אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

קאנסטראקשן, פלאמבינג און עלעקטריק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Brand Name Lighting
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:33 pm
פארבינד זיך:

אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brand Name Lighting »

א גיטן אלע טייערע חבירים.

מיר גייען דא באשרייבן א שיינע ארטיקל מיט אינטערסאנטע ידיעות און די נושא פון לייטינג און אלעס ארום.

איעדער איינער זעט קלאר ווי די וועלט טוישט זיך גאר שנעל און אלע אינדוסטריס, און ליכטיגקייט (lighting בלע"ז) איז נישט קיין אויסנאם. מען גיין אין ביהמ"ד און מען זעט אלעס טוישט זיך צו LED Lighting. אבער מען קען ווערן זייער צומישט. וואס, ווען און וויאזוי. און עס איז איצט געווארן אסאך מער וויכטיג צו פארשטיין, ווייל די פעדעראלע גאווערמאנט האט ארויסגעגעבן א נייע געזעץ אז ביז גאר בקרוב וועט מען מער נישט מעגן פראדערצירן, און דערנאך פארקויפן די געהעריגע לייט באלבס.

איצטער איז אזוי: די אלטע סיסטעם פון לייט באלבס איז געווען גאר פשוט וואס איעדער קינד האט פארשטאנען. עס איז געווען א הונדערט וואט באלב. דאס האט מען געלייגט אין די גרויסע שטוב. עס איז געווען א 75 וואט וואס מען האט געלייגט אין טוילעט. און א 25 וואט באלב וואס מען האט געלייגט אין נאכט לאמפען. עס איז געווען א געהעריגע סייז באלב, א טשענדעלאר באלב מיט א נייט לייט באלב. עס איז אויך געווען אביסעלע ספעשעלטי באלב, ווי פאר פרידזידערש, אוויווענעס, וכו'. אבער אלעס גאנץ פשוט. דאן איז געקומען די פלורעסענט באלבס. אביסעלע מער קאמפלאצירט, אבער נישט געפערליך. איצט איז געקומען די LED Light Bulbs און LED Light Fixtures וואס קומט שוין בכלל נישט מיט קיין באלבס. קומט א אינגערמאן אהיים, און די ווייב שרייט אויף אים, "איך וויל נישט מער א טונקעלע דיינונג רום פאר נאך א מינוט", מען מוז שוין טוישן אלעס בעפאר פסח! דער אינגערמאן גייט אריבער צו האום דיפאו, און ער ווייסט נישט ווי אהנצוהייבען. עס איז דא אזויפיהל זאכן צו וויסן און ער קוקט ווי דער האן אין בני אדם.

דעריבער: וועלען מיר שרייבן דא לעקציעס וואס מיינט lighting בכלל, אן LED בפרט. מיר וועלען באשרייבן די פאלגענדע און נאך באגריפן, און איר וועט ווערן א lighting expert גאר שנעל און לכה"פ פארשטיין וואס איר ווילט. איר וועט ריפן אן עלעקטרישען, וועט איר קענען אים זאגן וואס איר פארלאנג, און נאך בעסער, אויב זענט איר אביסל הענדי, וועט איר קענען אליינס אלעס טוהן פאר גאר ביליג:
Lumens: The amount of light

Color Temperature די קאליר פון ליכטיגקייט

CRI

Bulb Sizes

The basics of downlights, spotlights, etc

Retrofit, Remodeling and New Construction Downlights for your home

Light Fixtures for your home or business

Outdoor Lighting

:Light Switches, Dimmers and Controls
מיר וועלן באשרייבן איין נושא אויף אמאל. און אדרבא, אויב האט איר עפעס קשיות אויף וואס איר ווילט מיר זאלן שרייבן אדער קלארשטעלן, דאן לאט אונז וויסן.
לעצט פארראכטן דורך Brand Name Lighting אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 10:44 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 24091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

סובסקרייבד
וועט מיך אסאך צוניץ קומען
שכח
א שמחת תמיד...

וואו איז ישראל הלוי?
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

בוקמארקד.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

בוקמארקד.
איך האב מיך אסאך געמוטשעט מיט דעם און איך בין נאך אלס נישט קלאר דערין.

ווארט מיר אויפן המשך
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

hi welcome and thank you.

I'm interesting why when a buy a bulb what I see on the box it's for 10 years after 6 months I need to buy a new ?

2 why the lest 5 years is everywhere so lighting it's wasn't before .

Thank you.
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
Brand Name Lighting
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:33 pm
פארבינד זיך:

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brand Name Lighting »

בעפאר מיר הייבן אן מיט אונזערע לעקציעס, וויך איך שרייבן נאך עפעס וואס איך האב פארגעסן.
The Lighting Facts Label וואס ליגט אויף אלע נייע לייט באלבס, און עס טוט פאר לייטינג, בערך וואס די Nutrition Facts Label טוט פאר עסן.

די Lighting Facts label געט פאר מענטשען וואס קויפען לייטס, די אינפארמאציע וועגען די energy efficiency פון די לייט באלבס. עס האט די שטארקייט פון די ליכטיגקייט אין Lumens (נישט אין וואטס! וואס גייט זיין אונזער ערשטע לעקציע), וויפיל עס וועט קאסטן אין עלעקטריק, די לעבען פון די לייט באלב, און וואטס (וויפיל עלעטריק עס נוצט). עס וועט אויך האבן די light appearance פון די באלב (ווי שטארק געל, ווייס, וכו' ווי אויך די קלארקייט פון די ליכטיגקייט), אלעס וואס מיר וועלען אי"ה שיין באשרייבן.

דא האט איר examples פון די Lighting Facts Labels:
Lighting Facts Label mandated by the FTC sample.jpg
Lighting Facts Label mandated by the FTC sample.jpg (29.86 KiB) געזען 2540 מאל
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

זייער אינטערעסאנט און נוצבארע אינפארמאציע

איך האב געזוכט א שוואכע night bulb dimmable איך האב שוין געקויפט 2 סארטן און עס פליקערט נאכאלץ ווען מען מאכט עס דים

האפענטליך וועל איך אין דיזן אשכול קלאר ווערן וואס איך דארף קוקן ביים קויפן

יישר כח
געדענקען צו פארגעסן
Brand Name Lighting
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:33 pm
פארבינד זיך:

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brand Name Lighting »

=======================================================
ערשטע לעקציע:
לומענס Lumens, די מאס פון ליכטיגקייט
=======================================================

וואס איז לומענס?

אין די פארגאנגעהייט, ווען מען האט געוואלט קויפן א לייט באלב, און מען האט געוואלט מעסטען ווי שטארק עס איז, האט מען געקוקט אויף וואטס. למשל: א 100 וואט לייט באלב איז געווען א שטארקע ליכטיגקייט. א 75 וואט איז געווען שוואכער, א.א.וו. בקיצור, מען האט גאמאסטען די ליכטיגקייט, לויט וויפיהל עלעקטריקדי לייט באלב האט גענוצט.

היינטיגע צייטן מעסט מען לקעטער אויף אסאך א בעסערע וועג. מען קוקט וויפיהל לומענס די לייט באלב אדער לייט פיקטשער געט ארויס. לומענס מיינט די מאס פון "ליכטיגקייט" וואס א לייט באלב געט ארויס, נישט וויפיהל לעקטער עס נוצט. א גיטע באלב אדער לייט פיקטשער, וועט האבן מער לומענס פער וואט. די קונץ איז, ווי מער לומענס פער וואט. אפאר יאר צירוק, ווען LED Light Bulbs זענען ארויסגעקומען, איז 60 אדער 70 וואטס פער לומען געהייסן גוט. היינט דארף מען פראבירן צו באקומען כאטש 100 לומענס פער וואט. עס איז דא פארשידענע גאווערמענט און פרייוואטע ארגאנאזאציעס וואס מעסטען ווי גוט א לייט באלב איז, און זיי האבן רעגולאציעס וואס מיינט Energy Efficient. היום הזה, תשפ"ב, וועט א גיטע לייט באלב האבן אזוי סאך ווי 140 lumens per watt, אדער מער.

דא האט איר אביסל אן idea וויפיל לומענס מען דארף, ווען מען טוט פארגלייכן לומענס צו די אלטע וואטס סיסטעם:

- צו טוישן א אלטע אינקאנעסענט 100 וואט באלב, וועט איר דארפן א 1600 לומען לעד באלב
- צו טוישן א אלטע אינקאנעסענט 75 וואט באלב, וועט איר דארפן א 1100 לומען לעד באלב
- צו טוישן א אלטע אינקאנעסענט 60 וואט באלב, וועט איר דארפן א 800 לומען לעד באלב
- צו טוישן א אלטע אינקאנעסענט 40 וואט באלב, וועט איר דארפן א 450 לומען לעד באלב
LED Lumens chart compared to older lighting.jpg
LED Lumens chart compared to older lighting.jpg (85.14 KiB) געזען 2339 מאל
היינט מאכט מען שוין פארטיגע לייט פיקטשערס וואס האבן די LED אריינגעבויט, און מען לייגט נישט אריין קיין לייט באלבס. דאס נוצט מען בעיקר אין פעקטאריס, אפיסעס, בתי מדרשים וכדומה. די אלע לייט פיקטשערס וועלען האבן די לומענס אויפען באקס. די לומענס וועט זאגן די טאטעל לומענס פאר די לייט פיקטשערס.

עס איז אינטערסאנט אהנצומערקן, אז אין די אלגעמיינע מארקעט, מאכט מען נישט אזאלכע שטארקע לייט באלבס אדער לייט פיקטשערס. למשל, רוב 4 אינטשיגע downlights וועלען זיין מערסטענס 800 לומענס. און רוב טשילאר באלבס וועלען זיין מערסטענס 400 לומענס (דאס איז שוין אסאך). אין נישט אידישע הייזער, לייגט מען טונקעלע לעקטער, און אין אלע בעסערע הייזער וועלען האבן דימערס אריינגעבויעט. איך שטעל מיך פאר אז זיי דארפן דאס, ווייל זיי קוקן אסאך טעלעוויזיע. אבער ביים היימישען אידישען עולם, וויל מען יא שטערקערע לעקטער. עס איז דא צוויי היימישע מאניופעקטשערס וואס מאכן טאקע שטערקערע לייט באלבס, ווי אויך ספאט לייטס און Flat Panel Light Fixtures פאר שולן, מיט א סאך העכערע לומענס ווי די אלגעמיינע מארקעט. זיי זענען די באקאנטע היימישע קאמפאניס Luxriteאון Goodlite.

צום שלוס פון די לעקציע:
פאר איר קויפט נייע LED Light Bulbs אדער Light Fixtures, דארפט איר קודם אפמאכן וויפיל לומענס איר דארפט. דאן מאכט זיכער אז איר קויפט די לומענס וואס נוצט די ווייניגסטע עלעקטריק. עס איז גוט מען זאל קויפן א לייט באלב אדער פיקטשער וואס איז DLC Qualified אדער Energy Star rated. פון ווי זאלט איר וויסן וויפיל לומענס איר דארפט? מיר האפן צו האבן א ספעציעלע לעקציע דערפאר בלי נדר אי"ה.

מיר ווילן אויפמארקזאם מאכן אז מאנכע מיינען אז שטערקערע לייטס אדער לייט באלבס זענען מער ווייס, און שוואכערע זענען מער געל. אבער דאס איז א טעות. ווייס וועט טאקע אויסזעהן שטערקער, אבער די מאס פון לומענס האט נישט צוטוהן מיט די " קאליר" פון די ליכטיגקייט. און דאס וועלען מיר טאקע באשרייבן אין די קומענדיגע לעקציע: די קאליר פון לייטס, גערופן און די lighting industry קאלער טעמפוטער און מען מעסט עס אין קעלווינס...
לעצט פארראכטן דורך Brand Name Lighting אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 9:44 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אינפארמאטיווע לעקציעס!

מיר ליינען מיט דארשט! גיי אן!
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע:עפעס א פלאץ

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

קוקט אויס אינטערעסאנט לאמיר האפן עס זאל אריינגיין אינעם שרייבער. (אויב קומט עס נאך ארויס...)
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

latter האט געשריבן:
hi welcome and thank you.

I'm interesting why when a buy a bulb what I see on the box it's for 10 years after 6 months I need to buy a new ?

Thank you.
בדרך כלל שטייט אויף די באקס אז עס איז פאר 10 יאר אויב מען ניצט עס נאר פאר צוויי דריי שעה א טאג.
Brand Name Lighting
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:33 pm
פארבינד זיך:

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brand Name Lighting »

עפעס א מענטש האט געשריבן:
קוקט אויס אינטערעסאנט לאמיר האפן עס זאל אריינגיין אינעם שרייבער. (אויב קומט עס נאך ארויס...)
הא? ביטע גיב צו פארשטיין וואס איר מיינט.

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
latter האט געשריבן:
hi welcome and thank you.

I'm interesting why when a buy a bulb what I see on the box it's for 10 years after 6 months I need to buy a new ?

Thank you.
בדרך כלל שטייט אויף די באקס אז עס איז פאר 10 יאר אויב מען ניצט עס נאר פאר צוויי דריי שעה א טאג.
אמת. נישט אלע brands וועלן דאס שרייבן, אבער די life פון א לייט באלב איז based on average use of 3 hours per day.
די סיבה איר דארפט קויפן נאך איינס נאך 6 חדשים, איז ווייל עס איז נישט א גיטע brand. מען דארף פראבירן קויפן פון גוטע קאמפאניס וואס האבן א גיטע warranty. ביטע באמערקט, אז מען דארף ביידע. א גיטע וואראנטי אליינס איז נישט גענוג. ווייל אויב איר קויפט עפעס א Chinese offbrand קען עס האבן א 10 יעריגע וואראנטי, אבער עס איז גארנישט ווערד אויב איר קענט נישט קאנטאקטען די קאמפאני. די קאמפאניס גייען ארויס פון ביזנעס בעפאר איר דארפט אפילו די ווארענטי.

אמאל זענען די גיטע ברענדס געווען זייער טייער. היינט קען מען קויפן די בעסטע באלבס פאר אוטער 2-3 דאלאר. פילעמענט באלבס זענען טייערער. די גיטע ברענדס זענען:
Sylvania
Feit וואס די בעלי בתים זענען Aaron און Toby Feit פון קאליפארניע, מסתמא פרומע אידן. די ברענד פארקויפט זיך גאר אסאך אין קאסטקא.
Bulbrite
Westinghouse Lighting
Satco
Philips
Luxrite היימישע פרומע חסידישע בעלי בתים
Goodlite היימישע פרומע חסידישע בעלי בתים

ועוד... דאס זענען קאמפאניס יארן אין די ביזנעס וואס טוען שטארק בעקען זייערע פראדוקטען מיט גיטע ווארענטיס.
לעצט פארראכטן דורך Brand Name Lighting אום זונטאג יולי 03, 2022 8:48 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע:עפעס א פלאץ

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

Brand Name Lighting האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:
קוקט אויס אינטערעסאנט לאמיר האפן עס זאל אריינגיין אינעם שרייבער. (אויב קומט עס נאך ארויס...)
הא? ביטע גיב צו פארשטיין וואס איר מיינט.
הא! גיב א קוק דעם פארום!

דאס איז די לעצטע וואס איז ארויסגעקומען

https://bit.ly/shreiber45
Brand Name Lighting
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:33 pm
פארבינד זיך:

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brand Name Lighting »

עפעס א מענטש האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:
Brand Name Lighting האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:
קוקט אויס אינטערעסאנט לאמיר האפן עס זאל אריינגיין אינעם שרייבער. (אויב קומט עס נאך ארויס...)
הא? ביטע גיב צו פארשטיין וואס איר מיינט.
הא! גיב א קוק דעם פארום!
דאס איז די לעצטע וואס איז ארויסגעקומען

https://bit.ly/shreiber45
ישר כח! זייער אינטערסאנט...
Brand Name Lighting
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:33 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brand Name Lighting »

=======================================================
צווייטע לעקציע:
די קאליר פון ליכטיגקייט Color Temperature
=======================================================

בילד

איך בין דא נייע, קען איינער מיר העלפען וויאזוי צו לייגן א בילד און אייוועלט זאל עס נישט מאכן גרעסער ווי די ארגינאלע סייז? די בילד אויבען איז נישט קלאר, ווייל עס ווערט גרעסער ווי די עכטע סייז.

וואס איז CCT?
CCT (Correlated Color Temperature) איז א וועג וויאזוי מען מעסט ווי שטארק איז די געלקייט אדער בלויקייט פון א לייט באלב. ווי נידריגע די נומבער, איז עס מער א ווארימער קאליר. ווי העכער, ווערט די קאליר מער געל, און דערנאך מער ווייס, אן דערנאך בלוי. מען מעסט עס אין קעלווינס. עס הייבט זיך אן ביי זייער שטארק געל, אפילו מער orange אדער רויטליך, אפשר אין ענגליש, וואלט מען עס אנגערופן די קאליר וואס הייסט Amber. דערנאך וועט עס גיין צו שטארק געל, נארמאל געל, מער ווייס און דערנאך גאר ווייס און אפילו בלוי (דומה לרקיע), וואס איז אזוי ווי טאגליך daylight.

דא קענט איר זען וויאזוי די גאנצע mood און אויסקוק פון א די זעלבע צומער טוישט זיך, לויט די קאליר פון די light bulbs. איך וויל נאכאמאל אויפמארקזאם מאכן, אז די חילוק פון די 3 בילדער איז נישט אין די שטארקייט פון די ליכטיגקייט. אלע האבן די זעלבע מאס ליכטיגקייט. די חילוק איז נאר אין די קאליר פון די light bulbs אדער light fixtures:

בילד

איז וואס איז א גיטע קאליר?

עס איז זייער שווער צו ענטפערן די קשיא. איך זאג אייביג, וואס איז א גיטע וויין? איינער זאגט רויט, איינער זאגט ווייס, און איינער זאגט גאר א ראוזע. איינער זאגט טריקען און איינער זאגט זיס. און איך זאג, א גיטע וויין, איז די וויין וואס איר האט ליעב. די זעלבע מיט לייטס. איינער האט מער ליעב געל, און איינער גאר ווייס. איך קום נישט דא אייך איינצורעדן וואס איר זאלט ליעב האבן. איך קום אבער יא זאגן צוויי זאכן: 1) מען זאל וויסן אז לייטס קומען אין פארשידענע קאלירן, עס איז ממש פון די basics אין lighting. ממילא, וועט מען וויסן וואס מען וויל. אויב ווילט איר א גיטע שטארקע לייט פאר א work surface, זאלט איר נישט קויפן קיין גאר שטארקע געלע לייט. איר וועט פשוט וויסן אויף וואס איר דארפט זיכן. און 2) עס איז דא standards in lighting וועלכע קאליר הייסט מער ambient למשל פאר א ליווינג רום, און וועלכע הייסט מער א בעסערע קאליר פאר ארבייט, וכדומה.

פארוואס האב איך געמאכט די גאנצע הקדמה? ווייל אויב וועט איר האבן א דיזיינער וואס האט נישט קיין אידישע טעם, און ער וועט מחליט זיין אז איר דארפט אין אייער נייע קאך לייגן נייע light fixtures מיט א CCT פון 2700, זאלט איר וויסן אז אפשר וועט איר עס נישט ליעב האבן. יא, און א upscale kitchen פון א גרויסע עושר, וואס קאכט קיינמאל נישט, און נוצט די קאך נאר צו סערווירן איבערגאווארעמטע עסן, און צו entertain געסט, איז עס אפשר גוט.

א מעשה: איך האב א ידיד, וואס רופט מיך אן, אז ער האט געקויפט און אינסטאלירט נייע שטארקע ספאט לייטס אין זיין גאנצע הויז, מיט א CCT פון 5,000k, וואס איז גאר ווייס, ממש ווי טאגליכט. און ער פרייד זיך גאר שטארק, אז ממש, עס זעט אויס ווי ער האט געקויפט א ברענד נייע הויז, בלויז פון טוישן די ספאט לייטס... און עס איז אמת... לויט זיין טעם און געשמאק... איך האב אים געזאגט אז איך מיין אז ער האט געטוישט זיין הויז צו איין גרויסע operating room... אבער דאס איז לויט מיין taste.

און אז איך האב שוין געזאגט די מעשה, איז גוט ארויסצומענען דערפון: lighting איז גאר א וויכטיגע זאך אין לעבען. און מען קען נעמען אן אלטע הויז, און מיטן בלויז טוישן צו נייע light bulbs, און נייע spot lights, טוט מען ממש איבערטוישן צו א נייע געשמאקע הויז.

CCT לויט די פלאץ

נאכן שרייבן אונזערע פריעדיגע הקדמה אז עס איז דא פארשידענע קאלירן פון ליכטיגקייט, און אז איעדער זאל אליינס באשטימען וואס ער האט ליעב, וועלען מיר דאך באשרייבן די basics וואס איז אנגענומען אין די lighting industry און ביי designers, וואס פאר א CCT צו נוצן, לויט די space and room וואס מען וויל באלייכטן.

רעסטוראנטען:

מערסטע רעסטוראנטען ווילן א נידריגערע CCT אין די range פון 1800K to 2700K צו מאכן א גיטע ambiance and mood. די קאלירן געבען וואס מען רופט אי ענגליש א friendly intimate vibe וואס איז ענדליך צו די קאליר פון א פייער אין א fireplace. א מער מאדערענע רעסטוראנט, וועט מסתמא וועלן וויניגער געל, לאמיר זאגן 3000k, וואס איז מער א soft and pleasing ווייסע light, אבער נאך אלטץ געל.

בילד

הייזער, אנדערע צימערן, דארפן אנדערע CCT ליכטיגקייט:

אין בעדרומס און ליווינג רומס, קומט אין די CCT range פון 2700k. אין kitchens, וואס איז מער א פלאץ ווי מען טוט ארבייט ווי קאכן, קומט מער אין די 5000k. אין די לעצטע יארן איז די קאליר 4000k געווארן אסאך מער popular פאר kitchens וכדומה, פאר די וועלכע האלטן אז 5000k איז צו שטארק ווייס, אבער ווילן דאך נישט קיין געל. 4000k איז שוין נישט געל, אבער נישט "זייער שטארק" ווייס. אני לכשעצמי האלט זייער שטארק פון די קאליר. אין טוילעטס לייגט מען געווענדליך אין די 2700K-3500K range פארשטייט זיך לויט ווער דער דיזיינער איז. 3500k איז די בעסטע ביים שפיגל פונעם vanity, וואס איז גיטע task lighting אין איז זייער א גיטע פונקט פאר נאטורליכע ליכטיגקייט.

דא האט איר א kitchen מיט 5000k lighting, א אידישן טעם!

דא האט איר א kitchen מיט טונקעלע קאלירן lighting. איך מיין אז איר וועט מסכים זיין מיט מיר אז עס האט נישט קיין אידישן טעם...
בילד

איצט אז איר ווייסט שוין וואס מיינט קאליר, וועט איר מסתם פרעגן, וויאזוי האלטן lighting distributors אזויפיל מיני לייטס אין סטאק? לאמיר זאגן א פשוטער פיר אינטשיגע ספאט לייט, א זייער פאפולער סייז. דארפט דאך איעדער lighting showroom האלטן אין סטאק אין כאטש פינעף קאלירן?! און טאקע ביז נישט לאנג צירוק, האט מען טאקע געהאט פון איעדע פאפולער אייטעם פארשידענע variations. למשל סטענדערט לומענס און high לומענס, ווי אויך אין די מערסטע באנוצטע קאלירן, ווי 2700k - 3000k - 4000k 5000k. קומט אויס אז דער דיסטריביוטער האט געמוזט האלטן גאר אסאך אינווענטארי, ווי אויך דער קאסטומער האט געמוזט אפמאכן זיין mind וואס ער קויפט. אבער אין די לעצטע פאר יאר איז ארויסגעקומען א נייע זאך. כמעט אלע נייע LED Light Fixtures זענען וואס מען רופט CCT Selectable. דאס מיינט אז די light fixtures האבן א קליינע סוויטש, און מען קען טוישן אפאר קאלירן. דאס האט אויפגעטוהן צוויי זאכן. דער דיסטריביוטער דארף נאך סטאקן איין מין פון איעדע סטייל, און דער קאסטומער קען אפמאכן בשעת מען installed עס וואס פאר א קאליר ער וויל. ער קען אפילו טוישן אהין און צירוק בשעת מעשה צו זען וועלכע צייגט (לייכט) די בעסטע.

מיר אין אונזער וועירהאוז, טוען מיר טאקע סטאקען היום הזה רוב פראדוקטען אין CCT Selectable אפציעס. עס איז היינט געווארן א סטענדערט פראדוקט און נישט כמעט מער טייער.
לעצט פארראכטן דורך Brand Name Lighting אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 10:40 pm, פארראכטן געווארן 12 מאל.
יאנקי
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 8:56 pm

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקי »

Sunlight is a good company?
Brand Name Lighting
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 7:33 pm
פארבינד זיך:

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brand Name Lighting »

מיר האבן גענדיגט די צווייטע לעקציע:
די קאליר פון ליכטיגקייט Color Temperature.
פריוואט
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:36 pm

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריוואט »

זייער גוט געשריבן
We want more
אוועטאר
פירסט ריספאנדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 06, 2022 11:20 am

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירסט ריספאנדער »

פריוואט האט געשריבן:
זייער גוט געשריבן
We want more
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

פריוואט האט געשריבן:
זייער גוט געשריבן
We want more
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

מ׳האמיר געהאלטן אפן די טעב זינט June, און הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען… זייער אינפארמאטיוו און נוצבאר.
געשריבן קלאר און געשמאק! יישר כח.
ווען קומט ווייטער?
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
פריוואט האט געשריבן:
זייער גוט געשריבן
We want more
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: אלעס וואס איר ווילט וויסן וועגען LED Light Bulbs & Light Fixtures

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

וואס איז שיין פאר א ביהמ״ד סוכה? (lighting)
שרייב תגובה

צוריק צו “קאנסטראקשן”