אלעס ארום בינדן ספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

מיין צדיק'ל וויל בינדן ספרים.

וואסערע שטריק דארף מען ניצן?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
טיכטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

פעטער שמואל האט געשריבן: מיין צדיק'ל וויל בינדן ספרים.

וואסערע שטריק דארף מען ניצן?

אולי דאס
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8996
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

די הארדוועיר סטארס פארקויפן די בינדן שטריק
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

וועלעכער סארט בינדען?

דהיינו ווי מען בינדט פאר ישיבות און בתי מדרשים או מעשה אומן?

Best is: Unbleached linen thread
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

ניס קראכער האט געשריבן: די הארדוועיר סטארס פארקויפן די בינדן שטריק

RHP אין מאנסי האט שוין נישט פאר א שטיק צייט.
איך וויל קויפן אנליין.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

טייבעלע האט געשריבן: וועלעכער סארט בינדען?

דהיינו ווי מען בינדט פאר ישיבות און בתי מדרשים או מעשה אומן?

Best is: Unbleached linen thread

נישט מעשה אומן.

מיין אינגל וויל בינדן אינדערהיים.
איז די Unbleached linen thread גוט פאר דעם?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

איך זוך צו קויפן אנליין, א נאדעל פאר בינדן.
וועלכע סייז קוק איך ?
אדאנק
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

די Unbleached איז זיכער בעסער ווי Bleached

און פאר דעם איז לינען בעסער ווי Nylon.

אבער וויבאלד דאס איז היים ארבעט, מען נוצט דאך די שווארצע קלעב, דאן איז שוין נישט קיין גרויסע צווישענשייד.

מיר וואלטען נאכאלטס גענומען די לינען ענדערש ווי די ניילאן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

טייבעלע האט געשריבן: די Unbleached איז זיכער בעסער ווי Bleached

און פאר דעם איז לינען בעסער ווי Nylon.

אבער וויבאלד דאס איז היים ארבעט, מען נוצט דאך די שווארצע קלעב, דאן איז שוין נישט קיין גרויסע צווישענשייד.

מיר וואלטען נאכאלטס גענומען די לינען ענדערש ווי די ניילאן.

יישר כח פאר די ווערדפולע אינפארמאציע.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

פיישל האט געשריבן: איך זוך צו קויפן אנליין, א נאדעל פאר בינדן.
וועלכע סייז קוק איך ?
אדאנק

ווענדט זיך ווי דיקלעך די פאדעם איז.

עס איז פארהאן א פירמע Lineco ספעציעל פאר בינדען געצייג זיי האבן אויך נאדלען.

הגם נישט אלע געצייג וואלטן מיר איינגעהאנדעלט פון דער פירמע, פאר נאדלען זענען זיי זיכער גוט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

כדאי אריבער ברענגען אהער אן אנטווארט פון אן אנדער אשכול חתימות הקדשות הערות והגהות אין אלטע ספרים

ויתן לך האט געשריבן:

מרגליות טובה אמסטרדם תפ"ב
איינער ווייסט ווי אזוי מען נעמט אראפ די אלטע קלעב {פון אן אלטען ספר} וואס מען קען זעהן דא אויבן

טייבעלע האט געשריבן:

עס ווענדעט זיך אין עטליכע פאקטארן.

איז דאס גקלעבט מיט די אלטע ארגיאנעלע פראצעדור, דאס הייסט מיט פעיסט אדער סטארטש למיניהם (נישט הייד קלעב)
אדער אפי' מיט די מער נייערע סארט קלעב וואס איז ריווערסיבעל, עס איז געמאכט ספעציעל פאר דער צוועק פון בינדען וכדו'.

אמאל מיט אביסל וואסער קען דאס אראפגענומען ווערן, ווייל די קלעב ווערן אויפגעפרישט דוירך וואסער, דאס איז די ביליגסטע
אבער אמאל קען זיין גאר א שלעכטער אויסוואהל, דאס קען האבן צוטוהן מיט די פאפיר וואס מען האט צוגקלעבט, אדער מיט די
פאפיר פונעם ספר אדער בוך.

אז מען דערמאנט שוין וועגן די וואסער פראצעדור, אין אלגעמיין ווען דארף סיי ווען נוצן וואסער אויף א ספר, ספעציעל אויף אלטע
ספרים אדער פאפיר, אדער סיי וועלעכע מאטריאל, זאל מען זיך באנוצען מיט Distilled water, אז נישט איז Spring water אויך
גוט, נאר נישט קיין tap water, דאס קען פארדארבן דאס ספר וכדו'.

אן אנדער וועג איז צו נוצען Methyl cellulose (אין געוויסע אומשטענדן קען מען נוצען Klucel G), וואס זענען נישט אזוי קיין
געפאר צום ספר, די קומען אין א שטויב מען מישט דאס צוזאם מיט וואסער (פארשטייט זיך מיט Distilled water) דרך כלל גייט
דאס 5% Methyl cellulose צו וואסער 5 גראם Methyl cellulose צו 100 מיליליטער וואסער, דאס ווערט ווי דזשעל, מען שמירט
דאס ארויף מען לאט דאס עטליכע מינוטען, און דערנאך ארבעט מען זייער פאמעליך אראפ נעמען די גקלעבטע פאפיר.

די גווענליכע געצייג וואס מען דארף אויף 'דער' ארבעט.
1# א Micro spatula די עק פונעם Spatula זאל זיין עפעס אויסגעשארפט, א English paring knife וועט אויך ארבעטען פאר דער
צוועק, פארשטייט זיך אכטונג געבן נישט צו אריינגראבן אינעם פאפיר פונעם ספר, נאר פאמעליך און פארזיכטיג איידל און צערטליך
אויפהייבן די גקלעבטע פאפיר.
2# א Scalpel מיט א נומער 10 Blade, איז כדאי צו האבן ביי די הענט.
3# איז גוט צו האבן Pointed tweezers אז מען דארף אראפנעמען א שטיקל וואס איז שווער אוועק נעמען מיט די הענט/פינגערס
קומט דאן די דינע פינצעטע צום באנוץ.

אויב איז דאס גקלעבט מיט סקאטש אדער אנדערע ענדליכע קלעב, וועט נישט ארבעטען די פריער דערמאנטע מיטלען, עס איז דא אן
אנדער מיטעל וואס איז מיט א Hot tacking tool עס איז איז אן עלעקטאראנישע Spatula, מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט צו
הייס וואס קען אפברענען די פאפיר, מען דארף מאכען א פראבע אויף א קליין שטיקל פונעם פאפיר וואו עס וועט נישט זיין אנגעזעהן.

און דערנאך נוצט מען אויב מען דארף Crepe eraser (glue/Adhesive eraser), דאס נעמט אראפ די איבריגע ביסעל קלעב אויב עס
איז געבליבן.
הצלחה

הארזים האט געשריבן:

א דאנק פאר די ניצבארע עצות, בנוגע וואסער ברויך מען אכט געבן געוויסע טינט קען זיך אביסל ציווישען ווען דאס קומט אין בארירונג מיט וואסער,
ווי אויך לייג עפעס אינטער צווישען דעם בלאט וואס די ארבעטסט און די אינטערשטער בלאט ווען די ניצט וואסער,
צימאל קען אריבערגיין די טינט אויף די אנדערע בלאט,

טייבעלע האט געשריבן:

סיי ווען מען נוצט עפעס נאס אדער אפילו פאכט זאל מען אינטער לייגען עפעס צווישן דער פאפיר אויף וואס מען ארבעט מיטן צווייטן פאפיר, אפי'
עס איז נישט דא קיין טינט, נאר ווען מען לייגט אינטער עפעס זאל מען זעהן צו נוצען עפעס וואס האט נישט קיין עסיד, ווייל די נאסקייט קען דאס
אריבער פירען צום צווייטן בלאט, עסיד איז פון די שעדיגסטע זאכען צום פרישקייט פונעם פאפיר.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אייגענטליך, אז טייבעלע איז דא, ווי קום איך ארין צו רעדן.

אבער איך זע אז די פירמע Blick האט אויך די געצייג.

https://www.dickblick.com/categories/pa ... ookmaking/

זיי האבן א סטאר אין ניי ווילי אויף מוירטל נעבן קלעססאן, דארט וואו די פאסט אפיס איז אמאל געווען.
https://www.dickblick.com/stores/new-yo ... yrtle-ave/
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

הניחו לך מקום להתגדר, לינקס צו עמעזאן דאס איז די ישועה צו אלע פראגעס..
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

farshlufen האט געשריבן: אייגענטליך, אז טייבעלע איז דא, ווי קום איך ארין צו רעדן.

אבער איך זע אז די פירמע Blick האט אויך די געצייג.

https://www.dickblick.com/categories/pa ... ookmaking/

זיי האבן א סטאר אין ניי ווילי אויף מוירטל נעבן קלעססאן, דארט וואו די פאסט אפיס איז אמאל געווען.
https://www.dickblick.com/stores/new-yo ... yrtle-ave/

ריכטיג זיי זענען א גשעפט וואס פארמאגט די אלע געצייג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

פיישל האט געשריבן: דאס איז גוט ?
https://www.amazon.com/Outus-Large-eye- ... 389&sr=8-2

אויב די לעכעל וואס די מאכסט גייט זיין 3.4mm און ברייטער דאן קען 'מעגליך' זיין גוט.

לויט די ריוויוס איז דאס ברייטסטע חלק פונעם נאדעל 3.4mm
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אלעס ארום בינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

טייבעלע האט געשריבן:
פיישל האט געשריבן: דאס איז גוט ?
https://www.amazon.com/Outus-Large-eye- ... 389&sr=8-2

אויב די לעכעל וואס די מאכסט גייט זיין 3.4mm און ברייטער דאן קען 'מעגליך' זיין גוט.

לויט די ריוויוס איז דאס ברייטסטע חלק פונעם נאדעל 3.4mm

aha thanks
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

איך טרעף נישט קיין אשכול איבער די נושא אויב שוין דא איז בעסער קען מען צאמשטעלן

דאס איז זיכער, אז סאיז ממש בל תשחית צו געבן פאר א קינד א חומש אדער סידור אומאיינגעבינדען, סאיז א שאלה אויב סוועט האלטען אפאר חדשים, משא''כ איינגעבינדן האט עס א לענגערע לייף ספעם,
איך האב טאקע אינגעפאנגען צו איינבינדען א-ל-ע-ס אין שטוב, ספרים און אפי' סתם ביכער, סאיז זייער א געוואונטשענע זאך און עס האלט זיך אנדערש א געבינדע בוך אין דער האנט,

עכ''פ מיין שאלה איז דא ווער סקען מיטיילען טיפס מזאל זיין א ''פראו'' אין בינדען
וויאזוי איז די בעסטע אז די לעכער זאל אויסקומען גראד?
סאיז בעסער די שטריק זאל זיין טייט?
וויאזוי פארקניפט מען די שטריק?
אים קורץ: וויאזוי קען מען בינדען שנעל און גוט?

איין זאך וואס כהאב געהערט אז די ''בינדערס חברה'' נוצען טעיפ בעיקר פון שארטעיפ
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

איר זענט וועלקאם הרב
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 11:07 am

איך האב אסאך טיפס, זיי מיר ביטע מודיע ווען ס'איז דא אן אשכול.
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אקעי.

ס'איז אביסל שווער צו געבן מיט ווערטער עפעס וואס דארף גיין גראפיש, אבער מ'קען פרובירן, און אויב עפעס ווערט נישט פארשטאנען כדבעי, קען מען איבערפרעגן.

קודם דארף מען אריינלייגן טעיפ אינוועווייניג אינעם ספר, דארט וואו דער דעקל קומט זיך צוזאמען מיט'ן ספר. און דאס האט צוויי סיבות, איינס, צו פארמינערן דעם מעגליכקייט פון דעם אז דאס דעקל זאל זיך אפרייסן פונעם ספר, און צוויי, ווייל וויבאלד די שטריק מיט וואס מ'בינדט, ציעט, קען עס רייסן דעם פאפיר, סיי פונעם דעקל און סיי פונעם ספר. לענ"ד איז דאס בעסטע צו נוצן פאר דעם, דאקט-טעיפ, ווייל די בינדן טעיפ איז געוועבט, און איינמאל ס'איז דא א לאך וועט עס די שטריק נעמען ווייטער, משא"כ די דאקט טעיפ איז ציעדיג, און וועט עס נישט לאזן גיין צופיל ווייטער.

לגבי דער קאליר, איז ווייס דאס מערסטע מקובל לגבי דעם.

יעצט קומט דער דרילן:

איז קודם דארף מען האבן א גוטן ביט. נישט צו דיק, אז די לעכער זאלן זיין געפערליך מערקבאר, און נישט צו דין, וואס קען גורם זיין אז דער ביט זאל זיך צופיל מאל צעברעכן און אויך אז ס'זאל זיין צו שווער אדורכצושטופן דעם נאדל מיט'ן שטריק. פון אויסעווענדיג שאץ איך, אז די רעקאמענדירטע דיקקייט איז צווישן 2-3 מ"מ.

יעצט לגבי די לענג, איז פשוט אז א דיקע רויטע מסכת שבת גמרא פאדערט א גאר לאנגן ביט, אבער אויב גייט מען ניצן דעם זעלבן ביט פאר א מסילת ישרים, וועט מען זיך מוטשען אומזינסט. ממילא איז כדאי זיך צו אנגרייטן עטליכע ביטס פון עטליכע לענגען, כדי צו קענען ארומטוישן לויט צורך, און אויך צו האבן גרייט א צווייטס אין פאל אז דאס ערשטע צעברעכט זיך.

פונדעסטוועגן וועט אן פובליק בינדער נישט כסדר וועלן זיין פארנומען צו טוישן ביטס, און ממילא, וועט ער אפבארן קודם אלע דיקע ספרים און נאכדעם אלע דינע (אדער פארקערט).

מ'וועל מיר ממשיך זיין שפעטער אי"ה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעצט אויף צו בארן גראד, האב איך נישט קיין דירעקטע עצה, כאטש איך מיין אז ס'זענען דא בינדערס וואס האבן א געוויסן פרעם וואס האלט סיי דעם ספר אין פלאץ (אז ס'זאל זיך נישט פארריקן מחמת דעם בארן-פרעשור) און סיי האלט עס דעם בארער גלייך. אבער עס איז זיכער אמת אז מ'דארף עקספעריענס און אז עקספעריענס העלפט (קודם מאך נייע און דינע ספרים, און גיי ווייטער מן הקל אל הכבד).

אויך דארף מען צולייגן קאפ אויף וואו צו מאכן די לעכער. דאס פארשטייט יעדער אז דאס פלאץ פון די לעכער, דארף זיין אין די טיפענישן פונעם שפאלט, דארט ווי דער דעקל בייגט זיך כדי זיך צו אויפמאכן. יעצט לגבי די לענג פונעם ספר, דארף דערווייטערן בערך א דריי-פערטל אינטש פון די צוויי עקן, און דערנאך דארף איינטיילן די ווייטקייט אייניג, אבער אויף אן אופן וואס צווישן איין לאך און צווייטן, זאל זיין אביסל מער ווי דריי אינטשעס.
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע:אין צענטער פון מחאה

Re: טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

כמיין די בעסטע איידיע איז עס אריינצוגעבן פאר א בינדען קאמפאניע זיי דארן נישט צו טזשארדזשן מער ווי 5 6 דאללער א ספר און סאשאד זאלסט פלאפן דיין ערשטע פאר ספרים
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לגבי די נאדלעך פעלט אויס צו זיכערמאכן אז דער לאך פאר'ן שטריק איז גענוג גרויס, אז מ'זאל זיך נישט דארפן צו שטארק פלאגן עס אריינצולייגן. נאכדעם זאל עס יא זיין גענוג גרויס אז ס'זאל ארויסשטעקן זיינע ביידע עקן אפילו פון א דיקע מסכת שבת גמרא, און (אנדערש ווי לגבי א ביט) ס'איז נישט קיין פראבלעם צו נוצן א לאנגע נאדל אפילו פאר א דינע ספר.

די שטריק קויפט מען אין א הארדווער סטאר, און ס'איז נאר דא איין גוטע רעקאמענדירטע שטריק וואס יעדער נוצט פאר בינדען.

די לענג פון די שטריק, דארף זיין לכל הפחות 5 מאל די לענג פונעם ספר, וויבאלד דער שטריק ווערט דאך געדאפלט אין צווייען, און לויפט די גאנצע לאנג פונעם ספר סיי פון פארנט און סיי פון הינטן, און אויסערדעם, דארף עס דאך אריינגיין און ארויסגיין, וואס דאס נעמט אויף נאך, געוואנדן אינעם דיקקייט פונעם ספר.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מ'לייגט אריין דעם שטריק אינעם נאדל ביז האלב לענג און מ'נעמט צוזאמען ביידע עקן און מ'קניפט עס צוזאמען מיט א דאפעלטע קניפ וואס מ'באפעסטיגט שטארק.

מיין מהלך איז, אריינצושטעקן דעם נאדל אינעם אונטערשטן לאך פונעם הינטערשטן זייט פונעם ספר און איבערלאזן פונעם שטריק גענוג לאנג ביז עס קען דערגרייכן דעם נענסטן לאך. יעצט ווען דער נאדל קומט ארויס אינעם אונטערשטן לאך פון פארנט, גייט מען צוריק צו הינטן (ביים צווייטן לאך פון אונטן) און מ'שטעקט אריין דעם נאדל אינעם פארקניפטן עק פונעם שטריק און אזוי מאכט מען עס אביסל פעסט, דערנאך גייט מען ווייטער אריין און ארויס, ביז מ'קומט צוריק אויפ'ן זעלבן פלאץ און מ'קניפט אריין דעם שטריק אינעם באפעסטיגטן רינגל. נאכ'ן מאכן דעם ערשטן קניפ (וואס איז נאכנישט גענוג פעסט) פרובירט אויפצומאכן דעם ספר. מ'דארף זיכערמאכן אז דער ספר עפענט זיך גענוג גוט, אבער אויך אז ס'בלייבט גענוג פעסט אז ס'צעפאלט נישט. נאכדעם וואס דאס ווערט אויספרובירט, מאכט מען עס פעסט און מ'מאכט אויף דעם נאך א קניפ און מ'באפעסטיגט דאס אויך.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: טיפס אויף איינבינדן ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

א גוטן טיפ פאר גאר גאר דיקע ספרים.
ווי למשל א דיקע קובץ מפרשים אויף בבא בתרא

א דיקען ספר קען מען נישט דורכדרילן אויף איינמאל, און אפילו יא, לאזט זיך עס נישט בינדן, און אפילו יא, קען מען עס נישט עפענען דערנאך.

ס׳איז פאראן איין עצה, אביסל קאמפליצירט, אבער ס׳ארבעט.

אנשטאט צו מאכן 3 גראדע לעכער, דורך און דורך
מאכט מען 6 שיפי לעכער. יעדע שיפע לאך; גייט פון פראנט צו אביסל אראפ פון האלב פונעם רוקן, און פון בעק פון ספר צום 3/4 טיף פון רוקן, ביידע לעכער מען זיך דורכשניידן. קיין פראבלעם.

דאס טוט מען ביי אלע 6 דריללס.

יעצט הייסט מען אן בינדן, מ׳בינדט יעדע האלב/דריי-פערטל באזונדער און מ׳קינפט צוזאם. וחוזר חלילה אויף אלע 6 לעכער.

דער דיקער קובץ מפרשים פון 1500 דפים איז געבונדן, שטארק, און מ׳קען עס איבעראל עפענען, ווייל די שטריק גייט נישט דורך און דורך אויפאיינמאל.

די עצה איז ווירקזאם. בדוק ומנוסה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”