Re: אסיפת נשים צדקניות אין קרית יואל -סאטמאר מהר"א- ליל כ"ו אב תשפ"ב
אזוי?פ' לך לך האט געשריבן:כ'האב באמערקט א נקודה, דער רבי האט נישט דערמאנט קיין ווארט פאר די נשים כשירות וצניעות אז מען זאל זיך נאכמער פארבעסערןאון מוסיף זיין גדרים וסייגים, כאטש אז וועט אוודאי עושה רושם זיין, און כ'גלייב אז ס'וועט יעצט ווערן א ווינט ביי די נשים צדקנות זיך צו מחזק זיין און פארבעסערן, און אפילו די וואס גייען בצניעות וועלן זוכן ארויפגיין א שטאפל, ווי אויסטוהן שייטלען וכו', די עסקנים וועלן לכאורה קאמפיינען דערפאר, ס'איז זייער חשוב, און הלואי זאל דאס מצליח זיין - אבער דער רבי מצדו האט זיך געהאלטן צו די ליניע פון ארויסברענגן קלאר און דייטליך וואס ס'איז 'אסור', און ווידערהאלן נאכמאמאל און נאכאמאל די חומר הענין פון משנה זיין מדרכי אבות ואמהות.
איך האב מורא אז איר האט די דרשה נישט אויסגעהערט.