"לעיק-פראנט" נייע היימישע יישוב אין פלארידע
איך בין נישט פון די ארגאניזירער, איך האלט נאר מיט וואס טוט זיך.
עס זענען זיך צוזאמענגעקומען א גרופע אינוועסטירער וואס ווילן לעזן די דירת קריזיס פאר היימישע אידן, און זהען אז פלארידע איז א אסאך בעסערע געאייגענט פאר היימישע אידן ווי נוי יארק .
זיי זענען אויך דא צו מאכן אסאך געלט, יא איר הערט גוט, אסאך אסאך געלט, אבער עס האט א גרויסע אבער, זיי זיכן נישט צו מאכן די מאקסימום געלט וואס שייך, אויפן חשבון פון היימישע אידן וואס ווילן וואוינען אין א נארמאלע דירה, פאר א נארמאלע פרייז.
איך ווייס פון די נאנט אז זיי האבן פארשיקט אן אינוועסטאר וועגן ער האט יא געשטיפט אז מען זאל עס אויסשטעלן אויף א וועג אז מען זאל מאכן די מערסטע געלט וואס שייך, אזויווי דראסטיש ארויפגיין מיט די פרייזן נאך די ערשטע צוויי הונדערט הייזער זענען פארקויפט.
דעטאלן
-מען האט שוין אינוועסטירט איבער 25 מילאן דאלאר.
-מען האט שוין פערמיטן צו אנהייבן קאנסטראקשן.
- די שכנים זענען זייער פריינטליך צו אידן.
- די שיל, מקוה, חדר, סקאל, שאפינג סענטערס, גייען ווערן געבויט ביי די אינוועסטארס.
- זיי גייען אלעס בויען אדורך מענטשן וואס וואוינען דארט, אדער גייען דארט אהין און די קומענדיגע יאר.
- עס איז א שעה צו א ערפארט, עס איז דא א קליינע ערפארט פאר פריוואטע פליגערס צוואנציג מינוט אוועק, וואס קען ווערן אויסגעברייטערט און די צוקונפט.
- מען האפן עס זאל זיין פארטיג 150 דירת אויף סוכות.
- די ערטשע דעוועלאפט איז 1200 דירת.
- עס זענען דא צוויי אנגעזענע דיינים וואס שטייט אין שפיץ פון די רוחניות'דיגע חלק, איינץ פון קירת יואל, דער צווייטער פון מאנסי.
--
קלאר צו מאכן אביסל זאכן דא..
ר אליעזר קרויס איז געפאלן די זאכן, און ער האט דיסיידעט ארויפצישפרינען אויפן וואגן, איך וועל אים לאזן רעדן מער איבער דעם.
עס האט גארנישט מיט אימפעריעל.