עיין ברמב"ם למה אצל גט "כופין אותו עד שיאמר רוצה אני" וכשר, משום שתוך פנימיות לב ישראל הוא לעשות רצון השי"ת, ומי מעכב, שאור שבעיסה.... אבל לאחר התגברות הטוב על הרע, יאיר נר נשמת ישראל בכל התוקף....
A story you’ll all love.
A man living in Jerusalem was saying kaddish for a parent who died. Each day he would say kaddish at the daily services in the synagogue. It was his way of connecting to the soul of his loved one. Returning home one night at 3:00am from a wedding, he fell into bed exhausted. As soon as he had turned out the light, he realized that he hadn’t prayed Ma’ariv, the evening prayer. He missed the kaddish for his beloved mother. With tremendous effort, he dragged himself out of bed and started to dress.
Where to find a minyan at this time of the morning? 3 AM?
No problem. As anyone who lives in Jerusalem can tell you, day or night, you can always find a minyan at the shteibelach—the small synagogues in the Zichron Moshe neighborhood.
That night there was a miracle. Zichron Moshe was totally deserted; no one was there; nary a hobo, nada.
Taking out his cellular phone, he dialed the number of a large taxi company.
“Hello! Can you please send six taxis to the shteibelach in Zichron Moshe?”
“Adoni (my dear sir)! It’s three o’clock in the morning! You think I have six taxis? What do you think I am, a magician? …I only have five.”
“Okay. So send five!”
He dialed another number. “Hello, please send five taxis to Zichron Moshe…”
“Your crazy? Atah meshugah. I only have four!
“okay so send four.”
Within twenty minutes, there was a procession of nine taxicabs parked neatly outside the shteiblach.
“Adoni,” said one of the drivers, “Why do you need nine taxis? There’s no wedding here, no Bar Mitzvah, nothing.”
“I want you all to turn your meters on and come inside with me. We are going to pray together the evening prayer — arvit ”
“I will pay each of you just as if your giving me a lift. For every minute you are here, I will pay you.”
Dusty yarmulkes (skullcaps) emerged from the glove compartments of the taxis, some woken from a hibernation that stretched back to their owner’s own bar mitzvah.
It wasn’t easy. Despite being obviously fluent in Hebrew, the drivers had no idea how to pray: what and when to answer; when they should pray aloud and when in silence.
It took them quite a while. But the kaddish man, showd them exactly what do do. They had the most incredible, moving prayer at 3:30 AM in Jerusalem, and he said kaddish after his mother.
When they had finished, everyone went out to the taxis; the meters in the cars were pushing upwards of 90 shekels each car. The drivers turned off their meters and the man pulled out his wallet. He would dash out around 800 shekel to all the drivers to pay them for their time.
“How much do I owe you?” he said to the first taxi driver in the line.
“Adoni, what do you take me for? Do you honestly believe I would take money from you who just gave me such an opportunity to help my fellow Jew say kaddish?
He moved down the line to the second driver. Identical reaction. “Do you know how long it is since I prayed?” you want me to take money from you?
And the third and the fourth, all the way down the line to the ninth…
Not one would take a penny.
They embraced and they drove off to a new morning in the holy city of Jerusalem.
ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
עם ישראל חי באמונתם לעולם....
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל..... עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
יעדע מענטש טרעפט זיך אהן מיט די פילינג פון צייט צו צייט אין אזוי טראכט ער מיט התפעלות מי כעמך ישראל אין אמאהל שרייעט זיך ארויס פון התרגשות למשל ביי מיר ווען איך זעה די אחדות אפילו פון די ביטערע בד"ה אשכול צו בקשו רחמים רח"ל מזעהט אז באמת יעדע נייעס ווערט אויף גענומען מיט א מוראדיגע מיט געפיל איינער פארען צווייטען אין לאו דוקא ביי צרות ח"ו ה"ה אנדרע זאכען אין שמחות מפרייעט זיך מעווינטשט מיט הארץ פאר בעלי שמחות אין אסאך מאהל ווערט מען צו געוואינט מכאפט שוין ניט א מאהל התפעלות אויבער בעצם איז שוין איינמאהל דא וואס נתפעל צו ווערין שרייבט אראפ ווען איר פילט אזוי ביטע ס'שטייט אין דברי ישראל אז ווען אידען רעדין בשבחן של ישראל איז מען מעורר רחמים אויבען אין אויך שטייט אזוי אין שומר אמונים אויבער ער לייגט צו בתנאי אז מזאל עס מיינען מיט א אמת איר קענט מעורר רחמים זיין מיט לימודי זכות סאיז א געוואלדיגע זכות
פורים ווען איך גיי נאך געלד ביי מיין מנין פאר מתנות לאביונים בו ביום אין אידען הערן אז ס'איז מתנות לאביונים בו ביום דערקען איך ווי זיי ווערן איבערגענומן אין מיט א שמחה גדולה געבין זיי שענערע סכומים אפילו ס'איז שוין די צענטע מענטש פאר מתנות לאביונים בו ביום מקוקט עס אהן מיט א ספעציעלע חביבות פלאס אלע אנדרע געלד גייערס אין אלע בוחרים קינדער אין איך בין נישט די לעצטע גיט מיר עס די געפיל פון מי כעמך ישראל נישט נאר מטוהט מצות נאר ווי ס'איז די ערשטע מאהל פאר בו ביום
די גאנצע פרשה פון רבי שלום מרדכי רובאשקין שליט"א מתחילתו עד סופו ווי אידען האבון געגאסען ימים ונהרות פון געלד אין פון השתדלות ווי מהאט נאר געקנט אויף טוהן אלע עסקנים זענען גוועהן אינוואלווד אויף אלע פראנטען וואס איז נאר שייך אים צו באפרייען עצרת תפלות .קבלות טובות .אין וואס נישט עפעס אזא אחדות פאר א איד וואס רוב פון זיי קען אים ניטאמאהל סתם ווייל ער איז א איד אין ער אליינס מיט זיין ווייב לעבן מיט אמונה ובטחון די גאנצע צייט אז מווערט באלד באפרייט מקען רעדין אהן א שיעור וואס האט זיך אלס אפגעטוהן ביי כלל ישראל יענע גאנצע תקופה די שמחה ווי אזוי מהאט געטאנצען אין די גאסען ששון ושמחה ליהודים
אין ווער ס'קען צו לייגען זיין התרגשות פון יענע פרשה איז מכובד
איך דערמאן זיך די מעשה פון קליינ'ס אייזקרים ביי די בלעקאוט תשס"ג דאכט זיך זוממער ווען א אנדרע פירמע איך מיין מהדרין אייזקרים איך בין נישט זיכער מיט די נעמין אין ס'איז גוועהן קריטישע מינוטען פאר די קאמפני בשעת די בלעקאוט זייער גאנצע געלד קענען זיי פארלירען האט קליינ'ס מציע גוועהן פאר זייער קאמפטישאן צו אריבער ברענגין אלע אייזקרים צו זיך . זיי האבון פלאץ בשפע אין ביי זיי ארבעט יא די פריזער'ס ווער ס'ווייסט מער פרטים אוידער מער פונקטליך די דיטעילס זאל ביטע שרייבען
נישט לאנג צוריק איז גוועהן א אינטערוויא נאמבער 2378 ביי די לאנגע אינטערוויאס אויף קול מבשר ווי א חשובע איד וואס האט א ארגענזאציע מיט די נאמען א טריט וואס העלפון ארויס משפחות וואס גייען דורך שוועריקייטען ל"ע ולא עליכם פארציילט בתוך דבריו אז ס'איז דא" אידען וואס אלע זייערע יאהרען האבון זיי געהאלפען שלא ע"מ לקבל פרס פשוט ווייל זיי האבון מיטגעפיל מיט א צווייטען מיט כל מיני הילף "אין אסאך אידישע פרויען וואס טוהן דאס פון זיך אליינס אין ער זוכט אריין צו שלעפין אלע בעלי חסד ועסקנים אנשים ונשים העכער 18 אנשטאט צו גיין ארבעטין פאר א צווייטען קום אין טוה די זאך וואס די האסט ליב אין א עפי"ר טוהן זיי דאס ממילא אין יעצט גראדע קען מען מאכען געלד דערפון ווייל די שטאט באצאהלט דערפאר" אויבער סאיז נישט קיין חילוק ווייל די אידען טוהן דאס סיי ווי "אין ער זוכט מענטשין מיט געפיל ווייל ליידער איז נאך דא א צורך פאר נאך ווייל מרעדט דא פון א כל מיני חסד נישט איין מין סארט הילף נאר יעדע זאך וואס א משפחה דארף אלס האבון פון רעדין מיט די קינדער אויסהערן נעמין ווי מדארף אלס גיין זיך אויסליפטערן צו א פארק אין אפילו נייע דירות פארשאפען אין אלע חלקים פון קאנסטראקשען אין גאר אסאך מער פון דעם וכו' וכו' הערט אליינס אויס די שמועס אלעס כדי ארויס צו נעמין פון טראמע אין גרינגער מאכען פאר די משפחות
איך האב נעכטן געהערט פון איינעם וואס ארבעט ביי איינע פון די היימישע עסן קאמפעניס אז ער באקומט א פאן קאלל פון איינע פון די גרויסע געשעפטן אז ער זאל געבן פאר זיין גרעסטע קאמפעטישן אפאר סקיטס פון זיינע פרודוקטן אויף זיין חשבון ווייל יענער איז אויסגעלאפן פון סחורה און מען וועט זיך שפעטער פאררעכענען די זעלבע האב איך געהערט פון איינע פון די שטריימעל סוחרים וואס איז אויסגעלאפן פון באקסעס מיט איין פאן קאל האט ער זיך געטראפן מיט איינע פון זיינע קאפעטישנס ברענגען באקסעס וויפיל ער האט נאר געדארפט
אין תנא דבי אליהו שטייט אזוי פרק י"ט רבוש"ע ראה נא בענינו וכו' זכור כמה בעלי בתים איז דא אין כלל ישראל וואס האבון נישט קיין פרנסה אין זענען עוסק בתורה. וזכור וויפיל עניים איז דא וואס די גוים מושכין את בשרם מעליהם ועוסקין בתורה בכל יום תמיד וויפיל סומים יש בישראל שאין להם מזונות ונותנים ולומדים את בניהם תורה זכור כמה נערים וקטנים יש בישראל שאינם יודעים בין ימינם לשמאלם ועוסקין בתורה בכל יום תמיד זכור כמה זקנים וזקנות שיש בישראל שמשכימין ומעריבין לבתי כנסיות ולבתי מדרשות ומצפין לישעותך בכל יום תמיד וכו'
די הייליגע בארדיטשובער זי"ע האט מחבר גוועהן די ניגון אויף די פיוט פון די הושענות אום אני חומה . לאמיר דערציילען די מעלות פון אידישע קינדער ער האט עס גרינג געמאכט פאר אונז חזר נאך א מאהל אין נאך א מאהל די מעלות
די הייליגע רבי רבי אלימלך זי"ע שרייבט אין תפלה קודם התפלה שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם
סאיז דא א מוראדיגע לימוד דערפון לפענ"ד איך זאג קיינעם נישט וואס צו טוהן ח"ו איך שרייב אראפ מיין מחשבות האפענטליך וועל איך זיך אליינס זוך מחזק זיין צו טוהן די מצוה .כאטש סאיז אלעס דברים ידועים א מענטש דארף כסדר אויף וועקין די מחשבה רעדין דערפון וכו' מזעהט אז די צוויי ריזיגע צדיקים האבון אינז געלערט חזר'ען אין ביידע האבון עס געטוהן אןיף א אנדרע אופן מיט א ניגון איז עס סאך לייכטער מקען איבער זינגען אין איבער זינגען אין מטראכט אריין אין די פירוש המלות לאמיר דערציילען די מעלות אין ער גייט דורך פון אות א' ביז תיו דערצייל עס טראכט'עס לעב מיט עס. אין א תפלה מזעהט אז מדארף מתפלל זיין דעראויף אין כסדר דערמאנען די מענטש דעראויף מזעהט דערפון אז סאיז געמאכט פאר יעדע איד די עבודה. אין תנא דבי אליהו שטייט "מצוה לספר בשבחן של ישראל " אין קדושת לוי שטייט עס כמה פעמים אין רוזאלטאטען פון די סגולה איז דאך מוראדיג סברענגט די גרעסטע השפעות טובות
די הייליגע בעלזא רב זי"ע ווען די דאקטער האט באהנדעלט די רב ז"ל האט ער באמערקט אז ער איז זייער פארטראכט אין דאקטער איז גוועהן ווייט פון אידשקייט אין האט זיך זייער געווינדערט וואס טראכט ער פון נייגער האט ער געפרעגט איך זעה אז די רבי איז זייער פארטראכט וואס טראכט איר א גאנצע צייט האט די הייליגע רב גענטפערט "גיטס אויף אידישע קינדער "אזוי שטייט אין בקודש פנימה ח"א
האב איך געטראפען די שטיקל דברי ישראל הנ"ל פרשת אמור אין די הגהות אינטען בשם זיין זיידע די הייליגע רבי יחזקאל מקוזמיר זי"ע האט געזאגט אז וואס א איד קען מתקן זיין אויף די וועלט ממליץ טוב זיין פאר אידען דהיינו זאגען אז א איד ארבעט מער ווי זיין כוחות כל איש ישראל ."משבר כח המקטרגים" יותר ממלאכי מעלה אין מער ווי "צעהן טויזענט צדיקים "10.1000 בגן עדן וכו'
א איד געגעבן פאר זיין קרוב פערציג אלפים נאך וואס ער איז דורך א שווערע צייט.
קען א איד וואס באצאלט די גראסערי פון זיין שכןטע אן אלמנה און זי ווייסט ניטאמאל. גייט שוין אזוי פאר קרוב צו צוואנציג יאר מיט א קרעדיט קארד אן פייל.
די זאכן גייען אן טעגליך!! קען נישט גלייבן אז א שווארצער איז אין א שווערע מצב וואקט ער אריין אין קלויסטער און איז געהאלפן אין אפאר מינוט. א איד גייט אין שול און אין מקוה און אלעס פאלט אין פלאץ.
און מיט דעם קען מען טייטשן "מקוה ישראל מושיעו בעת צרה..." ג'יי נאר אין מקוה וועסטו זיין א געהאלפענער