קרעפל פשעטלך

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

קרעפל פשעטלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קרעפעל פשעטל 1
די גמרא זאגט (פסחים ס"ח) אמר רבי אלעזר, הכל מודים "בעצרת" דבעינן נמי "לכם", מאי טעמא? יום שניתנה תורה לישראל הוא: דאס טייטש אז שבועות "דארף מען מאכן א סעודה", ווייל אין דעם טאג האט מען געגעבן די תורה פאר די אידן.
לכאורה איז שווער, עס וואלט דאך געדארפט זיין פונקט פארקערט, אז מען זאל "נישט" מאכן קיין סעודות, ווייל אז מען האט געגעבן די תורה דארף מען זיצן און לערנען?
נאר מען קען דאס פארענטפערין מיט אן אנדערע קשיא. (דער חיד"א ברענגט די קשיא פון מהר"ש פרימו) ווי אזוי מעג מען הנאה האבן פון "עולם הזה" [דער וועלט] עס איז דאך גזילה, ווייל יעקב און עשו האבן זיך ציטיילט מיט די צוויי וועלטן, עשו האט באקומען עולם הזה און יעקב האט באקומען עולם הבא. ווי אזוי מעגן אידן הנאה האבן פון "עולם הזה" ?
נאר מען קען דאס ענטפערין, ווייל די גמרא זאגט אין מס' בבא מציעא "המציל מזוטו של ים הרי אלו שלו" דער וואס ראטעוועט אזאך ווערט עס זיינס ! און די אידן האבן געראטעוועעט די וועלט עס זאל נישט חרוב ווערן, אזוי ווי די גמרא זאגט (שבת פ"ח) אז השי"ת האט זיך אויסגענימען מיט די וועלט בשעת ער האט דאס באשאפן, "אויב די אידן וועלן מקבל זיין די תורה וועט זיך די וועלט קענען האלטן, און אויב ח"ו נישט וועט עס חרוב ווערן" !! קומט דאך אויס אז דורך דעם וואס די אידן האבן מקבל געווען די תורה קען זיך די וועלט האלטן, האבן מיר אידן געראטעוועט די וועלט [עולם הזה] , ממילא איז די גאנצע "עולם הזה" אויך אונזער.
דאס איז פשט אין די גמרא. "הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם" אז שבועות דארף מען עסן און טרינקן, פרעגט די גמרא "מאי טעמא" פארוואס טאקע מעג מען עסן מען וואלט דאך געדארפט לערנען א גאנצן טאג? אויף דעם ענטפערט די גמרא, ווייל עס איז "יום שניתנה תורה לישראל" וואס דורכ'ן מקבל זיין די תורה האבן מיר געראטעוועט די עולם הזה ממילא מעגן מיר הנאה האבן פון עולם הזה.
(בני יששכר)
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: קרעפל פשעטלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קרעפעל פשעטל 2
דער מגיד מישרים פרעגט אויף דעם וואס מיר זאגן ביי די ברכה אויף די תורה אשר בחר בנו מכל העמים אז דער אויבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער און אונז געגעבן זיין תורה. די גמרא זאגט דאך אז די גוים האבן נישט געוואלט נעמען די תורה אויב אזוי וואס מיינט דאס אז ער האט אונז אויסדערוועלט צו געבן די תורה.
דער ספר חוט המשולש פרעגט, די גמרא אין מס' נדרים זאגט אז וועגן דעם זענען די אידן געגאנגען אין גלות ווייל זיי האבן נישט געמאכט קיין פאָר ברכה אויף די תורה איז דאך שווער זיי האבן דאך עובר געווען אויף הארבע עבירות און פארוואס זאגט די גמרא אז זיי זענען געגאנגען אין גלות ווייל זיי האבן נישט געמאכט קיין פאָר ברכה.
און נאך איז שווער פון די גמרא זעהט אויס אז דוקא א פאר ברכה האבן זיי נישט געמאכט אָבער א נאך ברכה האבן זיי יא געמאכט, דארף מען צו פארשטיין פארוואס פונקט א פאָר ברכה האבן זיי נישט געמאכט.
דער רשב"א פרעגט, די גמרא זאגט אין מס' שבת, ויתיצבו בתחתית ההר מלמד לערנט אונז דער פסוק, שכפה הקב"ה עליהם את ההר כגיגית, אז דער אויבערשטער האט ארויף געבויגן אויף זיי דעם בארג סיני אזוי ווי א פאס. א"ר אחא בר יעקב מכאן מודעא רבה לאורייתא אז די אידן האבן א גוטע תירוץ פארוואס זיי האבן נישט איינגעהאלטן די תורה ווייל זיי האבן נאר אנגענומען די תורה געצווינגענערהייט, אויב אזוי איז דאך שווער פארוואס זענען די אידן נענש געווארן מיטן חורבן בית המקדש צו גיין אין גלות.
ענטפערט דער ספר חוט המשולש מיט דעם וואס דער אויבערשטער האט אונז געצווינגען אנצונעמען די תורה און נישט די גוים האט ער אונז אויסדערוועלט, און דאס איז די פשט "אשר בחר בנו" אז ער האט אונז אויסדערוועלט, ווייל ער האט אונז געצווינגען און נישט די גוים, און אויב מען מאכט א פאָר ברכה אויף די תורה האט מען א גוטן תירוץ אז מען האט אונז געצווינגען און עס קומט זיך נישט קיין שטראף אז מען האלט נישט די תורה.
אָבער וויבאלד זיי האבן נישט געמאכט קיין פאָר ברכה "אשר בחר בנו", האבן זיי מיט דעם געוויזן אז זיי האלטן אז מען האט אונז נישט געצווינגען, במילא קומט שוין יא א שטראף אז מען האלט נישט די תורה.
דאס מיינט די גמרא צו זאגן אז זיי זענען געגאגען אין גלות, ווייל זיי האבן נישט געמאכט א פאָר ברכה "אשר בחר בנו", מיט דעם האבן זיי געוויזן אז זיי האבן נישט קיין תירוץ אז מען האט אונז געצווינגען, און ממילא קומט שוין א שטראף אויף אלע עבירות.
לויט דעם איז שוין אויך פארענטפערט די קשיא פון רשב"א פארוואס זענען די יודען געגאנגען אין גלות זיי האבן דאך געהאט א גוטען תירוץ אז מען האט זיי געצוואונגען מקבל צו זיין די תורה, קומט זיך נישט א שטראף פארן נישט איינהאלטן די תורה.
וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז מען האט אונז נישט געצווינגען קומט זיי שוין יא א שטראף פארוואס זיי האבן נישט מקיים געווען די תורה. דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין איינצוהאלטן די תורה, און מען זאל אינגיכן אויסגעלייזט ווערן ובא לציון גואל בב"א.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: קרעפל פשעטלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קרעפל פשעטל 3
מען פירט זיך צו עסן שבועות מילכיגע עסן און נאכדעם עסט מען פליישיגס, וואס איז דער טעם?
קען מען זאגן ווייל עס שטייט אין מדרש, אויפן פסוק "ומשה עלה אל אלוקים וגו' באותו שעה בקשו מלאכי השרת לפגוע בו צר הקב"ה פניו דומה לאברהם, אמר להם הקב"ה לא זו הוא שירדתם אצלו ואכלתם בתוך ביתו, אמר הקב"ה למשה לא נתנה לך תורה אלא בשביל אברהם וכו'", משה רבינו איז ארויף אין הימעל האבן זיך די מלאכים געוואלט אנטשעפענען אין אים, האט די באשעפער אויסגעמאלן זיין פנים אזוי ווי אברהם'ס פנים האט די באשעפער געזאגט צו די מלאכים איז דען נישט דער מענטש וואס עטס האטס געגעסן ביי אים בשר בחלב, האבן אים די מלאכים אפגעלאזט האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה אין דעם זכות פון אברהם איז די תורה געגעבן געווארן פאר די אידן, וואס איז די שייכות אז וועגן די מלאכים האבן געגעסן בשר בחלב ביי אברהם אבינו איז געגעבן געווארן די תורה?
נאר כדי דאס צופארענטפערן וועלן מיר מקדים זיין וואס דער חת"ם סופר ברענגט אויף די גמרא אין מסכת יומא (כ"ח) וואס די גמרא זאגט אז אברהם אבינו האט מקיים געווען די גאנצע תורה אפילו עירובי תבשילין,
זאגט אויף דעם תוס' אז ער איז נזהר געווען צו עסן מיליכיג'ס פאר פליישיג'ס נישט קודם בשר ווייל מען דארף ווארטן אינצווישן, אזוי ווי מיר געפינען אין פסוק "ויקח חמאה וחלב" וגו' זעהן מיר אז אברהם אבינו האט מקפיד געווען אויף בשר בחלב, איז לכאורה שווער וואס דארף ער מיר עקסטער זאגן אז ער האט מקיים געווען דער הלכה.
נאר אויף דאם זאגט דער חת"ם סופר אז די רבותא איז נישט אז ער האט געהיטן דעם איסור פון בשר בחלב, נאר די רבותא איז אז ער האט געטרינקען מילך וואס דאס איז אסור פאר א בן נח ביז קבלת התורה, קומט אויס אז אברהם אבינו האט א דין פון א בן נח וואלט ער דאך נישט געטארט טרינקען קיין מילך פון א לעבעדיגע בהמה, און דאך זעען מיר אז אברהם אבינו האט יא געטרונקען מילעך פון א לעבעדיגע בהמה, מוז מען זאגן אז ער האט זיך געהאלטן פאר א בן ישראל, און יעצט מעג ער שוין טרינקען מילך פון א לעבעדיגע בהמה,
קומט אויס אז א"א האט אנגענומען די תורה נישט נאר לחומרא נאר אויך לקולא, און מ'קען נישט זאגען אז דאס איז געווען חלב שחיטה, וואס דאס איז מותר אפילו פאר א בן נח, ווייל ביי חלב שחיטה דארף מען נישט ווארטן, און אונז זעהן מיר אז ער האט יא געווארט, מוז זיין אז דאס איז געווען חלב חי, וואס ביי דעם דארף מען יא ווארטן, נאר מען דארף פארשטיין פארוואס האט אברהם אבינו נישט א דין ווי א בן נח אפילו לקולא?
נאר די גמרא זאגט אז א עבד וואס איז חציו עבד און חציו בן חורין, אז ער איז פריי פון איין הער און נישט פון די צווייטע הער, מעג שחט'ן דעם קרבן פסח, וויבאלד ער וועט דאך באפרייט ווערן האט ער א דין ווי א בן חורין.
ממילא די זעלבע זאך דא אז וויבאלד די יודען זענען עתיד מקבל צו זיין די תורה איז מען שוין פריער באטראכט ווי א בן ישראל.
פרעגט תוספות פארוואס ווען איינער הרג'עט א חציו עבד און חציו בן חורין דארף מען געבן פארן הער שלושים שקלים, מען וואלט דאך געדארפט געבען פאר די משפחה ווייל ער איז דאך אזוי ווי א בן חורין?
ענפטערט תוס' ביי א קרבן פסח וועט ער דאך לעתיד באפרייט ווערן, אבער אויב ער איז שוין געשטארבען וועט ער שוין קיינמאל נישט ווערן קיין בן חורין, וועגען דעם דארף מען געבען פארן הער די שלושים שקלים.
יעצט השי"ת האט געזאגט פאר די מלאכים לא זו הוא שירדתם אצלו, איז ער נישט די מענטש וואס איר האט אראפ גענידערט צו איהם און איר האט געגעסן בשר בחלב, וואס דאס איז אסור פאר א בן נח, און נאר וועגען דעם איז עס מותר, ווייל די יודען זענען עתיד מקבל צו זיין די תורה, און אויב דו וועסט נישט לאזען די יודען מקבל זיין די תורה דעמאלטס קומט אויס אז עטס האטס עובר געווען אויף דעם איסור פון בשר בחלב, ממילא מוזטו לאזען די יודען מקבל זיין די תורה.
יעצט האט הקב"ה געזאגט צו משה בזכות אברהם ניתנה תורה נאר בזכות אברהם ווייל ער האט געגעבן צו עסן מיליכיגס פאר די מלאכים, יעצט קענען די מלאכים נישט האבען טענות צו דיר, ממילא נאר בזכות אברהם ניתנה תורה, וועגן דעם עסט מען מילכיגס כדי צו דערמאנען אז דורך מילכיגס איז די תורה געגעבן געווארן.
(ייטב פנים)
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4500
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: קרעפל פשעטלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

שיינע פשעטליך לכבוד יו"ט
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: קרעפל פשעטלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

הערליך שיין!
באמת א שכח פארן מיט טיילן!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”