מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

מיטן אייבערשטענס הילף וועלן מיר פראבירן צו מפענח זיין די מקורות הניגונים פונם סעריע "עתיקא קדישא", ניגונים וואס ר' איטשע דאמען ז"ל פלעגט זינגען שב"ק ויו"ט, בעיקר ניגונים וואס שטאמען מבית ראזוואדאוו, דזיקוב, און ראפשיץ, ארויסגעגעבן און געזינגען דורך זיין זין ר' ירמי' דאמען נ"י. ועל פי בקשת הרבים האבין מיר געמאכט פאר דעם א באזונדערע אשכול.

ר' איטשע איז געבוירען אין שטאט ראזוואדאוו אין יאר תרע"ב צו ראזוואדאווע חסידים, ר' איטשע האט זיך געווייקט בעיקר ביי הרה"ק אפרים'ל מראזוואדאוו זצ"ל (נכד הרה"ק רבי משה'לע זי"ע), און ביי זיינע צוויי זיהן, הרה"צ רבי נפתלי הי"ד און הרה"צ רבי משה'לע הי"ד, ווי אויך איז ער געפארן לערנען קיין דזיקוב, נאכן קריג איז ר' איטשע ז"ל ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן א בעלזער חסיד. דא קענט איר ליינען א ליינען א אינטערוויו מיט ר' ירמי' מער איבער זיין פאטער און וועגען די סעריע עתיקא קדישא.

----- חלק 1 - ליל שבת----- צו הערן דעם אלבום

1. שבת איז טייער -שטאמט פון ??, כאטשיג דאס איז נישט קיין ראזוואדאווער ניגון זינגט דאס ר' ירמי' צוליב דעם וואס זיין טאטע ר' איטשע ז"ל פלעגט אייביג אנהייבן מיט דעם לידל די שבת טיש
2. שלום עליכם, ריבון, אשת חיל - א)אויף שלום עליכם זינגט ער א ראזוואדאווער ניגון ב)אויף רבון כל העולמים זענען די תנועות מער ווייניגער וויאזוי מען האט געזאגט אין גאליציע ג)אויף מלאכי השלום זינגט ער א דזיקובער? ניגון וואס ווערט אויך געזינגען אין סטיטשין אויף מה ידידות און אין באבוב אויף מזמור לדוד ד)און אויף אשת חיל זינגט ער די באקאנטע ניגון מיוחס צום ראפשיצער רב זי"ע
3. אתקינו סעודתא -??
4. ניגוני שמחה (2) - א)די ערשטע ניגון האט מחבר געוועהן דער קדושת ציון מבאבוב הי"ד ב)די צווייטע ניגון ??
5. משוך חסדך -א אלטע ירושלימער ניגון געזינגען אויף טובים מאורות, באקאנט אין קארלין און אין סלונים, יש אומרים אז דאס האט ארויפגעברענגט קיין ירושלים הרה"צ רבי נפתלי חיים מדזיקוב זצ"ל, אין סאטמאר זינגט מען דאס ימים נוראים אויף קדיש נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט דאס געהערט זינגען אין ארץ ישראל אויף טובים מאורות בשנת תרצ"ב
6. מה ידידות -די ניגון איז מיוחס צום ראפשיצער רב זי"ע, באקאנט אויפן פיוט סגולתי, ווי באקאנט האט מען אין ראזוואדאוו געזינגען אסאך ניגונים אויף מה ידידות דורכאויס די יאר, דעם ניגון האט מען געזינגען צוווישען פסח און שבועות
7. מעין עולם הבא -אן אלטע ניגון וואס ווערט אויך געזינגען אין חב"ד, אין ברסלב זינגט מען דאס (אן דער ערשטער פאל) אויף די ווערטער אבינו מלכינו וכו' מאן דיתיב, די ניגון זעהט זיך אויס האט גארנישט מיט ראזוואדאוו
8. יום שבת קודש -??
9. לקל אשר שבת -דאס האט מען געזינגען אין ראזוואדאוו ביו"ט וחל המועד שחל בשבת, די אנדערע וואכען האט מען געזינגען די באוויסטע מלאכים ושרפים ניגון
10. כל מקדש (אודה) -די ניגון שטאמט פון ??, ר' איטשע דמן ז"ל פלעגט דאס זינגען אויף קול מקדש, ווי אויף אויף אודה, מ'קען הערן ר' איטשע ז"ל זינגט דאס אויף אודה צוזאמען מיט ר' ירמי' אלץ קינד לכבוד זיין בר מצוה

----- חלק 2 - יום השבת----- צו הערן דעם אלבום

1. קל אדון -??
2. ישמח משה -נתחבר ע"י החזן שמואל גאזינסקי ע"ה, געזינגען דורך עטליכע חזנים נאך פארן קריג
3. ביומא דשבתא - ??
4. אסדר לסעודתי -שטאמט פון דיזקוב, ווערט אויך געזינגען דורך ר' נפתלי הורוביץ
5. ברוך השם יום יום -??
6. וואלץ -מקור ??, ר' איטשע פלעגט דאס זינגען אויף קל אדון (אנהייב ברענגט ער א ריקארדינג ווי ר' איטשע ז"ל זינגט דאס מיט זיין ר' ירמי' לכבוד זיין בר מצוה)
7. שבת היום -א באקאנטע ניגון וואס די וועלט זינגט אויף יבנה המקדש נתחבר ע"י ??
8. ממקומך -דער ניגון פלעגט נאך די זיידע פון ר' איטשע ז"ל זינגען, די ניגון במקורו קומט פון דברי ישראל ממודזיץ זי"ע
9. ברוך קל עליון - א מארש פון רבי אשר'ל רימנובער זי"ע
10. מחרוזת (3) ניגוני שמחה - א)א צאנזער הקפה ניגון וואס מען זינגט אויך אין באבוב ב)?? ג)מיוחס צום ראפשיצער רב זי"ע, ווערט געזינגען שביעי של פסח אויף ויושע השם

----- חלק 3 - רעוא דרעוין----- צו הערן דעם אלבום

1. ניגוני התעוררות (2) -(קודם זינגט ער א תנועה זעהט זיך אויס עפעס אייגענס) א)די ערשטע ניגון איז זייער באקאנט, מאנעכע זינגען דאס אויף ידיד נפש, דער קלויזנבורגער רב זצ"ל פלעגט דאס זינגען אויף אשת חיל ב)אויף מעין עולם הבא זינגט ער א ראפשיצער ניגון, מען זינגט דאס אין סטיטשין אויף במצות שבת, ווי אויך אין פארשידענע הויפן ווי אין סיגוט אויף אזמר בשבחין, אין מונקאטש אויף מלך אביר, אין פיטסבורג אויף אשת חיל
2. קל מסתתר -א צאנזער ניגון, אין קשאנוב און אויך היינט אין באבוב זינגט מען דאס אויף שבת היום, דער שינאווער רב זי"ע פלעגט דאס זינגען אזמר בשבחין, (לכתחילה האט מען דאס געזינגען אין באבוב ר"ח אויף ברכו נפשי, אבער די הויעכע פאל איז אנדערש אין באבוב (מקור: מגן אבות עמוד תל"ה)
3. שבת היום -ר' ראובן פרץ קויפמאן הי"ד מחסידי באבוב
4. אודה -די ערשטע חלק ??, און די לעצטע חלק קומט פון א שטיקל פון יוסעל'ע רויזענבלאט'ס ז"ל גשם
5. שמחה ניגון -א ראפשיצער קדיש ניגון, ס'דא וואס זענען דאס מייחס צום רבי'ן רבי הערש זי"ע, אין באבוב זינגט מען עס (אביסל שטאטער) אויף קל מסתתר
6. יצוה (בבואו/אתקינו/מזמור)- לכאורה זינגט ער די של"ס זמירות אזוי ווי מען האט דאס געזינגען אין ראזוואדאוו (אבער ווייס איך נישט פון ווי די ניגונים שטאמען) א)בבואו מאדום שטאמט פון ??? ב)אתקינו סעודתא זאגט מען א נוסח ג)בני היכלא שטאמט פון ?? ד)מזמור לדוד זינגט מען 3 מאל אויף 3 אנדערע ניגונים 1) ?? 2) די ראפשיצע "אמונים" ניגון (אבער שנעל אפגעכאפט) 3) ??
7. דרור יקרא -??
8. ברוך קל עליון -א ראזוואדאווער ניגון וואס ר' איטשע דאמען ז"ל פלעגט דאס זינגען צומאל אויף ממקומך אדער אויף טל, און ר' ירמי' האט דאס צוגעפאסט אויף ברוך קל עליון
9. יום זה מכובד -מען איז דאס מייחס אלץ א דינובער ניגון, מען זינגט דאס אויך אין באבוב
10. שיר המעלות, וואלץ - א)די וואלץ אויף שיר המעלות זינגט מען אויך אין באבוב ווי א שטאטע ניגון, און מען איז עס מייחס צום ראדאשיצער זי"ע, אנדערע זענען דאס מייחס צום קאליבער זי"ע ב)נאכדעם איז דא א וואלץ וואס דאס איז די ראזוואדאווער אין קצבה, וואס ווערט אויך געזינגען אין תולדות אהרן ביי די זעקסטע הקפה

יבואו המבינים והידענים וישלימו
לעצט פארראכטן דורך לובש צורה אום זונטאג מארטש 27, 2022 6:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואף!!!!
איידער מ'גייט עס געהעריג לעזן, א ריזן דאנק פאר דעם, נישט געקענט קלויבן קיין בעסערע סעריע ווי דעם!
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

WOW!!

ענדליך גייט שוין דער אוצר גדול דער ליקוט פון אזויפיל שיינע פארצייטישע ניגונים נתברר ווערן עצהיו"ט...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לובש צורה האט געשריבן:
5. משוך חסדך -א אלטע ירושלימער ניגון געזינגען אויף טובים מאורות, באקאנט אין קארלין און אין סלונים, יש אומרים אז דאס האט ארויפגעברענגט קיין ירושלים הרה"צ רבי נפתלי חיים מדזיקוב זצ"ל, אין סאטמאר זינגט מען דאס ימים נוראים אויף קדיש נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט דאס געהערט זינגען אין ארץ ישראל אויף טובים מאורות בשנת תרצ"ב
שמעתי אז אין ירושלים האט מען עס געזינגען אויף קל אדון שבת אינדערפרי.
און ביי קידוש לבנה ווען זינגט טובים מאורות האט מען געזונגען די זעלבע זאך, און מען האט טאקע אנגעהויבן פון די צווייטע פאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לובש צורה האט געשריבן:

----- חלק 3 - רעוא דרעוין-----
6. יצוה (בבואו/אתקינו/מזמור)- לכאורה זינגט ער די של"ס זמירות אזוי ווי מען האט דאס געזינגען אין ראזוואדאוו (אבער ווייס איך נישט פון ווי די ניגונים שטאמען) א)בבואו מאדום שטאמט פון ???
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2857846
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

לובש צורה האט געשריבן:
ג)אויף מלאכי השלום זינגט ער א דזיקובער? ניגון וואס ווערט אויך געזינגען אין סטיטשין אויף מה ידידות און אין באבוב אויף מזמור לדוד
געהערט אמאל אז הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצוק"ל פלעגט דאס זינגען אויף שלום עליכם. (נאר געהערט נישט מברר געווען...)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נאכאמאל א ריזן דאנק פאר דעם אשכול!

חלק 1

2 - שלום עליכם איז די דזשיקובע ניגון וואס אלע דזשיקובע רבי'ס (פון די אמרי נועם) האבן געזינגען אויף שלום עליכם. אין ראזוואדוב האט מען נישט געזינגען דעם ניגון

- מלאכי השרת איז די ניגון פאר תורה אין סטוטשין, אויכט הילוכך ראזוואדוב, געזעהן אמאל אז ס'שטאמט פון רבין ר' הערש מרימנוב זי"ע

3 - אתקינו סעודתא / אזמר בשבחין - ס'איז די פלאנטשע אזמר בשבחין שמקורו מווארקי
https://www.dropbox.com/s/bckw3uf7h0nis ... 2.mp3?dl=0
אויכט דא אויף די ווארקי אלבום אויכט אויף אזמר בשבחין
תיקון טעות: אויף ברוך השם יום יום

5 - קארלינע ניגון מזמן ר' אשר סטאלינער זי"ע

7 - ווארקי ניגון

8 - יום שבת קודש - ניגון באקאנט אויף זכרנו לחיים שחיבר מהר"ם שפירא זי"ע
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום זונטאג מארטש 27, 2022 11:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

א שיינעם דאנק פאר אלע מגיבים ובראשם הרב סטאוו זז"ג
מיר ווארטען אויף מער!
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
8 - יום שבת קודש - ניגון באקאנט אויף זכרנו לחיים שחיבר מהר"ם שפירא זי"ע
זייער אינטערסאנט איך וואלט דאס קיינמאל נישט געכאפט, ער זינגט עס מיט אזעלכע ראזוואדאווע דריידעלעך און קנייטשען אז ס'איז נישט צום דערקענען, אויך זינגט ער א דריטע פאל וואס מ'זינגט נישט ביין זכרנו לחיים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

2 יום השבת:

1 - קל אדון - ניגון אלכסנדר

7 - נתחבר ע"י הרה"ק בעל אמרי שאול ממאדזיץ זי"ע, רב"צ שענקער האט עס ארויפגעלייגט אויף יבנה המקדש

6 וואלס
הערט זיך זייער ווי א גור'ע ניגון
סבלנות האט געשריבן:
איר קענט דעם ניגון?
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע:עולם העשייה

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
2 יום השבת:

1 - קל אדון - ניגון אלכסנדר

7 - נתחבר ע"י הרה"ק בעל אמרי שאול ממאדזיץ זי"ע, רב"צ שענקער האט עס ארויפגעלייגט אויף יבנה המקדש

6 וואלס
הערט זיך זייער ווי א גור'ע ניגון
סבלנות האט געשריבן:
איר קענט דעם ניגון?
איך קען נישט דעם וואלס, און דאס זעט נישט אויס ווי א גערער וואלס.
עס האלט שוין ביי 460 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

א גרויסן ייש"כ פאר'ן פותח האשכול.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
2 יום השבת:

1 - קל אדון - ניגון אלכסנדר
נתחבר ע"י החסיד ר' יעקב פראגער (מפי ר' דוד לענציצקי הי"ו)
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

יישר כח פאר די הערליכע ארבייט!!
אגב און רבון העולמים מערק איך אז ער לאזט אויס "מלך צח ואדום", איז דעס שוין א ראפשיצער הנהגה, אדער שטאמט דעס פון דזיקוב אדער גאר פון ראזאדאוו?
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אב לאנדאן האט געשריבן:
יישר כח פאר די הערליכע ארבייט!!
אגב און רבון העולמים מערק איך אז ער לאזט אויס "מלך צח ואדום", איז דעס שוין א ראפשיצער הנהגה, אדער שטאמט דעס פון דזיקוב אדער גאר פון ראזאדאוו?
איך מיין אז דאס אויסלאזן איז שוין גאר בעלזא.
Garden
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Garden »

התבונני האט געשריבן:
לובש צורה האט געשריבן:
ג)אויף מלאכי השלום זינגט ער א דזיקובער? ניגון וואס ווערט אויך געזינגען אין סטיטשין אויף מה ידידות און אין באבוב אויף מזמור לדוד
געהערט אמאל אז הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצוק"ל פלעגט דאס זינגען אויף שלום עליכם. (נאר געהערט נישט מברר געווען...)
אויך געהערט אזוי פון גאר נאנטע מסתמא גענומען פון זיין שווער מווייטצען זצ״ל וואס האט עס מעגליך גענומען פון באבוב??
איך גלייב אבער וויאזוי מהערט עס דא -אויף עתיקא קדישא, און וויאזוי מהאט עס געזינגען ביי אים איז עס ווי צוויי אנדערע ניגונים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איצל פיצל האט געשריבן:
אב לאנדאן האט געשריבן:
יישר כח פאר די הערליכע ארבייט!!
אגב און רבון העולמים מערק איך אז ער לאזט אויס "מלך צח ואדום", איז דעס שוין א ראפשיצער הנהגה, אדער שטאמט דעס פון דזיקוב אדער גאר פון ראזאדאוו?
איך מיין אז דאס אויסלאזן איז שוין גאר בעלזא.
מסתמא, אין ראפשיץ האט מען עס געזאגט
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

דא איז שוין געווען אן אפהאהדלונג וועגען די שינוי הניסחאות, און אין דעם אינטערוויא ענפערט ר' ירמי' קלאר בזה הלשון:
די טעיפס האָבן גאָרנישט צו טון מיט נוסחאות התפלה. מיט "נוסחאות" מיין איך צו זאגן אינעם לשון אדער סדר התפלה. אויסלאָזן מלך צח ואדום איז אַ בעלזער נוסח. נוסחאות התפלה דאָס באַלאַנגט אין סידורים און אין ספרי מנהגים. איך זינג פשוט די ווערטער וויאזוי איך בין היינט צוגעוואוינט צו זינגען, אבער די נוסחאות האָבן נישט קיין שום שייכות מיט די ניגונים עכ"ל.

רבותי!! ווי זענען אונזערע גרויסע בקיאים פון שירי קודש נעלם געווארן??? דער אשכול איז שוין א וואך אלט און חוץ הרב סטאוו האט נאך כמעט קיינער גארנישט מגיב געווען???
במטו מינך בעטען מיר ביטע לתועלת פונם ציבור שוחרי נגינה בטהרתה ביטע זייט אינז מהנה פון אייערע ידיעות
א דאנק
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לובש צורה האט געשריבן:
----- חלק 3 - רעוא דרעוין----- צו הערן דעם אלבום

1. ניגוני התעוררות (2) -(קודם זינגט ער א תנועה זעהט זיך אויס עפעס אייגענס) א)די ערשטע ניגון איז זייער באקאנט, מאנעכע זינגען דאס אויף ידיד נפש, דער קלויזנבורגער רב זצ"ל פלעגט דאס זינגען אויף אשת חיל ב)אויף מעין עולם הבא זינגט ער א ראפשיצער ניגון, מען זינגט דאס אין סטיטשין אויף במצות שבת, ווי אויך אין פארשידענע הויפן ווי אין סיגוט אויף אזמר בשבחין, אין מונקאטש אויף מלך אביר, אין פיטסבורג אויף אשת חיל
2. קל מסתתר -א צאנזער ניגון, אין קשאנוב און אויך היינט אין באבוב זינגט מען דאס אויף שבת היום, דער שינאווער רב זי"ע פלעגט דאס זינגען אזמר בשבחין, (לכתחילה האט מען דאס געזינגען אין באבוב ר"ח אויף ברכו נפשי, אבער די הויעכע פאל איז אנדערש אין באבוב (מקור: מגן אבות עמוד תל"ה)
3. שבת היום -ר' ראובן פרץ קויפמאן הי"ד מחסידי באבוב
4. אודה -די ערשטע חלק ??, און די לעצטע חלק קומט פון א שטיקל פון יוסעל'ע רויזענבלאט'ס ז"ל גשם
5. שמחה ניגון -א ראפשיצער קדיש ניגון, ס'דא וואס זענען דאס מייחס צום רבי'ן רבי הערש זי"ע, אין באבוב זינגט מען עס (אביסל שטאטער) אויף קל מסתתר
6. יצוה (בבואו/אתקינו/מזמור)- לכאורה זינגט ער די של"ס זמירות אזוי ווי מען האט דאס געזינגען אין ראזוואדאוו (אבער ווייס איך נישט פון ווי די ניגונים שטאמען) א)בבואו מאדום שטאמט פון ??? ב)אתקינו סעודתא זאגט מען א נוסח ג)בני היכלא שטאמט פון ?? ד)מזמור לדוד זינגט מען 3 מאל אויף 3 אנדערע ניגונים 1) ?? 2) די ראפשיצע "אמונים" ניגון (אבער שנעל אפגעכאפט) 3) ??
7. דרור יקרא -??
8. ברוך קל עליון -א ראזוואדאווער ניגון וואס ר' איטשע דאמען ז"ל פלעגט דאס זינגען צומאל אויף ממקומך אדער אויף טל, און ר' ירמי' האט דאס צוגעפאסט אויף ברוך קל עליון
9. יום זה מכובד -מען איז דאס מייחס אלץ א דינובער ניגון, מען זינגט דאס אויך אין באבוב
10. שיר המעלות, וואלץ - א)די וואלץ אויף שיר המעלות זינגט מען אויך אין באבוב ווי א שטאטע ניגון, און מען איז עס מייחס צום ראדאשיצער זי"ע, אנדערע זענען דאס מייחס צום קאליבער זי"ע ב)נאכדעם איז דא א וואלץ וואס דאס איז די ראזוואדאווער אין קצבה, וואס ווערט אויך געזינגען אין תולדות אהרן ביי די זעקסטע הקפה

יבואו המבינים והידענים וישלימו
1. א) בני היכלא דזשיקוב - דא א יחוס צו הרה"ק ר' שמעון מיערוסלוב זי"ע
ב) ביים שמועס דעם חוה"מ אין סאטמאר 52 האט הרב רוס אויסגערעכט אלע הויפן ווי מ'האט עס געזינגען און אויף וואס

2. נישט עכט וואס צו מוסיף זיין נאר אזדי ניגון איז במקור די צאנזע שבת היום ניגון

4. איז די גאנצע זכור אב (גשם) פון יוסעלע

6. א) בבואו מאדום - ראפשיץ (גאנץ יעריגע)
ב) בני היכלא - ראזוואדאוו דאכט זיך

8. וואס איז די מקור אז ס'איז ראזוואדאוו? (ממקומך און טל אין ראזוואדאוו איז עס זיכער נישט)

10. א) ווער איז עס מייחס צו קאליב?
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג אפריל 25, 2022 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לובש צורה האט געשריבן:
במטו מינך בעטען מיר ביטע לתועלת פונם ציבור שוחרי נגינה בטהרתה ביטע זייט אינז מהנה פון אייערע ידיעות
א דאנק
מיר לעזן מיט דורשט.

ענטפערן קען מיר נאר ווען מ'ווייסט, סתם חלום'ן ווילט איר דאך נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
8. וואס איז די מקור אז ס'איז ראזוואדאוו? (ממקומך און טל אין ראזוואדאוו איז עס זיכער נישט)

10. א) ווער איז עס מייחס צו קאליב?
צום ערשט א ריזיגן דאנק פארן צוענדיגען אייערע טייערע תגובות, זאל דיר די זכות ביישטיין!

8. אזוי ענטפערט ר' ירמי' אינעם אינטערוויו ובזה הלשון: אויף ברוך קל עליון, האָב איך אליין ארויפגעפאַסט אַ ראָזוואָדאָווער ניגון וואָס דער טאַטע פלעגט זינגען אויף טל און גשם

10. בשם הרב דוד מאיר רוס שליט"א
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

האט אפשר איינער א לינק ווי איך קען דאונלאודען "עתיקא קדישא 3", איך זיך עס ארום קיינער פארקויפט עס שוין נישט?
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
winner
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

חאטצקל האט געשריבן:
האט אפשר איינער א לינק ווי איך קען דאונלאודען "עתיקא קדישא 3", איך זיך עס ארום קיינער פארקויפט עס שוין נישט?
דאס איז עס?
https://www.nigunmusic.com/atika-kadish ... ravin.html
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

winner האט געשריבן:

יא בתודה
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

עתיקא קדישא 5 ימים נוראים ווי קען מען הערן? באקומען? דאונלאודען?
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מפענח נעלמים - פונעם סעריע "עתיקא קדישא" ניגונים לבית ראזוואדאוו וראפשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

די נקודה האט געשריבן:
עתיקא קדישא 5 ימים נוראים ווי קען מען הערן? באקומען? דאונלאודען?
https://jewishmusic.fm/album/%D7%A2%D7% ... %A4%D7%A8/
https://www.nigunmusic.com/atika-kadish ... kipur.html
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”