטליכע קאנדידאטן זענען פרא מערב וועלט אדער ס'איז צוטיילט? ווער איז פרא ווער איז אנטי?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 9:18 am
וויילער אין מעקסיקא געבן היינט אפ זייער שטימע אין די ארטיגע פרעזידענטליכע וואלן, ווי אויך א רייע לאקאלע און ראיאנאלע אמטן.
פרוי שיינבוים -וואס ווערט אין אלגעמיין באטראכט ווי א נאכפאלגער פון דער יעצטיגע פרעזידענט לאפעז-אבראדאור- האט געווינען די פארמעסט מיט ארום 59% פון די אפגעגעבענע שטימען, ווערענדיג די ערשטע פרעזידענטקע אין מעקסיקא'ס 200 יעריגע היסטאריע.

--
אויך איז ערווארטערט אז די אמטירענדע לינקע קאאליציע וועט געווינען א צוויי-דריטל מאיאריטעט אין די ארטיגע קאנגרעס, מעגליך גאר אין ביידע הייזער, ערלויבענדיג די רעגירונג צו דורכפירן קאנסטיטוציאנאלע טוישונגען אן קיין איבעריגע שוועריקייטן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:59 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 10:52 am
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 1:30 pm
פרעמיער מיניסטער מארק רוטעי וועט נישט לויפן פאר פיפטע טערמין.
היינט קומט פאר די פארליאמענט וואלן אין האלאנד.

א לעצטיגע אנקעטע צייגט א שמאלע פארמעסט צווישן די 'פרייהייט פארטיי', די אמטירענדע 'מענטשן'ס פארטיי פאר פרייהייט און דעמאקראטיע', און די פאראייניגטע 'ארבעטער/גרינע פארטיי' טיקעט.
נאך לאנגע חדשים פארהאנדלונגען האט די פרייהייט פארטיי פארלאפענע מאי געשלאסן א קאאליציע אפמאך מיט עטליכע אנדערע רעכטע/קאנסערוואטיווע פארטייען צו פארמירן א רעגירונג, [אריינגערעכענט די 'מענטשן'ס פארטיי פאר פרייהייט און דעמאקראטיע' (VVD) פונעם ביז יעצטיגן פרעמיער מיניסטער מארק רוטע] .

אלס טייל פונעם אפמאך וועט וויילדערס -דער פירער פונעם פרייהייט פארטיי- נישט דינען אלס פרעמיער מיניסטער, צוליב זארגן איבער זיינע 'עקסטרעמע און קאנטראווערסיאלע' שטעלונגען. אלס פרעמיער מיניסטער איז היינט געווארן איינגעשוואוירן דער געווזענע שפיאנאזש שעף Dick Schoof.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-03 000808.png
Screenshot 2024-07-03 000808.png (375.47 KiB) געזען 797 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין א קנאק אוט בלאו פאר לע פען'ס טראמפיסטישע פארטיי און אירע פרעזידענטליכע חלומות איז איר פארטיי אריינגעקומען דריט, מעגליך אפילו א ווייטע דריטע! לויט די עקזיט פאולס.

בעפאר אלע אנטי לע פעניסטן האבן זיך צוזאמענגענומען פון אלע זייטן האט א לע פען "מאיאריטעט" נאך געהייסן א עכטע מעגליכקייט, און א קלארע ערשטע פלאץ איז געווען באטראכט אלץ מאוסט לייקלי ביז עטליכע טאג צוריק, מיט בכלל אריינקומען ערשט באטראכט אלס מאוסט לייקלי מיט א שאנס פאר נאנטע צווייטע ממש ביז די עקזיטס זענען ארויסגעקומען.

יעצט רעדט מען פון דריטע, פילייכט ווייטע דריטע גאר. נאך די לינקע קאאליציע און מאקראן והגלילות.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ס'איז הויעך יו"ט אין ווענזועלא, אבער דא איז טויט שטיל.
אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

גראז האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 5:12 pm
ס'איז הויעך יו"ט אין ווענזועלא, אבער דא איז טויט שטיל.
172807.jpeg
172807.jpeg (243.35 KiB) געזען 408 מאל
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ישראל_הלוי האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 9:54 am
דער פרעזידענט פון אזערביידזשאן, אילהאם אליעוו, האט פאררופן פרי פארלאמענטארע וואלן. זיין פארטיי קען נאכאמאל געווינען. אליעוו האט געדינט אלס פרעזידענט זינט 2003 און האט לעצטנס געווינען נאך א טערמין מיט 92% פון די שטימען. די אפאזיציע פארטייען באטייליגן זיך נישט אין די וואלן ווייל זיי פילן אז עס איז אומיושר'דיג. עטליכע קריטיקער זענען ארעסטירט געווארן, וואס מאכט עס שווער פאר אנדערע זיך אויסצורעדן קעגן אליעוו'ס רעגירונג.
בילד
עקזיט פאולס צייגן אז אליעוו'ס פארטיי האלט אן איר פארליאמענט מאיאריטעט מיט בלויז איין זיץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”