פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.
וואס זאגט איר צום געדאנק, איך לייג אריין טויזנט דאלער אין א סטאק ווען עס האלט ביי $1.00 איך פארקויף עס נאך 2 חדשים ביי $10.00 יעצט האב איך שוין $10,000 יעצט לייג איך עס אריין און אן אנדערע סטאק וואס האלט יעצט ביי $0.50 און איך פארקויף עס ביי $10.00 האלט איך שוין ב''ה $200,000 וחוזר חלילה און ביז א יאר צוויי האלט איך שוין ביי א מיליאן דאללער. און יעצט גייט שוין נישט נעמען צו לאנג ביז איך האלט ביי א ביליאן. ממש א מחי' איך זיץ אביסל ביים סקרין, איך גיי פון אייוועלט צו ראבינהוד, און איך ווער אן עושר אן אריינלייגן דאס פינגער אין קאלט וואסער.
דאס איז א חלום וואס אסאך האבן געהאט, און אסאך גייען עס נאך האבן, און דאס איז וואס עס גייט טאקע בלייבן, ''א שיינער חלום''. ווער עס ווייסט וואס טוט זיך אויפן מארקעט ווייסט אז אסאך געלט ווערט פארדינט אויפן סטאק מארקעט, און ווער באצאלט דערפאר? טאקע די מענטשן וואס נעמען די חלום ערנסט, זיי שאפן דאס געלט פאר די אמת'ע מומחום אויפן מארקעט, די וואס ווייסן וויאזוי צו קוקן אויף א סטאק, ווען צו קויפן און ווען צו פארקויפן, דער וואס קען זיצן מיט אייזענע נערווען, דער וואס דערשרעקט זיך נישט ווען עפעס וואס ער האט געקויפט טראסקעט אדער עפעס וואס ער האט כמעט געקויפט שיסט ארויף, דער וואס קוקט אויף די עכטע נאמבערס אביסל לענגער ווי וויפיל ער קוקט אויף די טשארט, און דער וואס איז נישט איינגערעדט אז סטאקס קען מאכן טויזנט צו א מיליאן און געציילטע חדשים.
און טאקע די אמת'ע מומחום זיי ארבעטן שוין איינמאל, זיי זיצן נישט אביסל ביים סקרין און אינדזשויען ווי די נאמבערס רוקן זיך ארויף, זיי ארבעטן לאנגע שעות א טאג זיי קוקן דורך טוינטע קאמפעניס צו טרעפן געציילטע גוטע זאכן, און עס נעמט יארן ביז מען שניידט די פירות.
עס איז דא מער ווי איין מהלך וויאזוי מען קען באמת מאכן געלט אויפן מארקעט, עס זענען דא long term investors און עס איז דא swing/day traders. עס זענען דא וואס קוקן נאר אויף די ''פאנדימענטלס'' דאס הייסט די עכטע נאמבערס וויפיל די קאמפעני איז ווערט, לויט וויפיל זיי פארדינען וויפיל פארמעגן און חובות זיי פארמאגן און אזוי ווייטער, און עס איז דא וואס גייען מיט ''טעקניקלס'' וואס מיינט אז מען קוקט אויפן טשארט און אזוי רעכנט מען אויס וויאזוי עס גייט זיך לכאורה רוקן ווייטער, אני הקטן בון זייער באקוועם מיט עכטע פאנדימענטלס און זייער פרעמד מיט טעקניקלס, און איך האב ב''ה געהאט די לעצטע בערך 3 יאר זייער גוטע ריזאלטס, מעגליך אז איך גיי אמאל מער מרחיב זיין וויאזוי איך ארבעט.
וויאזוי עס זאל נאר זיין, די מענטשן וואס מאכן שיין געלט אויפן מארקעט זענען בדרך כלל די וואס לייגן אריין אסאך קאפ און צייט, און עס איז א געהעריגע ארבעט וואס מען קען און מען דארף זיך געהעריג לערנען כדי צו מאכן געלט אויפן מארקעט, דורך זיצן ביים סקרין און אריינלייגן דא און דארט און זיך ארומשפילן מיט סטאקס, און נאך אינזין האבן אז ווער ווייסט אפשר ווער איך שוין דעם עושר פון קהילה, איז א גוטע מהלך וויאזוי צו דערלייגן צייט און געלט. און דאס איז אמת אפי' עס איז דא מענטשן וואס האבן אזוי פארדינט די לעצטע פאר יאר. עס זענען אויך דא מענטשן וואס האבן געוואנען די לאטערי און אפי' אזוי איז די לאטערי אויסדריקלעך נישט די מהלך וויאזוי צו ווערן אן עושר. (און רוב מענטשן וואס געווינען די לאטערי דערלייגן סוף די גאנצע.)
אבער א יוד געבט נישט אזוי שנעל אויף, לאמיר אייך איבער געבן די גוטע נייעס. מען קען יא ווערן א מיליונער דורך די סטאק מארקעט מיטן אריינלייגן בלויז טויזנט דאללער און טאקע אן ארבעטן שווער.
יא עס איז אמת, אויב מען טוט עס די ריכטיגע וועג האט מען בעזרת השם די גוטע תוצאות.
מען לייגט טאקע אריין בלויז טויזנט דאללער, אבער נישט איינמאל, נאר יעדע חודש, און טאקע אן ארבעטן שווער, אבער אן צורירן צו איינצעלנע סטאקס, מען לייגט אריין דאס גאנצע אינעם S&P און מען רירט עס נישט צו. און עס נעמט נישט בלויז איין יאר, עס נעמט אביסל לענגער, אבער יא, בערך ביז 23 יאר קענסטו האלטן ביי א מיליון דאללער נאכן אריינלייגן ווייניגער ווי 300 טויזנט. אמת, 23 יאר איז גאנץ לאנג, און א מיליון דאללער 23 יאר ארום איז גאנץ ווייניג, אבער עס איז נאכאלץ מער ווי חובות פון אפאר 100 טויזנט און אוודאי מער ווי דערלייגן ביים זיך שפילן מיט אינדעווידואלע סטאקס.
לאמיר גיין ווייטער וואס געשעהט אויב מען נעמט נישט ארויס דאס געלט. אז די ווארטסט נאך 7 יאר האלט עס ביי 2 מיליון און אז מען רירט נישט דאס געלט נאך 5 יאר האלט מען ביי 3 מיליאן און 3 יאר שפעטער האלט מען ביי 4 מיליאן דאללער.
בקיצור מיינט עס אז א יונגערמאן וואס איז 25 יאר אלט, לייגט אריין 1000$ א חודש אין די S&P ביז די 47, האט א מליון דאללער אויף זיין נאמען, און אפי' אויב ער הערט אויף אריינצילייגן אבער ער נעמט גארנישט ארויס האט ער ביי די 65 כמעט 6 מיליאן דאללער.
וואס וואלט ער געהאט אויב לייגט ער אריין די $12000 א יאר אין א לייף אינשורענס פאליסי, איך האב נישט די פינקטליכע נומבער, אבער עס איז אסאך ווייניגער, און אויב לייגט ער עס אריין אין אינדיווידעאלע סטאקס אן קיין געהעריגע מהלך, וואלט ער על פי דרך הטבע געהאט נאך ווייניגער.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז די נאמבערס איז 0% גאראנטירט, קיינער בעקט עס נישט, עס איז נאר, אז ביז היינט ווער עס האט געטיען אזוי האט געהאט בערך די ריזאלטס, אויפן חשבון אז די עס ענד פי גייט ארויף 10% א יאר, אריינגערעכנט די דיוועדענד, און נאר אויב מען לייגט עס אריין ציביסלעך, אויב איינער לייגט אריין אויף איין מאל 20 טויזנט דאללער קען ער האבן אינגאנצן אנדערע ריזאלטס לטב או למוטב. געווען תקופות וואס מען האט געהאט שטערקערע ריזאלטס און עס איז געווען שוואכערע.
(און צו זיין אביסל מער אויפריכטיג, איז וויכטיג צו אנמערקן אז דאס איז לויט די חשבון אז עס וואקסט אויף אן עוורידזש פון 10% א יאר (אריינגערעכנט דיווידענד). וואס עס קען זיין אביסל ווייניגער די קימענדיגע יארן, אבער אפי' אזוי אז מען ווארט נאך אפאר יאר האט מען די זעלבע ריזאלטס בס''ד.)
דער עיקר איז יעדער זאל האבן סיעתא דשמיא, און האבן אסאך הצלחה.
אנטשולדיגט פארן עפענען א נייע אשכול, איך בון נאך ניי דא און איך ווייס נאכנישט ווי דען עס צו לייגן.