איינע פון די שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסטן פון היינט נאכט איז די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין קאלעראדא, ווי צווי רעפובליקאנער קאנדידאטן פארמעסטן זיך צו לויפן קעגן קאלעראדא סענעטאר מייקל בענעט (ד) אין נאוועמבער.
- דזשאו אדיע - ער איז די מער מאדערעט קאנדידאט - רעפובליקאנער האפן אז ער וועט געווינען.
- סטעיט רעפיזענטעטיוו ראן הענקס - א שטארק רעכטע קאנסערוועטיווער - גלייבט אז טראמפ האט געוואונען די 2020 וואלן.
- - -
א אנקעטע פון א חודש צוריק האט געוויזן אז אדיע איז שטארק פאראויס, אבער ווי מען הערט פונעם פעלד איז די פארמעסט געווארן אסאך שמעלער אין די לעצטע פאר טעג.
דעמאקראטן האבן לויט באריכטן אריינגעגאסן איבער 10 מיליאן דאלער אין די לעצטע חודש פאר ריקלאמעס אין שטיצע פון הענקס.
זיי האפן אז הענקס זאל היינט נאכט זיגן צו קענען האבן א גרינגע פעלד אין נאוועמבער.