קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

[align=center] קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה [/align]

[align=center]קראקא פאר הונדערט יאר צוריק, אירע רבי'ס, מיט אירע פארצייטישע חסידים, די בתי מדרשים און שטיבלעך, קראקא דכולה ביה[/align]

די ארטיקל איז ארגינעל געשריבן געווארן עפ"י בקשת הר"ר שמעלקא זאפטיגער אין בעפארגרייטונג צום 'לאמטערנע נומ' 3', וועלכע איז למעשה נישט ערשינען, יעצט שטעל איך עס ארויס דא, אפשר וועלן מאנכע הנאה האבן דערפון.

קראקא מיין היים שטאט טראגט ביי מיר א גרויס געוויכט, דעריבער ווען אין 'המבשר' איז ערשינען די ארטיקל האט עס מיר איינע פון מיינע באקאנטע, אויך א קראקאווער, - דער יעניגער שרייבט דא אויך פון צייט צו צייט, כ'האב אים טאקע שוין לאנג נישט געזעהן – עס אריינגעשיקט, און עס האט מיר זייער געפאלן, האב איך עס איבערגעארבעט אויף אידיש און מוסיף געווען נופך משלי, אביסל פון מיינע ארעמע ידיעות בפרט וואס עס איז שייך צו ראדאמסק.

די ארטיקל איז געבויעט אויף עובדות וסיפורים וועלכע זענען אפגעשריבן געווארן דורך א ערשט האנטיג מקור וועלכע האט עס געהערט פון רבי משה מרדכי לעלובער זצ"ל

[align=center]*[/align]
הרה"ק רבי שמעון נתן נטע בידערמאן זצ"ל דער לעלובער צדיק פון ירושלים, האט ווי באקאנט געוויילט אין פוילן 23 יאר, פון תרע"ג ווען רבי שמעון ארויסגעפארן פון ירושלים קיין אייראפע זיך מסתופף צו זיין בצלו פון זיין רבי'ן הרה"ק רבי ישראל סטאלינער בן הרה"ק רבי אשר השני פון סטאלין, דער פראנקפורטער אדער דער ינוקא, ווי מען האט אים גערופן.

אויף זיין וועג צוריק קיין ירושלים איז רבי שמעון'לע זיך געגאנגען באקענען מיט די פוילישע רבי'ס פון יענע צייט, צווישן זיי עטליכע אייניקלעך פון הייליגן לובלינער און פון יהודי הקדוש פון פשיסחא.

אגב די לעלוב'ע גזע איז געווען זייער ארויפגעקוקט ביי די פוילישע רבי'ס בפרט אין ווארקא, אמשינוב, און ראדאמסק, ווי מען האט זיי זייער מחשיב געווען.

פון די השגחה עליונה איז אזוי צוגעפירט געווארן אז די קורצע באזוך פון רבי שמעון'לע אין קראקא האט זיך אויסגעשטעלט צו א מעשה פון באלד דרייצן יאר.

די ערשטע וועלט מלחמה וועלכע האט אויסגעבראכן תרע"ד, האט אפגעהאקט אלע פארבינדונגען צווישן די קאנטינענטן, אזוי אז רבי שמעון'לע איז געצווינגען געווארן צו בלייבן אין קראקא ווייט פון זיין פאטער רבי דוד'ל לעלובער און אפגעריסן פון זיין גאנצע משפחה וועלכע זענען פארבליבן אין ירושלים עיר הקודש.

אין יענע טעג האט ער אויך פריצייטיג פארלוירן די רעביצין מרת חנה רייצא וועלכע האט זיך אוועק געגעבן במסירת נפש ארויס צו העלפן קראנקע און ארעמע אין ירושלים עיה"ק.

נאך די פריצייטיגע פטירה פון די רעביצין איז רבי משה מרדכי לעלובער, דאן נאך א יונג קינד אריבער וואוינען ביים זיידן דער לעלובער רבי רבי דוד'ל וואס האט אים אריינגענומען אים אויפציען ווי אן אייגן קינד.
סוף תרע"ח איז רבי דוד'ל נסתלק געווארן, און אנהייב ווינטער תרפ"א האט זיך רבי משה מרדכי א יונגע בחור'ל זיך ארויסגעלאזט מיט זיינע געשוויסטער, זיין ברודער ר' יעקב יצחק און א שוועסטער קיין פוילן זיך פאראייניגן מיטן פאטער רבי שמעון'לע.

אויפן וועג האט זיך אויסגעשטעלט אז דער וואס האט זיי איינגעהאנדעלט די שיף קארטעס האט זיי ביטער באשווינדעלט און זיי געקויפט גאר ביליגע קארטעס אויף א לאסט שיף, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט עפעס צו טוישן, אזוי זענען זיי געפארן אליין צווישן גויאישע מאטראזן און די מאנשאפט פון דעם לאסט שיף.

אנהייב וועג האבן זיך נאך פארמאגט מיט זיך עפעס צידה לדרך וואס זיי האבן זיך מיט גענומען, אבער די וועג וואס האט געדארפט נעמען נישט מער ווי איין וואך האט זיך געצויגן אויף מער ווי דאפלט און די עסן האט זיך זיי אויסגעלאזט. רבי משה מרדכי האט נישט געוואלט אויף קיין שום פאל נישט נעמען אין מויל אריין פון די טריפה'נע עסן, אזוי איז דורך עטליכע טעג אן נעמען עפעס אין מויל אריין, אז די זיינע כוחות האבן זיך שוין אנגעהויבן אויסלאזן.

בדרך נס האט זיך דער שיף אפגעשטעלט ביי איינע פון די פארטן ווי מען האט דארט אנגעלאדענט עטליכע זעק פיל מיט ניס, איינע פון די זעק האבן זיך דארט אויפגעריסן און די ניס האבן זיך געגאסן אויף דער ערד.

ר' משה מרדכי איז ערלויבט געווארן צוזאמנעמען די אראפגעפאלענע ניס פון וואס עס איז באשטאנען זיין גאנצע ערנערונג אין די קומענדיגע טעג, שפעטער האט ער זיך באקאנט געמאכט מיטן בעקער אין קאך פונעם שיף און ער האט ביי אים אויסגע'פועל'ט ער זאל גארנישט שמירן אויף זיין ברויט און ער זאל אים לאזן אריינווארפן א שפענדל אינעם באק-אויוון אזוי ער זאל כאטש א שטיקל ברויט קענען נעמען אין מויל אריין.

רבי משה מרדכי ווען ער האט מיט יארן שפעטער פארציילט די איבערלעבענישן האט ער מיט זיין זעלטענע ענוה אויסגעפירט: יא אויף די תקופה קענען מיר זאגן 'אשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנותנו', הלואי זאל מיר אזוי קענען זאגן 'אשרי זקנתנו שלא ביישה את ילדותנו'...

[align=center]*[/align]

אזוי ארום ערגעץ אין אנהייב פונעם ווינטער תרפ"א איז אנגעקומען קיין קראקא א יונגע בחור'ל א בנש"ק אנגעפילט מיט תורה ועבודה, באגלייט מיטן כתר הוראה יורה יורה פון די גדולי ירושלים אויסער פון זיין אויסטערלישע בקיאות און רוב מסכתות פון ש"ס, אבער זיין נשמה האט געזידט און געלעכצט זיך צו ווייקן און קלאמערן אין שאטן פון די צדיקי הדור, זיך אנזעטיגן זיין הונגער און דארשט מיט זייערע לעכטיגע דרכים אין עבודת השם.

' איך בין געווען א נאשער פון צדיקים', האט ער אליין געזאגט אויף זיך עטליכע מאל, אזוי אז דאס האט אים צוגעברענגט אז ער האט זיך פיל געדרייט צווישן די געהויבענע אידן וועלכע קראקא - די הויפט שטאט אין גאליציע די ' כרכא דכולה ביה' ווי ער איז בהשגחה עליונה אנגעקומען, האט פיל פארמאגט פון זיי, אזוי אז די עיר מלאה חכמים וסופרים, איז געווען פאר אים א רחניות'דיגער גאלד-גרובן.

צווישן די תלמידי חכמים וועלכע קראקא איז באשאנקען געווען, צווישן די אנגעזאפטע ווענט פון די פריערדיגע צדיקים, און די פילע אלטע בתי מדרשים, שטיבלעך וועלכע זענען איינגעזאפט געווען פיל מיט אהבת התורה והיראה, דארט אונטער זייער שאטן און פון די שמועסן פון די פריערדיגע פארצייטישע חסידים וועלכע זענען נאך געווען צו געפינען דארטן, דארט ער געטראפן את שאהבה נפשו.

נישט ווייניג מאל פלעגט ער רעדן פון 'די פרומקייט' פון 'די קראקאווער אידן', אויף זייער געוואלדיגע הקפדה אויף יעדן קוצו של יו"ד, אויף יעדן מנהג און הלכה, צום ביישפיל, האט ער אמאל פארציילט ווי די קראקאווער אידן וועלכע האבן נישט געזעהן קיין איילבירטן פאר די אויגן, היות עס איז נישט געווען מצוי דארטן, האבן נישט געוויסט קיין שיעור כזית, און ווען זיי האבן געוואלט מקיים זיין דעם כזית מצה האבן זיי געגעסן א שיעור באלד ווי א גאנצער זית בוים.

מיט יארן שפעטער אלץ לעלובער רבי אין בני ברק פלעגט ער פיל פארציילן ביי זיינע שיינע טישן און פארברענגן פון די לעכטיגע טעג פון די הייליגע אידן וועלכער ער האט נאך עספיעט צו פארכאפן צו זעהן, די תמימות'דיגע אידן, וועלכע זענען רובו ככולו ליידער פארברענט געווארן על קידוש השם, הי"ד.

די טייערע סיפורים פלעגט ער פארציילן מיט אזא בענקשאפט צו א מין העכערן אטמאספערע, א לויטערקייט, וועלכע האט דערהויבן אלע צוהערער צו א ווייטער פארגאנגענהייט און מיט א טפח העכער די ערדישע באגריפן, און האט אריינגעברענגט אינערליכע התרגשות און פייער פון התקרבות לאביהם שבשמים.

המשך יבוא לויטן פארלאנג בעז"ה
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א געוואלדיגע אינטערנעמונג ר' בערל היקר, א גאר טייערע און אינספירירענדע התחלה, מיר קוקן ארויס אויפן המשך. די לעבנסשטייגער מטובל בעובדות וענינים פון צדיקים וחסידים פון דעם היסטארישן אידישן שטאט די לייכט טורעם פון גאליציע של פעם איז עפעס וואס מ'קען נישט פארפאסן.

א יישר כח גדול פארן מהנה זיין.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הא, הא, הא, קראקא. מיין ליבלינג שטאט!!!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22977
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

געביכלט.
רשעות'דיגע קאלטע סעלצער
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

איינגעשריבן, שכח קראקאווער.
יענעמס נאז איז גרינער…
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע:אין כולל - [email protected]

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

מעכטיג
שכוח!
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א דאנק אייך אלע, איך האב נישט געטראכט אז עס וועט ציען אינטערעסע.
אויב אזוי וועל מיר זיך אינטערגארטלען בעז"ה!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

* שרייב זיך איין צו באקומען נאטיפיקאציעס
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע:אין כולל - [email protected]

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

בערל קראקאווער האט געשריבן: א דאנק אייך אלע, איך האב נישט געטראכט אז עס וועט ציען אינטערעסע.
אויב אזוי וועל מיר זיך אינטערגארטלען בעז"ה!

האלט אן!
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

בערל קראקאווער האט געשריבן: א דאנק אייך אלע, איך האב נישט געטראכט אז עס וועט ציען אינטערעסע.
אויב אזוי וועל מיר זיך אינטערגארטלען בעז"ה!

קוקמער ארויס אויפן המשך!
זעהtoes אז דער עולם ווארט מיט שפאנונג, לאזינץ נישט ווארטן!

און זייט וויסן אז פאר יעדעס באדאנקער/קאמענטירער אידא נאך צענדליגער ליינער וואס האבן הנאה וואס משום סיבות קומען זיי נישט אן צו באדאנקן/קאמענטירן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

א שאלה?
אודאי זאלסטו שרייבן איבער קראקא דיין היים שטאט..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שרייב נאר שרייב, דער עולם ליינט מיט אינטערעסע.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18079
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גא"מ לכל המחכים.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 24044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קראקא קדישא
מיר ווארטן אויפן נעקסטן חלק
א שמחת תמיד...

וואו איז ישראל הלוי?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גיי אן מיט א שטארקייט!
זייער אינטערסאנט און זייער שיין אראפ געשריבן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

[align=center] קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה
[/align]


די קומענדיגע שורות וועט אייך נעמען צו עטליכע סיפורים און עובדות, וואונדערליכע געשענישן וועלכע רבי משה מרדכי די לעלובער רבי פון בני ברק האט פארציילט.

ווען רבי משה מרדכי איז אנגעקומען צו זיין פאטער רבי שמעון'לע אין קראקא איז די גאנצע שטוב לעכטיג געווארן, רבי שמעון'לע איז געווען מלא התרגשות צו זעהן זיין לעכטיגן באליבטער קינד וועלכער ער האט איבערגעלאזט אלץ צען יעריג קינד פאר זיבן יאר צוריק און דא איז ער אויסגעוואקסן א כלי מפואר א בחור משכמו ולמעלה, ספעציעל איז געווען די תענוג רוחני פארן פאטער צו זעהן אין זיין זון די געוואלדיגע חינוך וואס די זיידע, - זיין פאטער רבי דוד'ל – האט אריינגעלייגט און האט זיך אנגעזעהן אויף טריט און שריט.

א עדות צו די גרויסע שמחה איז א בריוו וועלכער רבי שמעון'לע האט געשיקט צו זיין פעטער, רבי אלתר בידערמאן פון סאסנאווצע.

עטליכע חדשים בעפאר, הארט נאך די פטירה פון זיין פאטער רבי דוד'ל איז רבי שמעון'לע געפארן צו זיין פעטער זיך טרייסטן נאך די טייערע אבידה, בנוסף דערנאך וואס די הויז מיט אלע חפצים פון זיין טאטע איז געווארן הפקר און טייערע חפצים, תשמישי קדושה און גאר טייערע ירושות זענען פארשווינדען געווארן, וואס האט אים גורם געווען אסאך צער.

אבער יעצט ווען רבי שמעון'לע האט זיך געטראפן מיט זיין באליבטן זון, האט זיך רבי שמעון'לע געטרייסט און ער האט באלד זיך געזעצט אפשרייבן א בריוו צו זיין פעטער ווי ער שרייבט אים "יעצט איז אנגעקומען פון ארץ ישראל מיינע קינדער, און צווישן זיי מיין זון המופלג משה מרדכי שליט"א. אלעס האט מען מיר צוגענומען, אבער אים האט מען נישט מצליח געווען אים צונעמען, ער איז חשוב'ער אין מיינע אויגן מער פון אלע ירושות אינאיינעם, ער איז א שטיק פון מיין פאטער...

דער טאטע ז''ל איז געווען א שטרענגער מחנך – האט ר' משה מרדכי אין א געלעגנהייט פארציילט – אבער ער האט מיר קיינמאל גארנישט אנגעמערקט, נישט וועלנדיג אנרירן אינעם חינוך פון די זיידע.

[align=center]*[/align]
אין הויז פון רבי שמעון'לע אין קראקא האבן זיך דעמאלטס אויפגעהאלטן א גרופע בחורים וועם מען האט גערופן די 'טאמער'ס', על שם די די 'טמיר ונעלם'ניקעס', אזעלכע וועלכע האבן נישט געהאט קיין ערפאלג מיטן זיך פטר'ן פון גיין דינען אין די פוילישע ארמיי, און בלית ברירה זענען זיי געצווינגען געווארן זיך אויסבאהאלטן. איז די הויז פון רבי שמעון'לע געווען א באקאנטער אדרעס און א אפענע טיר פאר אזעלכע בחורים.

די בחורים זענען געווען אויסערגעווענליכע מתמידים מיט העכערע שאיפות. אין איינע פון די טעג האט ר' משה מרדכי באמערקט ווי איינע פון די בחורים זעצן זיך צו צום טיש ווען אויפן טיש ליגט א גרויסער פוילישן ברויט, דער בחור שנייד זיך אראפ א רעפטל און נאך א רעפטל אזוי ביז ער האט דעם גאנצן ריזיגן ברויט מסדר געווען פון איין עק צום צווייטן.

די זאך איז געווען היבש אויפפאלענד פאר אים, אין ירושלים פון ווי ער איז הערשט געקומען האט מען זיך באגנוגנט מיט א רעפטל ברויט אנגעשמירט מיט אביסל שמן זית און דא איין בחור איז מכלה א גאנצער ברויט, אבער גלייך דערויף ווען דער האט גענדיגט זיין סעודה האט זיך דער בחור צוגעזעצט צו א גרויסע גמרא און אנגעהויבן לערנען מיט אזא התלהבות א גאנצע נאכט, דעמאלטס האט ער שוין אלעס פארשטאנען.

[align=center]*[/align]
די וואוינונג פון רבי שמעון'לע אין קראקא איז געווען אין אלטען אידישן קווארטל קאזמיריזש וועלכע האט געטראגן די נאמען פונעם פוילישן קייסער וועלכע האט אריינגעלאזט די אידן וועלכע האבן עמגריריט קיין פוילן פון דייטשלאנד - נישט ווייט פון אלטן ראדאמסקער שטיבל, וואס איז געשטאנען אונטער די נשיאות פון לעטצן ראדאמסקער רבי ר' שלמה חנוך הכהן זצ"ל הי"ד, בעל שבחי כהן.

די שטיבל איז געווען א ריכטיגער בית ועד לחכמים, א פלאץ ווי גאוני עולם האבן זיך געפלאגט אין די תוה"ק מיטן אן אויסטערלישע התמדה טעג און נעכט אן קיין אפשייד, די ראדאמסקער בחורים וועלכע זענען געווען תלמידי חכמים מופלגים אין ש"ס און פוסקים, האבן באזעצט די בענק פון די שטיבל און די קול תורה און תפילה האט דארט אפגעקלינגען אן קיין אויפהער.

רבי שמעון בידערמאן האט אין די אלע טעג וואס ער האט זיך אויפגעהאלט אין קראקא, אויף קיין שום פאל נישט געוואלט אנעמען קיין שום רבנישע שטעלע, נאר צו איין זאך האט ער זיך נישט קעגן געשטעלט, דאס איז געווען צו געבן א שיעור אינעם ראדאמסקער שטיבל יעדע וואך דאנערשטיג נאכט אין א שפעטע שעה האט ער דארט פארגעלערנט א שיעור אין אור החיים הק' פאר די בחורים און יונגעלייט.

זיין זוהן רבי משה מרדכי לעלובער וועלכער איז נאך דאן געווען א בחור איז שטארק צוגעצויגן געווארן צו דעם ראדאמסקער שטיבל, דארט האט ער משך פון דרייצן יאר זיך געקלאמערט צווישן די חבורה פון דערהויבענע אידן וועלכע האבן זיך דארט געדרייט, דארט האט ער פארברענגט טעג און נעכט, וואכנטעג, שבתים, און ימים טובים משך די אלע יארן.

אויף דעם שטיבל פלעגט ר' משה מרדכי פארציילן גדולות ונצורות, אויף די דערהויבענע שטימונג וואס האט אלץ געהערשט דארט.



אין קראקא איז פארן קריג שוין געווען פינף ראדאמסקער שטיבלעך, (ראדאמסק פארן קריג איז דאך געווען פון די 3 גרעסטע חסידות'ער אין פוילן, גור, אלכסנדר, און ראדאמסק) דער שטיבל האט געהייסן דער אלטער שטיבל, עס איז ממש שפאן אוועק פון רבי אייזיק רבי יעקילס שוהל, און נישט ווייט פון ביהכ"נ הרמ"א, אויף נומ' 15 שעמנא גאס, (שעמנא איז אויף פויליש פינסטער, דאס ביהמ"ד איז געשטאנען אויף זייער א פארלאזט פינסטער אונטער געסל).

היינט שטייט דארט דער עדן האטעל, מיט א קליינטישיגע מקוה אין בעיסמענט, דארט האב איך מיר גע'טובל'ט ווען איך האב געפראוועט א שבת אין קראקא, חוץ פון דעם איז לעת עתה ליידער נישט דא נאך א מקוה אין דעם גאנצן עיר ואם בישראל.

די שטיבל האט זיך קונה שם געווען מיט איר אייגענארטיגער חן, דער שטיבל איז געווען א אלטע און פאר'חושכ'טע, און די אנדערע שטיבלעך זענען געווען אויף לעבעדיג'ערע גאסן, אבער די מתפללים האט זיך נישט געוואלט ארויסציען פון דארט, ווייל ס'איז געווען דאס "ערשטע חסידישע שטיבל" אין קראקא. און דער תפארת שלמה האט נאך דארט געדאווענט און געפירט טיש.

אין די ערשטע יארן איז קראקא געווען א שטאט פון מתנגדים, דער תפארת שלמה וועלכע האט שטארק ארויפגעברענגט דאס פארן צום ציון פון הייליגן רבי ר' אלימלך פלעגט יעדן יאר פארן קיין ליזענסק, און אויפן לאנגן וועג דורכפארן קראקא, און אזוי האט זיך געמאכט א שטיבל פון חסידים, עס האט זיך געגרינדעדט נישט דוקא פאר ראדאמסקער חסידים.

אין אלע ראדאמסקער שטיבלעך, און ספעציעל אין אלטן שטיבל - ווייל דארט זענען געווען די אלטע חסידים - איז געווען דער מנהג, אז יעדע נאכט, ווינטער נאך מעריב, און זומער צווישן מנחה און מעריב, פלעגט מען זיך צוזאמזעצן אין ביהמ"ד, זיך וואונטשן לחיים, ביי א גלעזעלע "מעהד", (זעהט אויס אז מער פון דעם האט מען זיך נישט געקענט ערלויבן) שמועסן אינאיינעם, ווערטער און מעשיות פון צדיקים א.ד.ג.

אין די ביטערע טעג פון די צווייטע וועלט מלחמה איז גאנץ ווייניג ידיעות פון די טרויעריגע רציחות אנגעקומען ביז ירושלים, אסאך שפעטער ווען די שרעקליכע בשורות זענען אנגעקומען אהין און רבי משה מרדכי האט זיך דערוואוסט פון די שרעקליכע ענדע פון די קראקאווער אידן, און בפרט איבער דעם חורבן פון די ראדאמסקער שטיבל איז ער געלעגן אין בעט פארשמאכטעט אין א הויכען פיבער, ווען זיין גאנצער קערפער קאכט און זידט: 'אוי וויי דער ראדאמסקער שטיבל! דארט זענען געווען דרייסיג בחורים בקיאים אין גאנץ ש"ס, זיי וואלטן ווען געקענט אויסוואקסן און זיין די קומענדיג גדולי הדור'. ווען פון זיינע אויגן גיסן טייכן טרערן אן אויפהער.

עס איז אינטערסאנט צו צולייגן אז במשך די ביטערע קריג'ס יארן האט ר' מ"מ זייער אסאך געפאסט און אפגעראכטן הייסע תפילות לישועתן של ישראל, ער האט זיך איינגעשפארט צומאל א משך פון פערציג טאג נאכאנאנד און איינגעריסן, אזוי אויך איז ער געווען פערציג טעג אין אתרא קדישא מירות ביי רשב"י, פערציג טעג אין טברי' ביי רמבה"נ, און דערנאך האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער זעהט שוין דעם דייטש פאלן.

דעמאלטס ווען ער האט אפגעראכטן זיינע הייסע תפילות אין מירון, האט ער געזאגט פאר איינע פון די מקורבים - ר' יוסל טורנער - אז ער האט געזעהן דארט ביים ציון הרשב"י דעם ראדאמסקער רבי'ן, און זיין פנים און זיינע קליידער האבן געלאכטן ווי די זין, מען האט ממש נישט געקענט אים קוקן אין פנים אריין. און ווען ער האט אים געפרעגט, פארוואס לייכט איר אזוי, האט ער גענטפערט: דאס איז ווייל איך האב יעצט זוכה געווען זיך מוסר נפש זיין אויף קידוש השם!

נאך עטליכע טעג ווען דער מקורב האט אנגעטראפן א ראדאמסקער חסיד און האט אים אנגעפרעגט דערויף, האט דער חסיד אים ממש געוואלט אראפלאזן א פראסק, היות מען האט דעמאלטס נאך נישט געוויסט אז די דייטשן האבן אים געהארגעט, הערשט שפעטער איז מען געוואר געווארן די ביטערע גזר דין.

[align=center]*[/align]
עטליכע יאר נאך וואס ר' משה מרדכי איז געקומען קיין קראקא, - שוין אלץ אינגערמאן - האט זיך געמאכט עפעס א דין ודברים צווישן די מתפללים אין שטיבל, האט די ראדאמסקער רבי וועלכער האט זייער מחשיב געווען ר' משה מרדכי אויף אים ארויף געלייגט די פליכט ער זאל דארט מאכן א פשרה, און וואס ער וועט זאגן זאל מען טוהן, און נאכן אויסהערן ביידע צדדים איז ער געקומען צו א באשלוס אז עס וועט גארנישט שאדן צו עפענען נאך א שטיבל, און אזוי וועט אויפגעלעזט ווערן די חילוקי דעות.

דעם סיפור האט ר' משה מרדכי מיט יארן שפעטער פארציילט ווען מען איז אים געקומען אנפרעגן אזא ענליכע שאלה ווען צווישן מתפללים אין א געוויסע ביהמ"ד האט זיך אנטוויקלט עפעס חילוקי דעות, האט ר' מ"מ דערמאנט די מעשה און אויסגעפירט: א איד וואס טראגט זיך ארום אין הארץ א ווייטאג אויף א צווייטער איד, אויף איינע פון די מתפללים, איז בעסער ער זאל גיין דאווענען אין אן אנדערע בית מדרש, און זאל נישט בלייבן דאווענען אין דעם זעלבן ביהמ"ד.

יארן שפעטער תרח"צ איז ר' משה מרדכי געקומען צו פארן קיין פוילן צו די חתונה פון א טאכטער פון זיין רבי'ן רבי אברהם אלימלך פון קארלין הי"ד וועלכער איז געפראוועט געווארן אין קארלין, דעמאלטס איז ער אויך ארום געפארן אין פוילן און גאליציע, האט ער זיך געטראפן מיטן ראדאמסקער רבי אין סאסנאווצע וואו ער דאן געוואוינט זייט ער האט זיך אוועק געצויגן פון ראדאמסק.

דער ראדאמסקער רבי האט זיך מזכיר געווען ביי אים מיט א קוויטל ווי ער ער מזכיר געווען זיין איינציגע טאכטער מיטן איידעם הגאון רבי דוד משה וועלכע האבן געווארט 15 יאר להפקד בזש"ק, און האט אים צוגעגעבן א פדיון פון 52 זלאטעס.

רבי דוד משה איז אויך זייער באיינדרוקט געווארן פון ר' משה מרדכי און האט זיך פערזענליך מזכיר געווען בדבר ישועה ורחמים.

דער ראדאמסקער רבי האט אים ארויסגעוויזן א מורא'דיגע הערצה, באמת האט זיך עס שוין אנגעהויבן פון אסאך פריער, ווען דער פאטער רבי שמעון'לע האט נאך געלעבט האט ער אים שוין דאן זייער מחשיב געווען און דער ראדאמסקער רבי זייענדיג א גרויסער עושר כידוע האט ער אים געוואלט קויפן א גאנצער בנין אין דאמבראווע ווי ר' משה מרדכי זאל קענען אנהייבן פירן מיט א רעביסטעווע.
אטעטשמענטס
ראדאמסקער שטיבל אויף די שעמנא געסל
ראדאמסקער שטיבל אויף די שעמנא געסל
ראדאמסקער שטיבל.JPG (55.63 KiB) געזען 2704 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

די עדן האטעל כיום, די געביידע פון די אלטע ראדאמסקער שטיבל
אטעטשמענטס
די עדן האטעל
די עדן האטעל
עדן האטעל.JPG (73.01 KiB) געזען 2700 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

די שמאלע שעמנא געסל, מערק די מזוזה לינקס אויפן טיר אריין צום האטעל/געוועזענע שטיבל
אטעטשמענטס
שעמנא געסל.JPG
שעמנא געסל.JPG (57.28 KiB) געזען 2700 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דא קענסטו כאפן א שפאציר אויף די קראקאווער גאסן, אין אלטן אידיש קווארטל, פון די רעכטע זייט האסטו דעם שטיבל, גלייך קעגן דיר איז די געביידע פון רבי אייזיק רבי יעקילס שוהל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך שיין ר' בערל.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה - #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

בערל קראקאווער האט געשריבן: עטליכע יאר נאך וואס ר' משה מרדכי איז געקומען קיין קראקא, - שוין אלץ אינגערמאן - האט זיך געמאכט עפעס א דין ודברים צווישן די מתפללים אין שטיבל, האט די ראדאמסקער רבי וועלכער האט זייער מחשיב געווען ר' משה מרדכי אויף אים ארויף געלייגט די פליכט ער זאל דארט מאכן א פשרה, און וואס ער וועט זאגן זאל מען טוהן, און נאכן אויסהערן ביידע צדדים איז ער געקומען צו א באשלוס אז עס וועט גארנישט שאדן צו עפענען נאך א שטיבל, און אזוי וועט אויפגעלעזט ווערן די חילוקי דעות.
.

וראה זה פלא... די בליק פון א ערליכע איד אמאל.

זייער שיינע ארטיקל.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

הערליך שיין
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

געוואלדיג! א מחיה צו לעזן

בערל, אפשר קענסטו אנצייגן ווי גענוי די בילד פון אייער אוועטער איז אויפן היינטיגן מאפע?
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איצטער געלעזט.

א שיין שטיקל חמין במוצ״ש…
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10081
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין! און א יישר כח פאר די ארבעט

לאמיר האפן אויף נאך
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”