די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

דא קען יעדער קומען מיט טיילען דברי חיזוק וואס איר האט געפילט אז דאס האט אייך מחזק גוועהן אויסער געווענטליך

צו א מעשה פון א צווייטער וואס איז געווארען מחוזק א דאנק א געוויסע ווארט און דאס האט איהם באגלייט לארוך ימים ושנים

הגם חיזוק איז נישט נאר ווערטער עס איז אויך ווי אזוי מ'זאגט עס מיט א שטארק קייט אבער אז מקען מחזק זיין א צווייטער איד אפילו בספק לוינט זיך אויך שוין נישט אזוי

און אמאהל איז דא ווען מ'דערמאנט זיך פון די גוט ווארט ווערט שוין גוט אויף די הארץ עס גוט כח אויף ווייטער מאיז פאר יאגט און פארפלאגט מיט טרדות און די איין חיזוק ווארט איז ממש מחיה מתים במאמרו ווי די בית אברהם פון סלאנים פלעגט זאגען

עס איז אייביג גוט פאר יעדעם יעדער קען ניצען א חיזוק ווארט קטן עד גדול עס איז דאך שוה לכל נפש

צו מאכען דעם מענטש פילען גישמאק מ'טרעפט א מאהל א גוט ווארט צו מהערט א גוט ווארט צו מקלעהרט א גוט ווארט מען איז זיך מחזק און מקען א צווייטען ראטווען דאס לעבין מיט א פשוטע גוט ווארט

יא יא עס איז גאר נישט קיין קלייניקייט מקען נישט משער זיין די וויכיטיג קייט עד היכן הדברים מגיעין
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דינסטאג מאי 24, 2022 12:57 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /גקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הגה"ח רבי גד'ל אייזנער זצ"ל און סםר במחיצת רבי גדל שטייט אזא מעשה איינמאהל האבון די דייטשען ימ"ש ארויס געשיקט די גאנצע עולם פון די קעמפ ווי מאיז גוועהן און מיט די פלאן אריבער צו פירען צו א צווייטע מחנה

אבער זיי האבון נישט געוואלט מזאל וואקען נאר לויפען און אלע האבון זיך גענומען לויפען פון וויסען קלאהר אז אויב מלויפט נישט שיסט מען מאיז געלויפען אסאך קילו מעטער מענטשין זענען געפאלען ווי פליגען בוז אפיסת הכוחות איז מען געלויפען

און מיטען שפירט ער אויך אז די כוחות לאזען זיך אויס דאס איז גוועהן נאך לויפען 14 ק"מ האט ער אן געהויבען גיין שטאטער און בוז ער איז אראפ געפאלען

די רשע קוקט איהם אן אויפגערעגט פ"וו לויפסטו נישט ענפערט רבי גדל איך קען נישט זאגט די דייטש ימ"ש די קענסט אבער די ווילסט נישט און ציהט ארויס זיין ביקס איך האב געוויסט אז עס איז דערנאך און איך בין גוועהן גרייט צו זאגען שמע ישראל


און פלוצלינג הער איך ווי ווי א ידיד מיינער וואס לויפט אין בעק פון מיר
געט א זאג גד'ל לויף

נייע כוחות האב איך דאן באקומען
און איך האב זיך אויפ געשטעלט און געלויפען ווייטער און ניצול געווארען פון א זיכרע טויט

האב איך זיך אויסגעלערט אז עס איז דא באהלטענע כוחות אין א מענטש מער וויפיל מווייסט און נאר אין אזעלעכע ביטערע מצבים ווערט מען געוואהר פון די כוחות עלומים


נאך האב איך געלערנט דערפון ווי שטארק איז די כח פון איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק מקען מחזק זיין א מענטש מיט א ווארט "יאמר חזק "
אזוי ווי די חבר האט מיר מחזק גוועהן מיט געבין א זאג א ווארט גדל לויף
און געגבין כח צו לויפען און ניצול געווארען פון ממות לחיים
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ב"פ איז גוועהן א גור חסיד הגה"ח רבי ראובן אייזנער זצ"ל האט געזאגט נאך די מלחמה וואס האט איהם געגבין כח דורך צו שטיפען די ביטערע וועלט מלחמה א ווארט פון איינע פון די פוילשע רבי'ס אז מ'דארף זיך איינ'חזר'ן

דוד המלך זאגט אין תהלים האט ער געטייטשט
היטיבו נגן בתרועה זאלסט דיך גוט אריין זינגען בתרועה א צייט וואס איז שווער אז כי ישר דבר השם וכל מעשהו באמונה


פירט אויס רבי חנא פריעדמאן שליט"א אז סאיז גוועהן א בחינה פון הוא היה אומר ווייל א צווייטער האט איהם פארציילט אז תיכף נאך די מלחמה האט רבי ראובן ארויף געצויגען די הויזען זיך געגאנגען זיכען זאקען צוריק צו שטעלען די גור'ע לבוש
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די בעל הטורים אן פאנג ואתחנן זאגט בזה"ל ואתחנן . לעיל כתיב לא תיראום חיזקתי את ישראל אולי ירחם עלי ע"כ

משה רבינו האט סוף פרשת דברים געזאגט לא תיראום האב נישט קיין מורא אזוי ענדיגט זיך פרשת דברים איך האב אייך מחזק גוועהן יעצט קען מען בעטהן אולי ירחם עלי

זעהט מען וואס פאר א כח מחזק זיין א איד איז דאס איז א בעל הטורים

ווער וויל דען נישט האבון אזא זכות טראכט נישט קיין צוויי האסט א חיזוק ווארט שרייב עס
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

לעצטע (?) תורה רנ"ב אין ליקוטי מוהר"ן אזמרה לאלקי בעודי, עוד מעט ואין רשע.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

והתחזקתם שטייט אין פרשת שלח אמאהל וויל מען הערן א חיזוק ווארט אבער מטרעפט נישט לערנט אונז משה רבינו והתחזקם זאל איר זיך אליינס מחזק זיין
בשם צדיקים
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אביסל ענדליך צו די פריערדיגע ווארט משטייט יעצט די וואך שבת חזק
שטייט אין אמרות טהורות בשם בצרור החיים אז הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל ז"ל האט געזאגט
און די נאמען פון הרה"ק רבי וועלוול מזבאריז זי"ע

דאס וואס מזאגט יעדע סיום פון יעדע סדר פון די תורה חזק חזק ונתחזק די לשון חזק איז א לשון ציווי חזק שטארק זיך ונתחזק פשט איז איז מען ווערט געשטארקט פון זיך אליין וואס איז די שינו הלשון

זאגט ער א מענטש דארף זיך שטענדיג מחזק זיין און דאס איז מרמז די כפלות הלשון און אז משטארקט זיך איז מען ממשיך חיזוק פון אויבן
א מהייבט זיך אן מחזק זיין איינמאהל און נאך א מאהל ווערט מען געשטארקט דורך די באשעפער
די שליסעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 20, 2022 12:56 am
לאקאציע:די לעכל פונעם שלאס!

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די שליסעל »

עימעקס האט געשריבן:
לעצטע (?) תורה רנ"ב אין ליקוטי מוהר"ן אזמרה לאלקי בעודי, עוד מעט ואין רשע.
איר מיינט אוודאי רפ"ב
צריך לרקוד כל היום לפחות חצי שעה !!!
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

כשם שאתה מאמין שתוכל לקלקל כך תאמין שתוכל לתקן
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

די שליסעל האט געשריבן:
עימעקס האט געשריבן:
לעצטע (?) תורה רנ"ב אין ליקוטי מוהר"ן אזמרה לאלקי בעודי, עוד מעט ואין רשע.
איר מיינט אוודאי רפ"ב
יא, זיכער שקויעך
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

שטייט פון הגה"ק רבי משה מידנער זצ"ל אין תורת אבות דף קע"ב

אויף די פסוק (הושע ב' א') והיה במקום אשר יאמר להם לא עמי אתם יאמר להם בני קל חי

פי' במקום שהם מסתובבים ובלבם חשבון זה שהם חושבים כי הם לא עמי מוטב שיקחו את עצמו להתחזקות ולשמחה ויחזרו ויאמרו לעצמם בני קל חי

אידיש אנשטאט זיך ארים דרייען מיט די מחשבות אין קאפ פון איך בין א לא עמי נישט איד טראכט און חזר ביי זיך בני קל חי אונז זעמיר קינדער פון די לעבדיגע באשעפער
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

רבי שמעון שפיצער שליט"א האט פארציילט בשם החסיד המפורסם רבי ניסן פילטשיק זצ"ל אז ער האט אמאהל מיט געהאלטען ווי א איד וואס איינער האט מבזה גוועהן א צווייטען מיט ביזו בזיונות און די מבוזהדיגע איד בלייבט רוהיג כאילו לא היה ער האט גארנישט גענטפערט
גייט צו אחר כל זאת רבי ניסן און פרעגט דעם איד ווי נעמט אזאנע כוחות צו זיין פון די הנעלבים ואינם עולבים גאר נישט אפילו אביסל אום באקוועם
זאגט די איד איך חזר כסדר אז בושות איז
מכפר ווי כאילו מהאט געהאט אלע ארבע מיתות בי"ד
ממילא באדערט עס נישט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

עס איז דא א ווארט מ'זאגט ביי די תפלה וואס שטייט נעבין שיר השירים א לשון שיר השירים קודש קדשים
האבון צדיקים געטייטשט די שיר פון די שיריים דאס איז קודש קדשים

מיינט צו זאגען אסאך מאהל קומט די יצה"ר ביי סוף פון א מצוה למשל ביי סוף שמו"ע למשל ביי שים שלום און ער זאגט האסט גאר נישט מכוון גוועהן בוז אהער ס'גוט פאר ווייטער טראכט נישט זאגט מען ניין די ברעקעל וואס מקען נאך יא טוהן דאס איז די שיריים די איבער געבליבנע פון יעדע מצוה דאס איז הייליגער פון היילייג ממש קודש קדשים
און אזוי איז עס ביי יעדע מצוה
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: דיינע בעסטע דברי חיזוק וואס די האסט געהערט /געקלערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

צום פוינט האט געשריבן:
כשם שאתה מאמין שתוכל לקלקל כך תאמין שתוכל לתקן
אם אתה מאמין שיכולין לקלקל תאמין שיכולין לתקן.
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

איינער האט מיר געגעבן א מוסר שמועס און דריי ווערטער אז צו זאגן ''ווען איך וואלט...'' איז כפירה!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

אל תאמר לכשאפנה אשנה שמא לא תפנה, ''שמא'' אפשר ווייל דער אייבערשטער ''לא תפנה'' זאלסט אים דינען מיט אן אופן פון לא תפנה אזוי פארטראגענערהייט זאלסטו זיך אנשטרענגן און אים דינען, די נחת רוח ביי אים איז אסאך שטערקער און דעם וועג. הרה''ק ר' מיכל פון זלאטשעוו זי''ע

א ווארט פון הייליגן שינאווער רב זי''ע
נַעַבֵד לְהֹון כִּתְרִין בְּמִילִין יַקִירִין, ווען מ'דינט דעם אייבערשטן ''במילין יקירין'' ווען ס'איז שווער, (יקירין לשון קשה) דווקא אויף אזא אופן איז ''נעבד להון כתרין'' ווערן באשאפן קרוינען פארן הייליגן באשעפער.
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

פרעכטיג האט געשריבן:
איינער האט מיר געגעבן א מוסר שמועס און דריי ווערטער אז צו זאגן ''ווען איך וואלט...'' איז כפירה!
מען זאגט נאך פון בעל שם הק' "רשעים מלאים חרטות", דער וואס איז מלא חרטות 'ווען איל וואלט' וכו' הייסט א רשע, ווייל ער גלויבט נישט אז ס'איז אלס באשערט...
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8214
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ויחד יתרו על כל הטובה, ויחד װען א מענטש מאכט א שמחה אדער װען א מענטש איז בשמחה יתרו על כל הטובה טיט דער אײבישטער דאן פארמערן אין איז משפיע אסאך גיטס (מפי כ״ק אדמו״ר מ׳סקולען שליט״א)

כי ביצחק יקרא לך זרע אז נאר דורך שמחה װערט מען אנגערפען א קינד פונעם אײבישטער
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ספר תפלה למשה ברענגט בשם הרה"ק רבי אייזיק'ל זידטשובער זי"ע

דאס וואס רש"י זאגט די וואך

פרשת במדבר. מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה טייטשט ער אזוי
יעדע מענטש האט אמאהל א גיטע שעה וואס דעמאלץ לערנט ער און דאווענט און די אייבערשטער ציילט די אלע גיטע שעות וואס איז דא ביי די אידישע קינדער פאר וואס דאס איז וועגען חיבתן של ישראל
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

דאס וואס שטייט אין חז"ל
אין הקב"ה בא בטרוניא אם בריותיו
מבעהט אן נסיונות ,אבער אז מווערט נתנסה מיינט עס א מהאט די כוחות דערפאר ווען מטראכט אריין ווי הייליג אמת און שטארק די ווערטער איז קען מען עומד זיין יעדע נסיון וואס די אייבערשטער שיקט בעזהשי"ת
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין דברי יחזקאל פרשת נשא
נשא את ראש בני גירשון גם הם טייטש ער אזוי הייב אויף די מענטשען וואס שפירען זיך פארטריבען נישט נאהנט דערוואטערט
זאל מען וויסען אבער
גם הם איר אויך זענט חשוב און געוואלדיג "
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3389
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אור כי טוב האט געשריבן:
פרעכטיג האט געשריבן:
איינער האט מיר געגעבן א מוסר שמועס און דריי ווערטער אז צו זאגן ''ווען איך וואלט...'' איז כפירה!
מען זאגט נאך פון בעל שם הק' "רשעים מלאים חרטות", דער וואס איז מלא חרטות 'ווען איל וואלט' וכו' הייסט א רשע, ווייל ער גלויבט נישט אז ס'איז אלס באשערט...
עפעס קלעבט נישט דא.
א מענטש האט א בחירה צו טוען וואס אימער ער וויל, און ווען א מענטש מאכט א טעות, לדגומא ער זינדיגט, איז עס געווען זיין שלעכטע בחירה, און ער מעג און דארף חרטה האבן דערויף.
משא״כ, ״באשערט,״ אז א זאך וואס געשעט, וועלכע איז נישט אין די הענט פון א בעל בחירה.
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

די אשכול
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פרעכטיג האט געשריבן:
איינער האט מיר געגעבן א מוסר שמועס און דריי ווערטער אז צו זאגן ''ווען איך וואלט...'' איז כפירה!
הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א פארציילט א מעשה פון א סטאלינע חסיד וואס די דאקטער האט געזאגט אז ממוז אראפ נעמען ל"ע די פיס און נאך מהאט אראפ גענומען די פיס נאך דעם האט די דאקטער געזאגט אז יעצט זעהט אז סהאט נישט אויס גפעלט האט ער נאך געזאגט פון איינע פון קארלינע צדיקים אפשר די ינוקא איך גדענק נישט יעצט וואלט און זאלט איז כפירה
דאס מיינט צו זאגען מוואלט צו מזאלט געקענט דאס און דאס איז כפירה
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע:שבתדיגע זמירות

Re: די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איטשע האט געשריבן:
עפעס קלעבט נישט דא.
א מענטש האט א בחירה צו טוען וואס אימער ער וויל, און ווען א מענטש מאכט א טעות, לדגומא ער זינדיגט, איז עס געווען זיין שלעכטע בחירה, און ער מעג און דארף חרטה האבן דערויף.
משא״כ, ״באשערט,״ אז א זאך וואס געשעט, וועלכע איז נישט אין די הענט פון א בעל בחירה.
נו וויאזוי שטימט עס מיט דעם יודע קורות מראש אז דער רבש"ע ווייסט אלעס וואס עס גייט פאסירן ?
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”