ברוכים הבאים לפארום החדש

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ברוכים הבאים לפארום החדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב פר' נצבים תשס"ח לפ"ק

לכבוד אלע חשובע מעמבערס פון אידישע וועלט פארומס בכלל, ובפרט די חשובע מיטגלידער פון די תורה'דיגע אפטיילונגען, באי בית מדרשינו וחברי קהילתנו כל אחד בשמו ובניקו הטוב יבורך.

מיט גרויס פרייד שטעלן מיר פאר דעם נייעם פארום 'ועל פליטת בית סופריהם' וועלכע איז נאך א רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט פון ערליכע און תוכנ'פולע פארומס אויפן ברייטן וועב וואו היימישע אידן קענען אריינקומען און שמועסן צווישן זיך אויף א פריינטליכען און פרידליכען פארנעם איבער תורה'דיגע ענינים און סיפורי ותולדות צדיקים.

נאך די געוואלדיגע הצלחה פון דעם 'אוצר הספרים' וועלכע האט ארויסגערופען צופרידנהייט ביי אלע מיטגלידער און חברים איז אויפגעקומען דער געדאנק פון שאפן א באזונדער פלאץ ארומצורעדן איבער 'ספרים וסופרים' סיי אלטע און אויך די נייע ספרים וועלכע ערשיינען טעגליך לאור עולם, א מקום וואו חברי עדתינו זאלן קענען איבערגעבן זייערע מיינונגען און באמערקונגען. נאכדעם וואס האט זיך שוין אנגעזאמלט גענוג חומר אינעם פארום 'ידיעות התורה' פון די ענינים און אויפן פארלאנג פון חשובע חברים, ווי אויך מיט די נייע לאקאציע וועלכע האט געעפנט נאך מעגליכקייטן אויף פארשידענע געביטן, איז בהסכמת ההנהלה נחלט געווארן צו שאפן דעם לאנג ערווארטעטן פארום.

עס איז צום האפן אז דער עולם וועט זיין צופרידן פונעם נייעם אפטיילונג וואו די ביז היצטיגע אחראים אויפן 'אוצר' וועלן ווייטער פארוואלטן אויף די ווירטשאפט פונעם פלאץ, ומכאן הקריאה יוצאת אויב זעהט איינער א זאך הדבר תיקון אדער סיי וועלכע הערה איבער די ניהול וסידור האוצר והפארום, זיך נישט צו פוילן נאר מקיים זיין דעם אל תמנע טוב זיך ווענדנדיג צו די אחראים אדער חברי ההנהלה, ובעזרת השם נעשה ונצליח.

אויך איז וויכטיג צו דערמאנען אז דער ציהל פונעם פלאץ איז צו האלטן א ריינער אטמאספערע בלי שום נדנוד של איסור חלילה או דברים שאין רוח חכמים נוחה הימנו, ממילא ווען עס קומט צו 'ביקורת ספרים' קען זיך אמאל מאכן אז איינער איז נישט איינשטימיג מיט א מחבר ספר אדער מיט זיינע דיעות, ברויך מען זייער נזהר זיין נישט צו נוצן קיין פערזענליכע אטאקעס אדער לשונות וואס קען אויסזעהן נישט עפ"י תורה ודרך ארץ, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

דא איז אויך דאס פלאץ אויסצודריקען א דאנק פארן חשובען ארענדאר דער אנפירער פון 'אידישע וועלט' ואתו עמו חברי ההנהלה החשובים אשר יום ולילה לא ישבותו, זיי געבן זיך אוועק בלב ונפש בלי ליאות פאר די הצלחה פונעם פלאץ וואס א דאנק זייער איבערגעגעבנקייט איז זיך ב"ה צוואקסן אזא ערליכע און אויסגעהאלטענע פלאץ אסאך בעסער און אסאך שענער ווי סיי ווער האט זיך נאר געקענט פארשטעלן, ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.

איך וועל מסיים זיין בברכת כתיבה וחתימה טובה, תחל שנת תשס"ט וברכותיה, ובמהרה נזכה לראות בשמחתן של ישראל בהתרוממות 'קרן התורה' בביאת גואל צדק בב"א.

כו"ח פה לשכת הספרים שע"י אידישע וועלט יצ"ו
בשם ההנהלה
הק' יעקב דוב בהגרג"פ מיללער
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע:עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

יישר כח גדול און הצלחה רבה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

תהא שנת ספרים טובים

הערצליכן דאנק הרב מיללער פאר די געניטע ווירטשאפט אין אלע פארומס וואס געפונען זיך אונטער אייער אויפזיכט.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

זייער א גוטע געדאנק, זאל עס זיין מיט פול הצלחה און סייעתא דשמיא.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יגדיל תורה ויאדיר.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מ'קען עפענען דא א נייע אשכול???
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שאץ מאץ האט געשריבן: מ'קען עפענען דא א נייע אשכול???
זיכער!
דאס איז געווען דער גאנצע ציל פון ציטיילען, צי ערפילען וואס די האסט מעורר געווען און דיין בקשה.
the SCY is the limit
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

יא, אבער געב א קוק, סאיז נישט דא די אפציע צו עפענען א נייער אשכול דא!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שמערי,
אז מעגייט צים הויפט בלעטעל פונעם פארום, דארט איז דא א קנעפעל נייע אשכול
אטעטשמענטס
k1.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קען זיין אז איר אחראים האט צוטריט דערצו, אבער מיר פשוט'ע אידן....:oops::cry:
אטעטשמענטס
123.JPG
123.JPG (21.07 KiB) געזען 14999 מאל
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שמערי איז גערעכט. העמיר זען וואס מ'קען טון דערוועגן.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך מיין אז יעצט דארף עס שוין צו גיין.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

יא א דאנק, ס'גייט שוין ב"ה.
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע:נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

וואו איז דא א אשכל פון אידישע היסטאריע? איך גלייך עס
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קאמפיוטער,
אין היימישע קרעטשמע' איז דא עטליכע אשכולות איבער היסטאריע, דא רעדט מען איבער ספרים וסופרים.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

כהיום איז דא זכור ימות עולם, מען באדארף עס ווען איין מעלדן דעם מבקש.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך לייג דא איבער א חלק פון א תגובה וואס איך האב געשריבען אין איין אשכול, לאור פון די פארמערטע שאלות ותשובות אין די רובריקען פון עה"צ און עפב"ס, וואו מאנכע קומען אריין און ווילען ווערן געהאלפן בענינים שונים, דורך דיבוק חברים און צוות החכמים, מאכט זיך אמאל אז די שאלה ווערט נישט געפרעגט ריכטיג, אדער אז די חכמי הפורום שפירען אז דער מענטש איז נישט דא נושא ונותן צו זיין אויף וועג פון ונתנו וואס גייט הין-נ'-צוריק, נאר וויפיל מ'קען ארויסשלעפן פון די גוטהארציגקייטן פון די חברים.

אזעלכע זאכן מאכט שוואך אז אנדערע זאלן וועלן העלפן, און דאס איז א שאדן פאר באים אחריו. לאור הנ"ל האב איך גהאט אפגעשריבען אין די שנעלעקייט, די פאלגנדע 'טיפס' און אנדערע הבן מיר געבעטן עס צו לייגען אין א אשכול וואס איז מיוחד פאר עצות און טיפס, שטעל איך עס דא איבער, וישמע חכם ויוסיף לקח.

-
כדי אז א שאלה אדער באהאנדלונג זאל באקומען די בעסטע רעזולטאטן אין א פאבליק פארום, וואו אידן מיט מדות מוזהבות זענען גרייט צו העלפן שלא עמלק"פ, זענען פארהאן עטליכע טיפס:

1. ארויסשרייבען ווי מער אינפארמאציע וואס מ'ווייסט יאאון ווי מער אינפארמאציע איבער וואס מען וויל וויסען

2. שטעלן די שאלה אינעם ריכטיגען אשכול- די טבע פון א מענטש איז אז ער גלייכט צו ליינען זאכן מיט א סדר און ער וויל קענען צוריקגיין זוכען אין אלטע מקומות אויב האט מען אמאל דן געווען דערינען, אויב איז די התחלה אינעם נישט ריכטיגען מקום, פארלירט עס די חשק מגיב צו זיין און דן זיין דערינען אויס מורא אז די תגובות וועלן פארלוירן ווערן בתהום הנשיה.

3. נישט אויסנוצען און אביוזען די גאלעדענע מדות- די תוה"ק זאגט שוין עזוב תעזוב עמועס זענען דא אסאך וואס ווילען העלפן און זענען גערן מסכים אז די אנטיקען-הענדלער און אנדערע אינטערעסע-געטריבענע מענטשן זאלן נהנה זיין פון זייער גוטהארציגקייט, אבער קיינער וויל נישט שפירען אז ער ווערט 'אביוזד', עטליכע דוגמאות פון אביוז:
א. 'וואו קען איך טרעפן א ספר מיטן נאמען 'עלים למבחן'?- דער פרעגער האט ניטאמאל געזוכט אויף גוגל אדער היברו-בוקס וואס ער דארף נישט בלויז אריינלייגן דעם שם הספר און ער איז א געהאלפענער, אנשטאט האט ער דאך דא א שטאב מיט ארבייטער, דאס איז פשוט נישט שיין, מען דארף צייגען אז מ'זוכט כאטש און מ'איז גרייט צו זוכען אויב ווייסט מען וואו און וויאזוי צו זוכען, ויגעת מצאת תאמין.
ב. ווער איז געווען 'אב"ד הוידא-פישפאש פאר די קריג?'- קומט א גוטהארציגער פארשוין און גיט אים א לינק פון יזכור-בוך פון די שטאט הוידא-פישפאש, דער שואל פוילט זיך נישט און ער פרעגט צוריק 'וואס שטייט דארט איבער דעם געזוכטען רב?' איך מיין אז יעדער פארשטייט אז דער שואל הנכבד קען יעצט באשטיין אז דער גאלדענער איד זאל אדורכמישען עטליכע הונדערט בלעטער פונעם יזכור בוך, סעיווען די עטליכע בלעטער וואו מען רעדט פונעם רב, און אויב פעלט אויס זאל ער עס מעתיק זיין ככתבו וכלדשונו, דערווייל וועט דער שואל הנכבד ליינען דעם 'מי מנוחות'.... זיי מוחל, עזוב תעזוב עמו.
ג. שיקען אן אישית 'אפשר עפנט איר אן אשכול איבער ר' פרץ איישישקין פון גראדנא?'זאג נאר, איך בין דיין משרת? דו ווייסט נישט וויאזוי מען עפנט אשכולות? ברויכסט הילף, זייער גערן, אבער זיי מוחל און לייג צו א האנט.
וכהנה רבות.

4. הכרת הטוב- איינער האט אייך געהאלפן, זייט מכיר טובה, גיט אים א יישר-כח, זאגט וואו דאס איז אייך צוניץ געקומען און וויאזוי די אינפארמאציע האט אייך געהאלפן, שוינט נישט קיין קאמפלימענטארן, קיינער דא איז נישט פון גומי און יעדעם שמעקט אז זיין הארעוואניע האט געברענגט רעזולטאטן, דאס איז א-ב פון גוטע מדות, און עס ברעגנט חשק ווייטער צו העלפן.

-

יעדער איז מכובד צוצולייגען נאך טיפס
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

יפה דיברת, אבער דן צו זיין לכף זכות, לאמיר אנכאפן דיין דוגמא איינס - ביז אפאר חדשים צירוק און אפילו יעצט טאמער וויל איך זיכען א זעלטענע ספר, וועל איך זיין אזוי פארלוירן אז מ'טאנטץ דא אריין און מען ווערט גלייך געהאלפן

(די חלק דאכט זיכמיר איז מיר נאכנישט געווען נוגע, אבער אנדערע חלקים ביסטו אויך גערעכט ממילא ריף איך זיך אן)

אז מ'רעדט שוין א דאנק פאר די אלע ארבעט וואס די געסט אוועק פאר אונזער וועלטעל צו האלטען די ניווא הויעך, אן די תורה חלק וואלטן די אנדערע חלקים נישט געקענט פארן אזוי שוין, ברכת הדיוט - יתברכו מעשיך!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”