פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4174
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

זאגט מיר היינט איינער אזאך וואס איך הער פון אסאך מענטשן די לעצטע פאר וואכן אן א שיעור מאל, דהיינו אז די וועג צווישן וויליאמסבורג - בארא פארק נעמט לענגער ווי צווישן וויליאמסבורג - מאנסי, (זייט די כעלעמע חכמים האבן אראפגענומען די לעצטע לעין פון די הייוויע אינטערען ברוקלין פראמענאנדע)

אזוי ווי איך פאר גאר אפט אויף די וועג, וויל איך דא מוסר מודעה זיין אז די פארברעכער זענען נישט די חכמי חעלעם די פארברעכער זענען די צוויי אינגען וואס ווערן אנגערופן בלשון חיבה וועיז און גוגעל מעפס וואס לדעתם עקזיסטירט מער נישט קיין הייוויע צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק, ובכן נעמען זיי לעצטנ'ס אריין אונזער עולם און איבער א שעה לאנגע רייזע'ס לענגאויס די געמיינסטע ברוקלינער גאסן..

והנה, די וועג איז טאקע געווארן לענגער אבער נאר פאר א גוי וואס קומט צו פארן פון קווינס צום בעלט פארקוועי און ער האט נישט קיין אנונג ווי ער פארט, ער פאלגט די דזשי פי עס ווי א ראבאט וואס הייסט גיין דורכן ''איי טא סעווענדי עיט וועסט ברוקלין קווינס עקספרעסוועי ווערזאנא ברידזש'' (גיי לערן אויס פאר ר' וועיז אז די הייוועי הייסט ביקיואי בארא פארק'ער זייט)

אלזא ווען איר פארט אויף בארא פארק איז ח''ו צו פאלגן די יאנגסטערס, פארט אן די כלים חזר'ט אייך איין די אלטע סימנים אזוי ווי אינזערע טאטעס פלעגן דרייווען (ווער געדענקט נאך ווען אנשאט צו פארן קיין מאנרא פלעגט מען פארן קיין וואלף נויעוויטש? )

די רוט נעם איך (און א גרויס חלק וויליאמסבורג וואס נוצען נישט וועיז יעדע מאל מען וויל גייין און גראסערי) ווען איך פאר קיין בארא פארק בדוק ומנוסה, די וועג נעמט נישט לענגער ווי 20-25 מיניט און אסאך מאל דאס אויכנישט

דירעקציעס:

ווען איר פארט אראפ וויליאמסבורג סט, איז אויב פלאנט איר נישט צו געבן א היטש מאך זעכער זיך צו האלטן אויפן לינקען לעין אנגעהויבן שוין פון ווייט עוועניו (אחוץ אויב די ווילסט אז די גאנצע קהל ה'היטש פלאץ זאל דורכ'סקענען דיין גאנצען קאר בשעת די עסט פרישטאג וכדו') אויב מאכט זיך אז די בוזט יא אויפן רעכטן לעין און פונקט שטעלט זיך די גרידלאק אפ נעבן די היטש פלאץ, צייל אפ וויפיל דענט'ס די קאר און פארענט פון דיר האט, אך און וויי צו קוקען אויף די זייט

אויב זענט איר וויליג צו געבן א היטש אדרבה ואדרבה פארט יא אראפ די רעכטן לעין און געב א היטש בחפץ לב מיט א שמייכל, והקרן קיימת לעולם הבא

פאר גראד אראפ וויליאמסבורג סט ביז נאך פלאשינג עוועניא נעם די רעמפ אויפן לינקען זייט

צינד נישט אן קיין בלינקערס ארייצופארן אונעם גרידלאק בלייב אויפן רעמפ ביז עס מערדזשט מיטן רעכטן לעין

האלט דיר אויפן רעכטן לעין ביז די טרעפסט דיך פליען זייט ביי זייט מיט א גרידלאק אויפן האלבן מייל לאנגן טילערי סטריט עקזיט לעין

בלייב אויפן עקזיט לעין אפליו עס איז שוין דא צוויי ווייסע ליינס, ווער נישט פארלוירן, פאר ביז די ענדע פון די לעין ווען די הייוועי פארט ארויף א שטיקל בארג אויפן וועג אינטער צופארן די מאנהעטן בריק, דארט אנהייב בארג האט די שטאט צוגעשטעלט א היטש פלאץ פאר קארס צו קענען צוריק אריינמערדזשן אונעם היייוויע אן אויפהאלטן קארס וואס פארן טאקע ארויס ביים עקזיט (דא פירן זיך מאנכע צו פארן אויפן שאוילדער פאר אפאר צענדליגער פיס אבער איך טו נישט אזאלכע שריט)

בלייב ווייטער אויפן רעכטן לעין ביז הארט נעבן סענדז סטריט (כאפ א בליק צו מען קען אריינקוקען אויפן פערטן שטאק) ווי עס וואקסט ארויס נאך א רעכטערע לעין ווי אויף די לעין ווי די בוזט יעצט

ריק דיר אריין און די רעכטע לעין און הייב אן ספידן גענעג שנעל אז אויב איינער אויפן לינקען לעין טראכט אויך צו דזשוינען דיין לעין זאל אים שנעל פארגיין די אפעטיט ווען ער זעהט דיר און שפיגעל

בלייב אויפן רעכטן לעין ממש בוזן מאנהעטן ברידזש עקזיט , דארט איז דא נאך אזא רעסט עריע פון ווי מען קען זיך צוריק אריינכאפן אינעם גרידלאק

טויש שנעל צום לינקען לעין כדי אויסצומיידן די קארס וואס קומען אריינצופארן אונעם היייוועי פון אלד פולטאן סטריט, דארט אנהייב פונעם ברוקלין ברידזש פארק

האלט דיך אויפן לינקן זייט לענגאויס די הייוועי פארענטשעס דארט הונטערן ברוקלין פראמענענדע (דארט ווי די רשעים האבן געמאכט צוויי אווערסייז ברייטע לעינס אנשטאט דריי) ביז די גאנצע קאר שאקעלט זיך פון דעם וואס דארט אויף די לינקע לעין איז דא א דרעין וואס גייט אריין גאר טוף (ווער ווייסט, אפשר וועט די אינפראסטרוקטער ביל יענץ אויסגראדן)

די דרעין שאקל איז א סימן אז די גרידלאק האט זיך גע'ענדיגט (לאך אויס די קארס וואס זיצען און טרעפיק אויפן וויליאמסבורג באוינד)

בלייב אויף לינקס און נעם דעם פראספעקט עקספרעסוועי אויב ווילסטי אמקומען צו די נידריגערע גאסן (וואטש אוט ווייל אסאך מאל קען זיך דיין לעין ענדיגען מיט שיעפע ריקעדיגע ווענטליך)

אויב ווילסטו אנקומען צו די העכערע גאסן רוק דיך רעכטס צי די גאוואנעס עקספרעסוועי און נעם די 6'טע עוועניא עקזיט.............

די וועג צוריק איז א פרישע מסכת, אפשר עוד חזון למועד...




ראו מה בין בני לבן חמי..................

וועיז איז געמאכט פאר גוים (וואס בטלן צייט איז ביי זיי נישט קיין פראבלעם) , נישט פאר אונז אידן וואס האבן שוין אינזער אייגענע מקובלדיגע אויסגעטרעטענע וועגן
לעצט פארראכטן דורך פאסט טרעגער אום מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 4:26 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

טוה מיר די זעלבע אבער ס'איז נישט מסוגל....

געזעהן אסאך פאליציי לעצטנס ביי טילערי סטריט עקזיט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

יא! יא! גוט געזאגט, אטא פונקט אזוי פארן מיר! אבער דאס איז מיליטערישע סודות, שטעל דיר פאר יעדער מאכט די קונצען, וועט דאך דארט אויך זיין אנגעלייגט
אוועטאר
Hershy21
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

ש'כח פאר די עצה. אין חכם כבעל נסיון לאמיר הערן פידבעק פונם ציבור
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דעס וואס דו זאגסט ביי טילערי סטריט פלעג איך טון און סאיז פיינע נייעס אבער איליגעל!!

ווען ווייס איך אז סיא צייט צו נעמען די הייוועי? מאן יימר פארוואס זאל דיר וועיז נישט גיבן די הייוועי אויב סאיז שנעלער??

סנעמט טאקע א שעה ביידע וועגן אבער איך האב מורא צו נעמען די הייוועי ווייל סוועט נאך נעמען לענגער
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

א ריזיג שכח;l;p-

און אן עקסטער פאר די געשמאקע שפראך;l;p-:lol:
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

פאסט טרעגער האט געשריבן: די רוט נעם איך (און א גרויס חלק וויליאמסבורג וואס נוצען נישט וועיז יעדע מאל מען וויל גייין און גראסערי) ווען איך פאר קיין בארא פארק בדוק ומנוסה, די וועג נעמט נישט לענגער ווי 20-25 מיניט און אסאך מאל דאס אויכנישט

דירעקציעס:

ווען איר פארט אראפ וויליאמסבורג סט מאך זעכער זיך צו האלטן אויפן לינקען לעין אנגעהויבן שוין פון ווייט עוועניו (אחוץ אויב די ווילסט אז די גאנצע קהל ה'היטש פלאץ זאל דורכ'סקענען דיין גאנצען קאר בשעת די עסט פרישטאג וכדו') אויב מאכט זיך אז די בוזט יא אויפן רעכטן לעין און פונקט שטעלט זיך די גרידלאק אפ נעבן די היטש פלאץ, צייל אפ וויפיל דענט'ס די קאר און פארענט פון דיר האט, אך און וויי צו קוקען אויף די זייט


יעצט אז די זאגסט אז סנעמט קארגע 25 מינוט,
פארוואס זאל מען נישט געבען א היטש פאר א צווייטע יוד, אז מהאט נאך פרישטאג קען מען געבען ציעסן אויכעט
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

פאסט טרעגער האט געשריבן: אזוי ווי איך פאר גאר אפט אויף די וועג,

גא"מ פארנדיג גאר אפט הין און צוריק.
שוין אינזין געהאט אמאל אפצושרייבן דעם וועג אבער טאקע א מזל כ'האב עס נישט ווייל דיין שפראך איז עפעס זאפטיגער ווי רינעדיגע שמאלץ! יישר כח!
צומאל, אויב איז נישט אנגעלייגט ביי די 'דרעין', קען די וועג ביז פארט העמילטאן נעמען אונטער 20 מינוט!

נעגלוואסער האט געשריבן: געזעהן אסאך פאליציי לעצטנס ביי טילערי סטריט עקזיט

דא א פאליציי ווען אסאך מאל נאכן עקזיט/ענטרענס אויף די גראבע ווייסע שטח.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

איך נוץ אויך די וועג, זייט איינמאל האבעך פרובירט וועיז (ווייל די ביקיו אי אידאך א אנזעץ) און וואו זיי האבן מיר געפירט איז געווען פארשפארט, ס'געווען ער''ש און די וועג האט גענומען א שעה און א האלב.

די וועג צוריק נוץ מיר 4טע עוו ביז ליטש און צוריק ארויף, בינעך נייגעריג אויב מ'שפאָרט זיך.
ס'ווענדט זיך מסתם אין די מצב פון ביידע וועגן פון אויבן און אונטן.
לעצט פארראכטן דורך יצחק ברוך אום דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

נעגלוואסער האט געשריבן: טוה מיר די זעלבע אבער ס'איז נישט מסוגל....

געזעהן אסאך פאליציי לעצטנס ביי טילערי סטריט עקזיט

די דאבל ווייסע ליינס דארט זענען אפגעריבן שוין פאר יארן, כגלייב אויב א פאליס שטעלט אפ און די מאכסט דיר תאמעוואטע קען ער קיין טיקעט נישט געבן...
bqe.JPG
bqe.JPG (189.11 KiB) געזען 2658 מאל
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

און אגב די גאנצע טרעפיק מאכן אונז אידן מיט די עצות והא ראיה איינמאל עס ווערט 2 לעינס פארט עס אמחיה, די טרעפיק פארדעם איז נאר ווייל אונז נוצמיר די JEWLANES...
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אויב דו קענסט שרייב ביטע אראפ די וועג צו וויאמסבורג אויך א חורבן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יא...

ס'ארבעט נישט אלעמאל. אסאך מאל איז אנגעלייגט די לעינס אויך.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן: טוה מיר די זעלבע אבער ס'איז נישט מסוגל....

געזעהן אסאך פאליציי לעצטנס ביי טילערי סטריט עקזיט

די דאבל ווייסע ליינס דארט זענען אפגעריבן שוין פאר יארן, כגלייב אויב א פאליס שטעלט אפ און די מאכסט דיר תאמעוואטע קען ער קיין טיקעט נישט געבן...
bqe.JPG

תאמעוואטע וועט דיר נישט העלפן....

זיי טיילן טיקעטס לרחצה דארט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

fiena nieas האט געשריבן: אויב דו קענסט שרייב ביטע אראפ די וועג צו וויאמסבורג אויך א חורבן

bp1.JPG
bp1.JPG (146.91 KiB) געזען 2500 מאל
bp2.JPG
bp2.JPG (248.99 KiB) געזען 2500 מאל
bp3.JPG
bp3.JPG (148.94 KiB) געזען 2500 מאל
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

bp4.JPG
bp4.JPG (219.88 KiB) געזען 2498 מאל

bp5.JPG
bp5.JPG (256.87 KiB) געזען 2498 מאל


האלט דיך לינקס אגאנצע צייט, ביים סוף מעג מען זיך דרייען רעכטס.

bp6.JPG
bp6.JPG (235.4 KiB) געזען 2498 מאל
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

נעגלוואסער האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן: טוה מיר די זעלבע אבער ס'איז נישט מסוגל....

געזעהן אסאך פאליציי לעצטנס ביי טילערי סטריט עקזיט

די דאבל ווייסע ליינס דארט זענען אפגעריבן שוין פאר יארן, כגלייב אויב א פאליס שטעלט אפ און די מאכסט דיר תאמעוואטע קען ער קיין טיקעט נישט געבן...
bqe.JPG

תאמעוואטע וועט דיר נישט העלפן....

זיי טיילן טיקעטס לרחצה דארט

זיי האבן א רעכט??? למעשה איז נישט דא קיין דאבל ליינס.
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

וכן אנו נוגהין

ועוד ידינו נטיעות כמה פעמים לנסעו על השאלדער אבל צריכין ליזהר מאוד שלא תשלוט עין הרה (ואפשר ע״י "עיני ישועה" אין צריכין למחש כלל)
ויצאי עיניהם של הגוים
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן: טוה מיר די זעלבע אבער ס'איז נישט מסוגל....

געזעהן אסאך פאליציי לעצטנס ביי טילערי סטריט עקזיט

די דאבל ווייסע ליינס דארט זענען אפגעריבן שוין פאר יארן, כגלייב אויב א פאליס שטעלט אפ און די מאכסט דיר תאמעוואטע קען ער קיין טיקעט נישט געבן...
bqe.JPG

תאמעוואטע וועט דיר נישט העלפן....

זיי טיילן טיקעטס לרחצה דארט

זיי האבן א רעכט??? למעשה איז נישט דא קיין דאבל ליינס.

זיי געבן דיר א טיקעט יעצט מוטשע דיר 3 יאר מיט שטיפן קאורט קעיס צאל פאר א לויער מער גייסטעס נישט טוהן...

זיי קענען דיר געבן פשוט ווייל ס'איז דא א סיין עקזיט אנלי
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

הײמישער זײגער האט געשריבן: .



איך נעם גראדע יא דא די הייוועי רוב מאל (ווען די גאסן קוקן אויס אנגעלייגט), האלט זיך דאס מערסטע לינקס ביז די דאבל ווייסע ליינס, אריין ביז די רעכטע לעין, און דארט נעם איך די עקזיט אראפ צו די גאסן.
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

אנכי הרואה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן: .



איך נעם גראדע יא דא די הייוועי רוב מאל (ווען די גאסן קוקן אויס אנגעלייגט), האלט זיך דאס מערסטע לינקס ביז די דאבל ווייסע ליינס, אריין ביז די רעכטע לעין, און דארט נעם איך די עקזיט אראפ צו די גאסן.


גא״ם
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קיין וומסב"ג ניץ איך צומאל 8 עוועניו ביז א רעכטס צו יוניאן און פון דארט איסטרן פארקוועי און לינקס צו בעדפארד.
8th av ext231711.jpg
8th av ext231711.jpg (60.11 KiB) געזען 2434 מאל


און צו מאל עקסיט 26 ביז א רעכטס צו קאלאמבעס ביז א רעכטס ביי אטלאנטיק עוועניו און דארט צוריק אריין צום ביקיואי.
26th ext231753.jpg
26th ext231753.jpg (79.56 KiB) געזען 2434 מאל
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

איינער וויייסט צו דעס איז ליגעל??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איינער
איינער
IMG_20211116_233304_278.jpg (51.99 KiB) געזען 2372 מאל
אוועטאר
בעקער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 24, 2019 11:23 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקער »

[quote="בענקעל"]קיין וומסב"ג ניץ צומאל 8 עוועניו ביז יוניאן און פון דארט איסטרן פארקוועי צו בעדפרד.
8th av ext231711.jpg


לעצטענס איז דא קאנסטראקשען אויף 8 ave ביי פלעטבוש ave וואס מאכט אן א טרעפיק א היפשע מהלך ארויף אויף 8 ave
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: איינער וויייסט צו דעס איז ליגעל??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

fiena nieas האט געשריבן:
IMG_20211116_233304_278.jpg

זיכער נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”