תיקון הכללי

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך »

איז שוין דא א אשכול איבער די תיקון הכללי?

אין די וועלט איז אנגענימן אז די תיקון הכללי מיט הרה"ק רבי נחמן זי"ע איז איינס אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון, אפשר האט ער עס שטארק פארשפרייט אבער ווי איז די ערשטע מקור צו תיקון הכללי און ווי ווערט עס געברענגט.

ווייסט איינער אויב סאיז אמת וואס מזאגט אז ווען מהאט געוויזן פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע די תהילים דברי יואל וואס מהאט ארויס געגעבן בחייוו האט ער געהייסן אריין דריקן די סגולה פון זאגן די תיקון הכללי?

ווען איינער זאגט אויס גאנץ תהילים זאגט ער דאך אויך די 10 קאפיטלעך, סא האט עס אויך די סגולה אדער נאר ווען מזאגט ממש נאר די קאפיטלעך?
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הולך האט געשריבן: ווייסט איינער אויב סאיז אמת וואס מזאגט אז ווען מהאט געוויזן פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע די תהילים דברי יואל וואס מהאט ארויס געגעבן בחייוו האט ער געהייסן אריין דריקן די סגולה פון זאגן די תיקון הכללי?

נישט דוקא אין תהילים דברי יואל נאר אין נאך תהילים'ס
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

הולך האט געשריבן: אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון

?
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

הולך האט געשריבן: איז שוין דא א אשכול איבער די תיקון הכללי?

אין די וועלט איז אנגענימן אז די תיקון הכללי מיט הרה"ק רבי נחמן זי"ע איז איינס אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון, אפשר האט ער עס שטארק פארשפרייט אבער ווי איז די ערשטע מקור צו תיקון הכללי און ווי ווערט עס געברענגט.

ווייסט איינער אויב סאיז אמת וואס מזאגט אז ווען מהאט געוויזן פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע די תהילים דברי יואל וואס מהאט ארויס געגעבן בחייוו האט ער געהייסן אריין דריקן די סגולה פון זאגן די תיקון הכללי?

ווען איינער זאגט אויס גאנץ תהילים זאגט ער דאך אויך די 10 קאפיטלעך, סא האט עס אויך די סגולה אדער נאר ווען מזאגט ממש נאר די קאפיטלעך?

הרה"ק מברסלב זי"ע איז געווען די ערשטע צו מגלה זיין דעם תיקון.
מ'דארף עקסטער זאגן די 10 קאפיטלעך, ס'קען נישט ווערן אריינגערעכנט ווען מ'זאגט גאנץ תהילים.
רבינו הקדוש מ'סאטמאר זי"ע האט איינמאל אויסגעצאלט פאר ר' הערשל וואסילסקי ז"ל, די גאנצע הוצאות פון דריקען דעם תיקון הכללי.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: תיקון הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

הולך האט געשריבן:
ווייסט איינער אויב סאיז אמת וואס מזאגט אז ווען מהאט געוויזן פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע די תהילים דברי יואל וואס מהאט ארויס געגעבן בחייוו האט ער געהייסן אריין דריקן די סגולה פון זאגן די תיקון הכללי?


ווען ר' יאסל אשכנזי ע"ה האט געדרוקט א תהילים, האט הרה"ק מ'סאטמאר אים געהייסן אריינלייגן אינעווייניג די סגולה פון די צען קאפילעך תהילים, הנקרא תיקון הכללי.

מזל טוב פאר מיין 1000'טע תגובה! כן יעזור השם להלאה!