נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

היות דער 'שרייבער' אויסגאבע איז נישט ארויסגעקומען, און דער נייעס איז שוין געווען אנגעגרייט, קענען די ליינער כאטש הנאה האבן דערפון דא.
מען בעט אז ווער עס קען זאל עס מאכן פאר א פי די עף פאר די וואס ווילן עס ארויס פרינטן.
א דאנק פאר @enjoy פאר זיין שווערע ארבעט דאס צאמצוברענגן.

א פרייליכן שבת



אמעריקאנע נייעס
א העליקאפטער וועלכע איז גענוצט געווארן ביי די וויעטנאמע קריג, האט געקראכט ביי א צוזאמקום פון היסטארישע עירקרעפט ליבהאבער אין וועסט ווירדזשיניע, אומברענגענדיג 6 מענטשן.
*
מישיגען גאווערנאר גרעטשען וויטמער (ד) האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן אויפן פראגע אויב זי וואלט געוואלט אז ביידען זאל לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024.

רעפובליקאנער פירער אין קאנגרעס קעווין מעקארטי (ר) איז עטליכע מאל געפרעגט געווארן אויב ער וואלט אינדארסירט טראמפ נאך אין די פריימערי'ס אויב טראמפ לויפט פאר פרעזידענט אין 2024, אויף וואס מעקארטי האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן.
*
שיקאגא האט געמאלדן א סעריע פאליסי טוישונגען אין ליכט פון עטליכע אינצידענטן אין וועלכע די פאלציי האט פאטאל דערשאסן יוגנטליכע נאך א געיעג.

די פאליציי וועט מער נישט מעגן נאכיאגן פארדעכטיגטע פארן בלויז אוועקלויפן ווען אפיצירן ערשיינען אויפן סצענע זיי אויסצופרעגן.

אויך אויף קלענערע סארט פארברעכנס וועלן אפיצירן נישט מעגן נאכלויפן אריינגערעכנט זיין אנגעטרונקן אין פובליק, אומלעגאלע פארקינג און דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס.
פאליציי וועט אויך מער נישט זיין ערלויבט צוצופארן מיט א שנעלקייט צו א פארזאמלונג פון מענטשן וואו זיי פארדעכטיגן אז עס קומען פאר אומלעגאלע אקטיוויטעטן.
*
סאוט קעראליינע דעמאקראטישע גאווערנאר נאמעני דזשאו קאנענגהעם (ד) זאגט אין אן אינטערוויא אז ער האלט אז ביידען זאל נישט לויפן פאר ווידערוויילונג.
*
די קאמפיין פון טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט (ר) האט רעזערווירט נאנט צו 3 מיליאן דאלער ווערד רעקלאמעס וואס וועט לויפן אין ספאנישע נעטווארקס איבערן סטעיט.
*
די סופרים קאורט האט געאורטיילט מיט 1-8 אז צפון קאראליינע געזעצגעבער קענען אינטערווענירן אין געריכט צו באשוצן די וויילער אידענטיפיקאציע געזעץ וועלכע זיי האבן באשטעטיגט. (דער דעמאקראטישע גאווערנאר איז נישט נייגעריג עס צו פארטיידיגן).

ריכטער גארסוטש האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און ריכטערין סאטאמאיאר פאר די מינאריטעט.
*
ליוזיאנא סענאטאר ביל קעסידי (ר) שלאגט פאר א ביל וועלכע וועט צוטיילן א 10 יאר טורמע אין צוגאב פון א 10 טויזנט דאלער שטראף פאר סופרים קאורט ליעקער.

די ביל וועט אויך פארלאנגען פון די רעגירונג צו קאנפיסקירן סיי וועלכע פארדינסטן פון אזלעכע וואס האבן פארדינט אויפן ליעק, אריינגערעכנט די פארשפרייטן אין די דזשורנאליסטישע וועלט.

סענאטארן רוביא און הייד-סמיט זענען שוין ארויסגעקומען אין שטיצע.
*
די פענטאגאן האט געמאלדן אז מייקל בלומבערג וועט זיך אנשליסן אין א באורד ועלכע גיבט זעלבסשטענדיגע ראט פארן פענטאגאן ווען עס קומט צו אינאוואציע און טעכנאלאגישע מעגליכקייטן.
*
אנטיסעמיטיזם אמבאסאדאר פרוי ליפשטאדט וועט קומענדיגע וואך אפרייזן צו די מיטל מזרח ראיאן.

זי וועט באזוכן אין מדנ"י, סאודי אראביע און די עמיראטן.
*
די FDA פלאנט צו פארלאנגען פון טאבאקא פירמעס צו פארמינערן די צאל ניקאטין וואס ווערט אריינגעלייגט אין ציגארעטלעך, אין א פרואוו עס צו מאכן ווייניגער אדיקטיוו.
*
פרעזידענט ביידען: "מיר דארפן מער געלט צו פלאנירן פאר א צווייטע פאנדעמיק, עס וועט זיין א צווייטע פאנדעמיק, מיר דארפן טראכטן פאראויס".
*
די עיר פארס האט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט אן אמעריקאנער מיליטערמאן אין פארבינדונג מיט די אטאקע אין אפריל אויף אן אמעריקאנער באזע אין סיריע, וועלכע האט פארוואונדעט 4 זעלנער.

די מיליטער האט קודם פארדעכטיגט אז די אטאקע איז געווען א לופט אטאקע דורכגעפירט דורך מיליציעס, אבער האט שפעטער געמאלדן אז זיי פארדעכטיגן אז דאס איז געווען אן אינעווייניגסטע סאבאטאזש אקציע.
*
די פעדעראלע דיסטריקט אטוירני פאר די פלארידע צפון דיסטריקט'ס אפיס האט געמאלדן אז א גרענד דזשורי האט אנקלאגט דעם געוועזענעם דעמאקראטישער מעיאר פון טאלאהאסי, ענדרו גילאם, און נאך איינע פון זיינע איינגעשטעלטע אויף 21 קלאגעס פון קאנספירירן און אדורכפירן שווינדל, און פאר'ן ליגנט זאגן פאר פעדעראלע באאמטע צווישן די יארן 2016 און 2019, דורכאויס וועלכע זיי האבן ארויסגעשווינדלט פון די פאנדן וואס ער האט אויפגעטריבן דורכ'ן עס דירעקטירן צו א פריוואטע קאמפאני, פון וואו ער האט עס דערנאך ארויסגענומען פארמאסקירט אלס פעיראל צאלונגען.

גילאם, האט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריערע אלס אן אויפגייענדער שטערן אין די דעמאקראטישע פארטיי, און איז אין 2018 געלאפן פאר גאווערנאר פון פלארידע אלס דער דעמאקראט, און האט שמאל פארלוירן די פארמעסט קעגן גאווערנאר דיסענטיס, אבער האט אנגעהויבן פארלירן זיין גלאנץ אין 2020 ווען ער איז אריינגעדרייט געווארן אין א שמוציגע סקאנדאל, און האט זיך דאן ארויסגעצויגן פון פאליטיק, און איצט שטייט ער אויס א מאקסימום פון 45 יאר אין טורמע.
*
סאוט דעקאטע סטעיט סענאט האט געשטימט צו באשולדיגן דעם ארטיגער אטוירני דזשענעראל, דזשעיסאן ראבנסבורג, אויף 2 אימפיטשמענט קלאגעס און דערמיט אים ארויסגעווארפן פון זיין שטעלע.

דאס קומט צוליב אנקלאגעס איבער א פאטאלע עקסידענט וואס ער האט פאראורזאכט אין 2020 אבער האט פארלאזט די סצענע, אנגעבנדיג שפעטער אז ער האט געמיינט אז ער האט אראפגעקלאפט א הערש, אבער ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט ער זיכער יא געוואוסט אז עס איז געווען א מענטש.
ער איז געווארן איבערגענומען דורך מארק ווארגא, וואס האט אנגעפירט מיט די אויספארשונג פאר די אימפיטשמענט, וואס וועט דינען אויפן אמט ביז דער געווינער פון די נאוועמבער עלעקשנס וועט אריינקומען אום יאנאוואר.
*
די FDA איז ערווארטעט צו פארבאטן די עלעקטראנישע ציגארעטלעך פירמע Juul צו פארקויפן אירע פראדוקטן אין אמעריקע. דאס קומט נאך א לענגערע איבערזיכט, און טויזענטער אנקלאגעס קעגן די פירמע אז זייערע פראדוקטן און מארקעטינג טאקטיקן כאפן אריין די אינגווארג אין ניקאטין.
א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט צייטווייליג בלאקירט די פארבאט וואס די FDA האט ארויפגעלייגט אויף Juul צו פארקויפן זייערע פראדוקטן אין אמעריקע.
*
די FDA האט געמאלדן אז זיי פארשן אויס א פרישע באריכט וואס זיי האבן ערהאלטן דעם מאנאט, איבער א בעיבי וואס איז געשטארבן אין יאנאוואר נאכן נעמען בעיבי פארמולע פון די פירמע אבבאט.

דאס קומט נאך וואס איינע פון די פירמע'ס גרעסטע פארבריקן איז אפגעשלאסן געווארן דורך די אגענטור אין פעברואר, נאכ'ן געפונען א געװיסע טויטליכע באקטעריע אין די פראדוקטן פון וואס עטליכע קינדער זענען אומגעקומען, אבער איז צוריק געעפנט געווארן אין מאי אונטער אן אפמאך מיט די אגענטור אין ליכט פון די מאנגל אין פאָרמולע אין אמעריקע.
*
דער אָוואַלדי סקול דיסטריקט פאליציי טשיף, וועלכער איז געווען פאראנטווארטליך פאר די פאליצייאישע רעאקציע צו די שוידערליכע שולע שיסעריי, איז געשטעלט געווארן אויף אדמינסטראטיווע אורלויב, אין ליכט פון גאר שטארקע קריטיק און מערערע אויספארשונגען איבער די שרעקליכע פאליצייאישע רעאקציע צו די שיסעריי.
*
א ניו יארקער מאן וועלכער איז שוין 122 מאל ארעסטירט געווארן, 50 מאל דאס יאר אליינס, איז ווידעראמאל פריי געלאזט געווארן נאכן ארעסטירט ווערן פאר געשעפטן רויבעריי, א דאנק די ניו יארקער בעיל רעפארם געזעצן.

דער פראגרעסיווער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני ברעג האט געזאגט אז ער וואלט ווען געוואלט פארלאנגען אים צו האלטן אונטער גראטעס כאטש ביז'ן פראצעס אבער זיינע הענט זענען געווען געבינדען.

לויט'ן געזעץ קענען נישט פראקורארן פארלאנגען צו האלטן פארלעצער אונטער ארעסט אן בעיל, נאר אויב עס זענען דא נאך אנדערע אקטיווע קעיסעס קעגן דעם פערזאן.
*
די FBI האט דורכגעפירט א זוכעריי אויף די ווירדזשיניע היים פון געוועזענער יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער דזשעפרי קלארק, וועמען טראמפ האט געוואלט שטעלן אלס אטורני דזשענעראל, און האט געהאט אן אקטיווער טייל אין די טראמפ אויספארשונגען איבער די 2020 פרעזידענטליכע וואלן.
*
מאסן זענען געווען פארזאמלט אינדרויסן פון די סופרים קאורט געביידע, נאך וואס דער סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן זייער אורטייל אויף א גאר פראמינענטע פראגע, איבערדרייענדיג די פרעצעדענט פון ביז יעצט. טייל סעלעברירן די אורטייל, און טייל דעמאנסטרירן דערקעגן.
*
פרעזידענט ביידען האט אדרעסירט דעם פאלק און דערקלערט אז די סופרים קאורט האט אוועקגענומען א קאנסטיטוציאנאלע רעכט פון אמעריקע.

"עס איז א טרויעריגע טאג פאר די געריכט און פארן לאנד", האט ער געזאגט.

ביי זיין רעדע האט ער גערופן אז די דעמאנסטראציעס זאלן זיין פרידליך, זאגנדיג אז געוואלדטאטן איז נישט אקצעפטירבאר, נישט קיין חילוק וואס.

אויך האט דער פרעזידענט באשולדיגט טראמפ, זאגנדיג אז די 3 טראמפ באשטימטע ריכטער זענען די שולדיגע אין דעם אורטייל, און האט געזאגט אז דאס וועט זיין אויפן בעלאט ביי די קומענדיגע וואלן.
*
די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע האט דערקלערט אז די מאנקיפאקס ווירוס אויסברוך איז דערווייל נישט קיין גלאבאלע געזונטהייט עמערדזשענסי.
*
די uss sioux city - lcs 11 איז אנגעקומען צום פארט אין באכריין יוני 25 פארענדיגנדיג א 10,000 מייל נסיעה.
*
די מיליטערישע קאמפעני SK GROUP האט ארויסגעשטעלט א נייע מין קעמרא וואס זעהט דורך ווענט.
*
ווייניגסטנס 5 מענטשן זענען אומגעקומען, און ארום 500 פארוואונדעט, ווען האלצערנע פלאטפארמעס אין א סטאדיום איז צוזאמעגעפאלן אין קאלאמביע.
*
רודי זשוליאני איז אטאקירט געווארן דורך אן ארבעטער אין א שאפ-רייט געשעפט אין סטעטן איילענד, ביים ארומגיין קאמפיינען מיט זיין זון ענדרו זשוליאני וועלכער לויפט אין די רעפובליקאנער פריימעריס פאר גאווערנאר אין ניו יארק.
*
אן עמטרעק באן האט אריינגעקראכט אין א קאר אין קאליפארניע, אומברענגנדיג 3 מענטשן, און קריטיש פארוואונדעט נאך 2, אריינגערעכנט א קינד.
*
א ניו יארק סטעיט סופרים קאורט ריכטער האט געאורטיילט אז די פרישע ניו יארק סיטי געזעץ וועלכע לאזט נישט-בירגער שטימען אין לאקאלע וואלן, פארלעצט די ניו יארקע קאנסטיטוציע.
*
די סיטי האט אנאנסירט אז די לאנג פארשלעפטע ארבעט אויף די BQE צווישן עטלענטיק עוועניו און סענדס סטריט, וואס געוועזענע מעיאר דיבלאזיא האט אפגעשטופט, וועט זיך ענדליך אנהייבן אין מערץ פון קומעדיגע יאר. דאס וועט שיקן א געשאצטע 153,000 טרעקלעך צו זייטיגע גאסן דורכאויס די נאכט שעות ווען די שאסיי וועט זיין פארשפארט.
*
ניו יארק'ע גאווארנאר האוקול האט אונטערגעשריבן א ביל וואס לאזט די ספיד קעמעראס אפערירן 24/7, אנדערש פון די ביז יעצטיגע 6:00 אינדערפרי ביז 10:00 ביינאכט.
*
א באריכט גיב אן אין א ווארענונג צו די דעמאקראטן, אז אין די לעצטע יאר האבן איבער א מיליאן וויילער געטוישט צו די רעפובליקאנער פארטיי, אין 43 שטאטן דורכאויס אמעריקע.
*
אן עמטרעק באן אין מיזורי מיט ארום 243 פאסאזשירן איז אראפגעפארן פון די שינעס און זיך איבערגעדרייט, נאך וואס עס האט אריינגעקראכט אין א טראק.

אויטאריטעטן באשטעטיגן אז 4 מענטשן זענען אומגעקומען, 3 מענטשן וועלכע זענען געווען אין די באן, און איינער פון די טראק מיט וועלכע די באן האט זיך צוזאמגעקראכט.
*
די אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט א לופט אטאקע אין סיריע, צילנדיג אבו האמזא אל יאמאני, פון די פירער פון אן אל קאידא אפיליאירטע טעראריסטישע גרופע.
*
די CDC האט געמאלדן אז זיי האבן אקטיוויזירט זייער עמערדזשענסי אפעראציע צענטער, אין רעאקציע צו די מאנקיפאקס ווירוס אויפשטייג אין אמעריקע, מיט איבער 200 באשטעטיגטע פעלער אין לאנד.
*
א מאן פון פלארידע איז ארעסטירט געווארן נאך וואס זיין 8 יעריג אינגל האט געטראפן זיין אנגעלאדענטע ביקס אין א מאטעל צימער, און פאטאל דערשאסן זיין 1 יעריגע שטיף שוועסטער, און פארוואונדעט איר 2 יעריגע שוועסטער.
*
מידטורם וואלן נייעס
בייז בלוט בלעזלט שוין פאר א לענגערע צייט צווישן ניו יארק רעפובליקאנע קאנגרעספרוי עליסא סטעפאניק און דער פארזיצער פון די רעפובליקאנע סטעיט פארטיי ניק לענגווארטי און עס קומט אצינד אלץ מער צום אויבערפלאך.

די באציאונגען צווישן די צוויי איז געווארן מער געשפאנט מיט עטליכע מאנאטן צוריק, ווען לענגווארטי האט אינדארסירט לי זעלדין פאר גאווערנאר, אין די צייט וואס סטעפאניק האט נאך געהאט געקלערט זעלבסט אריינצושפרונגען אין די גאווערנאר פארמעסט.

די שטימונג איז בלויז ערגער געווארן ווען לענגווארטי האט געשטופט קאנגרעסמאן קריס דזשעיקאבס צו רעטייערן צוליב זיין שטיצע פאר א פארבאט אויף סעמי אויטאמאטישע געווער.

לענגווארטי זעלבסט האט געמאלדן אז ער גייט לויפן אויף די דזשעיקאבס זיץ, אבער סטעפאניק - זייענדיג בייז דערויף -האט קורצליך דערויף אינדארסירט קארל פאלאדינא פאר דעם זיץ.

אצינד איז געקומען די רייע אויף לענגווארטי צו דערלאנגען די קומענדיגע פאטש, און זיין פאליטישע דירעקטאר פאר די סטעיט פארטיי האט בלאקירט סטעפאניק'ס גרופע צוטריט צו סטעיט פארטיי פאנדרעיזינג און וויילער קאנטאקט דאטא.

סטעפאניק וועלכע איז פון די רעפובליקאנע פירערשאפט אין קאנגרעס, האט זיכער געמאכט אז די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמיטע אינטערווענירט און מאכט זיכער צוריקצושטעלן איר צוטריט צו די אינפארמאציע.

אצינד איז געווען די רייע אויף סטעפאניק צו מאכן די קומענדיגע טריט אויפן שאך ברעטל, און אירע מענטשן האט פארגעשלאגן אז די נאציאנאלע קאמיטע זאל אויפהערן צו שיקן געלט פאר די סטעיט פארטיי צו באצאלן פאר שטאב, נאר ליבערשט רעקרוטירן ניו יארק באזירטע נאציאנאלע קאמיטע שטאב איינגעשטעלטע צו טון די ארבעט.

א ווארטזאגער פאר די נאציאנאלע קאמיטע האט געזוכט אויסצומיידן צו אדרעסירן די שטרייט, און בלויז קאמענטירט אז די קאמיטע ארבעט האנט ביי האנט מיט סטעפאניק און לענגווארטי, און א ווארטזאגער פאר די סטעיט פארטיי האט קאמענטירט אז לענגווארטי איז נאנט אליאירט מיט די נאציאנאלע קאמיטע און מיט אלע ערוויילטע רעפובליקאנער און נישט דערמאנט ספעציפיש סטעפאניק.
*
אין די אלאבאמא סענאט פריימערי וואו קעטי בריט האט געואונען, האט איר אפאענט קאנגרעסמאן מא ברוקס געגעבן א גאר ביטערע קאנצעסיע רעדע אין וועלכע ער האט קאנגראטולירט די דעמאקראטישע קאנדידאט (לויט זיין באצייכענונג) בריט פארן געוואונען אין די רעפובליקאנע פריימערי, און געזאגט אז אצינד פארמאגן דעמאקראטן צוויי קאנדידאטן אויפן טיקעט אריינגייענדיג אין די אלגעמיינע וואלן.
*
פאליטיקא באריכטעט אז טראמפ האט נישט קיין פראבלעם צו אינדארסירן פלארידא גאווערנאר דיסענטאס וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג, אבער ער וויל אז דיסענטאס זאל אים עס בעטן.

דערווייל איז נישט געקומען קיין שום פארלאנג פון דיסענטאס איבער א טראמפ אינדארסירונג.
*
אין א צייכן ווי שוואך זי גלייבט אין איר ווידערוויילונג שאנסן, הערט מען אז וויאמינג קאנגרעספרוי ליז טשעיני (ר) שיקט ארום צו דעמאקראטן אין וויאמינג אינסטראקציעס ווי אזוי זיך צו רעגעסטרירן פון דעמאקראטן צו רעפובליקאנער, אזוי צו קענען שטימען פאר איר אין די רעפובליקאנער פריימערי.

איר קעגענער די טראמפ אינדארסירטע העריט העגמאן שטייט שטארק פאראויס אין אלע אנקעטעס.
*
א רעפובליקאנער סטעיט סענאט קאנדידאט פון ראוד איילענד, דזשיענן לוגאו, אן ארטיגער פאליציאנט, איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט אטאקירט זיין דעמאקראטישער אפאנענט פארן זעלבן זיץ, ביי א פראטעסט קעגן די סופרים קאורט אורטייל.

לוגאו איז געשטעלט געווארן אויף אדמינסטראטיווע אורלויב פון זיין פאליציי אמט, און א קרימינאלע אויספארשונג איז געעפענט געווארן. אויך האט ער געמאלדן אז ער שטעלט אפ זיין קאמפיין פארן סטעיט סענאט זיץ.
*
רעפובליקאנער סענאט נאמעני אין פענסילוועניע דר' מעמאט אז האט לעצטענס געזאגט אין א אינטערוויו אז ער האט באקומען די אינדארסירונג פון אלע זיינע רעפובליקאנער פריימערי קעגענער.

רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט קעטי בארנעט איז ארויסגעקומען זאגן: ניין, איך האב נישט אינדארסירט דר' אז, און ער ווייסט דאס.

זי זאגט אז זי וועט מעגליך אינדארסירן דר' אז נענטער צו די וואלן, אבער דערווייל האט זי נאך אסאך פראבלעמען מיט זיין קאנדידאטור.

בארנעט האט אנגעצויגן 25% אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין פענסילוועניע.
*
פארגאנגענע וואכן זענען אפגעהאלטן געווארן נאך א רייע פריימערי וואלן אין עטליכע שטאטן איבער'ן לאנד; אין אלאבאמא, דזשארדזשיע, וואשינגטאן DC, ווירדזשיניע, ניו יארק, אילינוי, מיסיסיפי, קאלאראדא, אקלעהאמע און יוטא.

אט איז א רעזולטאטן באריכט איבער די מערסט פראמינענטע פארמעסטן.

אין אלאבאמא אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי ראנ-אף האט קעיטי בריט, די קאנדידאט וועמען טראמפ האט אינדארסירט אין די לעצטע טעג, געוואונען און באזיגט קאנגרעסמאן מאו ברוקס, וועלכער האט פון אנהייב געהאט טראמפ'ס אינדארסירונג, אבער האט עס שפעטער פארלוירן און אריינגעהויבן גאר שארפע קריטיק פון טראמפ וואס האט אונטערגעברענגט זיינע שאנסן.

- -

אין דזשארדזשיע, אין די 2'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קריס וועסט, א לויער און אפיציר אין די ארטיגע נעשאנעל גארד, געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי ראנ-אף פארמעסט, באזיגנדיג דזשערמי האָנט וועלכער האט געשפענדעט אויף די פארמעסט 10 מאל אזויפיל ווי אים, און ערהאלטן שטארקע אינדארסירונגען פון פראמינענטע קאנסערוואטיווע פיגורן איבער'ן לאנד. טראמפ האט נישט אפיציעל אינדארסירט אין די פארמעסט.

אין די 10'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אן ארטיגער ביזנעסמאן מייק קאלינס געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט, באזיגנדיג דעם טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט סטעיט רעפרעזענטעטיוו ווערנאן דזשאונס, וועלכער איז ערשט געלאפן קעגן גאווערנאר קעמפ אין די פריימעריס אלס דער טראמפ לאיאלער קאנדידאט, אבער האט זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט ווען דעיוויד פערדוא איז אריינגעקומען. די פארמעסט איז גאר נאענט באַאָבאכט געווארן דורך פאליטישע אנאליטיקער צוליב וואס עס איז געווען די ערשטע און אנזעבארע קאמף צווישן טראמפ און זיין געוועזענער פריינד גאווערנאר קעמפ וועלכער האט געגעבן זיין אויסדרוקליכע שטיצע פאר קאלינס.

אין די 6'סטע דיסטריקט'ס רעפובליקאנער פריימערי ראנ-אף פארמעסט האט ריטש מעקקארמיק, אן ארטיגער עמערדזשענסי רום דאקטער, געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג דעם טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט דזשעיק עווענס.

- -

אין ווירדזשיניע'ס 2'טע דיסטריקט האט סטעיט סענאטאר דזשען קיגענס געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט, באזיגנדיג די אנדערע 3 קאנדידאטן אריינגערעכנט דזשעראום בעל, דער רעכטער קאנדידאט מיט שטיצע פון די מער עקסטרעמע פליגל ווי גענעראל פלין און ענליכס. קיגענס וועלכע האט געהאט די שטיצע פון רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע פירער, וועט לויפן קעגן די דעמאקראטישע אמטירנדע קאנגרעספרוי אילעין לאריע אין די אלגעמיינע וואלן.

אין די 7'טע דיסטריקט רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט האט יעסלי וועגא, סופערווייזער פון וויליאם קאונטי, געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג די איבריגע 5 קאנדידאטן, אריינגערעכנט 2 גאר שטארקע קאנסערוואטיווע קאנדידאטן. זי וועט לויפן אין די אלגעמיינע וואלן קעגן די דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אביגיל ספענבערגער, און די פארמעסט ציהט אויפמערקזאמקייט צוליב וואס אויך נאך וואס די דיסטריקט איז געווארן מער דעמאקראטיש געשטימט נאך די לעצטע דיסטריקט מאפע טויש, שיינט די פארמעסט צו זיין גאר א שווערע, מיט שאנסן פאר רעפובליקאנער עס איבערצונעמען.

אין אילינוי, אין די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר גאווערנאר, האט דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט, א סטעיט סענאטאר, דערען בעילי, געוואונען די נאמינאציע, און וועט לויפן אנטקעגן דעם אמטירנדער דעמאקראטישער גאווערנאר פריצקער אין די אלגעמיינע וואלן.

אילינוי האט פארלוירן א קאנגרעס זיץ אין די לעצטע ציילונג און דעריבער האבן אמטירנדע קאנגרעס מיטגלידער פון 2 געוועזענע דיסטריקטן זיך פארמאסטן אין איין דיסטריקט.

אויף די דעמאקראטישע זייט האט זיך עס אויסגעשפילט אין די 6'טע דיסטריקט וואו קאנגרעסמאן שאן קעסטען, דער מעסיגער קאנדידאט אין די פארמעסט, האט גאר ברייט געוואונען און באזיגט זיין קאָלעגע/קעגענער קאנגרעספרוי מאריע ניומאן. דאס איז נאך א קלאפ פאר די פראגרעסיווע פליגל אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי צו וועלכע ניומאן טוט זיך אנגעהערן.

אויף די רעפובליקאנער זייט, אין 15'טע דיסטריקט, האט קאנגרעספרוי מערי מילער, די טראמפ אינדארסירטע קאנדידאט, ברייט געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג קאנגרעסמאן ראדני דעיוויס. טראמפ האט אינדארסירט מילער נאך אין יאנואר אבער האט זיך מער ווייניגער אפגעהאלטן פון אטאקירן דעיוויס, וועלכער ווערט באטראכט ווי איינע פון די געלונגענסטע פאליטישע קעפ אין קאנגרעס און האט נישט געפירט קיין קריג מיט טראמפ.

--

אין קאלאראדא זענען פארגעקומען פריימעריס ווי איבעראל, אבער וואס ציט נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט איז דאס אז א רייע שטארק רעכטע קאנדידאטן האבן פארלוירן.

די קאנדידאט פאר סעקרעטערי אוו סטעיט, טינא פיטערס, האט מיאוס פארלוירן די פארמעסט און אריינגעקומען נאר אין דריטן פלאץ, און אנשטאט איר האט פאם ענדערסאן, געוואונען די נאמינאציע אריינגעקומענדיג אין ערשטן פלאץ.

אזוי אויך האט גרעג לופעז, דער קאנדידאט פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר גאווערנאר אין די סטעיט, פארלוירן די פארמעסט צו האַידי גאנאל.

אין די ארטיגע 3'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קאנגרעספרוי לארען באובערט געוואונען איר פריימערי פארמעסט קעגן אן ארטיגער סטעיט רעפרעזענטעטיוו דאן קורעם.

---

אין אקלעהאמע האט דזשענטנער דראָממאָנד, געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר אטוירני דזשענעראל, באזיגנדיג דעם אמטירנדער אטוירני דזשענעראל דזשאן אוקאננאר, וועלכער איז אריינגעשטעלט געווארן אין אמט מיט א יאר צוריק דורכ'ן ארטיגער גאווערנאר, נאך וואס דער דעמאלט'דיגער אטוירני דזשענעראל האט רעזיגנירט. דראָממאָנד איז שוין געלאפן פאר די אמט אין 2018 אבער האט דאן פארלוירן.

--

אין מיסיסיפי איז פארגעקומען 2 רעפובליקאנער ראנ-אף פארמעסטן.

אין די 4'טע דיסטריקט האט קאנגרעסמאן סטיווען פאלאזא, וועלכער איז אריינגעקומען אין ערשטן פלאץ ביים ערשטן רונדע, פארלוירן די פארמעסט צו א לאנגיעריגער לאקאלער שעריף, מייק עזעל. פאלאזא ווערט געפלאגט פון א קאנגרעסיאנאלע עטיקס אויספארשונג איבער די אומגעזעצליכע באנוץ פון קאמפיין פאנדס.

אין די 3'טע דיסטריקט האט קאנגרעסמאן מייקל געסט געוואונען די ראנ-אף און באזיגט מייקל קאסידי, וועלכער איז אין די ערשטע רונדע אריינגעקומען אין ערשטן פלאץ, אבער ווען עס איז ארויפגעשווימען געוויסע פראגרעסיווע פאליסיס פארוואס קאסידי האט אגיטירט אין די פארגאנגענהייט, האט עס געסט אויסגענוצט צוריקצוכאפן מאמענטום און זיגן אין די 2'טע רונדע. געסט האט אין מאי פארגאנגענע יאר געשטימט צו אוועקשטעלן די יאנואר 6 קאמיטע עפעס וואס האט שטארק אויפגעברויזט ארטיגע רעפובליקאנער און האט עם שיעור געקאסט זיין זיץ.

נייעס פון קאנגרעס און סענאט
סענעטאר ווארנער (ד) איז סקעפטיש איבער א פעדעראלע גאז שטייער האלידעי.
ווארנער: איך וויל צו ערשט זען עפעס דאטא פון די סטעיטס וועלכע האבן עס פרובירט, און קוקן אויב עס האט עכט אויסגעמאכט און ערנסט רעדוצירט גאז פרייזן.
*
סענעטאר קרעמער'ס (ר) רעכטע האנט איז שווער פארוואונדעט געווארן ביים דורכפירן ארבעט אין זיין הויף און מען וועט מעגליך מוזן באזייטיגן א פינגער ל"ע.
*
קאנגרעס האט מיט 234-193 דורכגעפירט די גאן זיכערהייט ביל וואס איז דורך אין סענאט. און געווארן אינטערגעשריבן דורך די פרעזידענט.
*
פריש ערוויילטע רעפובליקאנער קאנגרעספרוי פון טעקסאס, מעירא פלארעס זאגט, אז הויז ספיקערין נענסי פעלאוסי האט געשטופט איר טאכטער ביים כאפן א בילד לעצטע וואך.

א ווארטזאגער פאר פעלאוסי זאגט, אז פעלאוסי האט פרובירט זיכער צו מאכן אז דאס קינד איז נישט פארשטעלט אונטער איר אין די בילדער.
*
געוועזענער קאנגרעסמאן דזשעף פארטענבערי (ר) פון נעבראסקא איז פאראורטיילט געווארן צו 2 יאר פראבעישן, און א געלט שטראף פון $25,000, נאכן געפונען ווערן שולדיג אין ליגענט זאגן פאר פעדעראלע אגענטן איבער אויסלענדישע באשטייערונגען צו זיין קאמפיין.
*

פרעזידענט ביידען
הויכע ביידען אדמיניסטראציע באאמטע זענען שטילערהייט געפארן קיין ווענעזועלע, אין א לעצטערע פרואוו צוריק אויפצובויען די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, אין די צייט פון שטייגענדע געז פרייזן.
*
פרישע רעקארדירונג פון א וואויסמעיל וואס פרעזידענט ביידען האט געלאזט פאר זיין זון האנטער דעצעמבער 2018, צייגט אנגעבליך אז דער פרעזידענט האט דיסקוסירט מיט זיין זון זיינע אויסלענדישע געשעפטן מיט א כינעזע קרימינאל, טראץ דעם וואס ביידען האט עס מערערע מאל געלייקנט.

די וואויסמעיל באציעט זיך צו אן ארטיקל וואס איז דאן געווען פובליצירט אינעם טיימס, וואס רעדט איבער האנטערס געשעפטן מיט דעם כינעזע קרימינאל.
*

יאנואר 6 קאמיטע
א וואשינגטאן פאוסט באריכט זאגט אז אלע מיטגלידער פון די יאנואר 6 קאמיטע וועלן ווארשיינליך באקומען ספעציעלע פארשטערקערטע זיכערהייט שיצונג, אין ליכט פון אן אויפשטייג פון סטראשונגען אויף זיי אין די לעצטע פאר טעג.
*
דאנערשטאג האט די יאנואר 6 קאמיטע אויפגעדעקט ביי זייער פובליק היערינג אז 6 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט, סקאט פערי, מעט געטץ, מו בראקס, לואי גאמערט, ענדי ביגס און מארדזשארי טעילאר גרין האבן געבעטן אז טראמפ זאל זיי געבן פארדאנס נאך די יאנואר 6 אומרוען. (האלטנדיג אז די דעמאקראטן וועלן נוצן דעם יוסטיץ אפטיילונג צו פארפאלגן אלע וועלכע האבן ארויסגעהאלפן טראמפ, אזוי ווי זיי האבן דאס שוין געטון אין דער פארגאנגנהייט ביי די ראשע קאלוזשען האוקס).
*
האטשיסאן, א געוועזענע געהילף פאר מעדאוס, וועלכע האט אויפגעטרעטן פאר די יאנואר 6 קאמיטע, האט אראפגעמאלן א בילד וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין יענע טעג אינעם ווייסן הויז.

צווישן אנדערע האט זי געזאגט אז טראמפ האט געוואלט גיין צום קעפיטאל געביידע בשעת די אומרוען, און ווען דער סיקרעט סערוויס אגענט וועלכער האט געדרייווט די קאר האט אים געזאגט אז מען גייט נישט, האט ער פיזיש פרובירט צו דרייען דעם רעדל, און זיך געשלאגן אז מען זאל יא גיין.

אויך האט זי געזאגט אז ווען טראמפ האט געהערט פון דאן אטורני דזשענעראל ביל בארר אז עס איז נישט געווען קיין פעלשונגען, האט ער געווארפן זיין לאנטש אויף די וואנט, און זי האט עס געהאלפן אויפרוימען.

אויך האט זי געזאגט אז איר אויבערהאר מארק מעדאוס האט געבעטן א פרעזידענטליכע פארדאן פון טראמפ נאך די אומרוען.

א באריכט גיבט אבער אן אז ביידע סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע זענען געווען אין די קאר מיט טראמפ יענע צייט, זענען גרייט צו עדות זאגן אונטער שבועה אז טראמפ האט זיי קיינמאל נישט אטאקירט און נישט פרובירט צו איבערנעמען די רעדל.

יעצט דארף מען זען אויב האטשיסאן וועלכע האט ליגנט געזאגט אונטער א שבועה, און געמאכט א צירקוס פון קאנגרעס, וועט ווערן אנגעקלאגט דערויף.
*

נייעס פון מדינת ישראל
נאך באלד צוויי וואכן וואס די סיריע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין דמשק איז געווען פארמאכט צוליב די שווערע שאדנס פון די מדינת ישראל אטאקע, האט דער סירישע טראנספארטאציע מיניסטער געמאלדן אז די לופטפעלד האט זיך צוריק געעפנט.
*
די לעצטערע צייט האט מדינת ישראל געווארנט אירע בירגער צו זיין פארזיכטיג אין טערקיי, צוליב אנגעבליכע טעראר פרואוון פון איראנער, וואס זוכן צו שעדיגן אדער פארכאפן ישראל'ישע בירגער וואס געפונען זיך אין טערקיי.

טערקיי'ס אויסערן מיניסטער ביי א פרעסע קאנפערענץ מיט מדינת ישראל'ס אויסערן מיניסטער יאיר לפיד: "מיר וועלן נישט צולאזן אזעלכע טעראר אטאקעס אנטקעגן מדינת ישראל בירגער ביי אונז אין לאנד, און מיר האבן זיי (איראן) שוין איבערגעגעבן דעם זעלבן מעסעדזש".

לפיד: "דאס לעבן פון מדינת ישראל בירגער זענען געראטעוועט געווארן א דאנק די זיכערהייטס און דיפלאמאטישע קאאפעראציע צווישן אונזערע צוויי לענדער. מיר זענען מכיר טובה פאר די טערקישע רעגירונג פאר די העכסט פראפעסיאנאלע און קאארדאנירטע אקטיוויטעטן. איראן שטייט אונטער די געפריווטע טעראריסטישע אטאקעס. די אינטעלידזשענס איז זייער קלאר דערמיט. דאס איז א קלארע פארלעצונג פון איראן אויף טערקישע טעריטאריע. מיר זענען זיכער אז טערקיי ווייסט וויאזוי אפצוענטפערן איראן איבער דעם נושא".

די איראנער אויסערן מיניסטעריום האט אפגעלאכט די באשולדיגונגען פון לפיד אז זי פרובירט צו שעדיגן מדנ"י בירגער אין טערקיי, אלס לעכערליך. מדינת ישראל וויל סך הכל צושטערן אונזערע פארבינדונגען מיט טערקיי, און מסיח דעת זיין די טערקישע בירגער פון זייערע אקציעס אין פאלעסטינע. דער איראנער ענטפער צו די אטענטאטן אין איראן וועט זיין א שטארקע, אן אפעקטירן די זיכערהייטס פון אנדערע לענדער אינעם ראיאן.

מדינת ישראל האט די וואך שוין אראפגערוקט די ווארענוג שטאפל טרעוול קיין טערקיי פון 4 צו 3. (דאן) פרעמיער בענעט האט באדאנקט פרעזידענט ארדואן און די טערקישע זיכערהייטס קרעפטן פארן צושטערן עטליכע געפלאנטע איראנער אטאקעס. עטליכע פון די ארעסטירטע זענען טערקישע בירגער.
*
דער אמעריקאנער סענטראל קאמענד באדאנקט זיך פאר די מדינת ישראל מיליטער פאר די סטראטעגישע געשפרעכן וואס זענען פארגעקומען אין מדינת ישראל צווישן הויכראנגיקער מיליטערישע באאמטע פון ביידע לענדער.
*
דער CEO פון יוניליווער, די שירעם פירמע פון בען ענד דזשערי'ס אייזקרים, האט געמאלדן אין א סטעיטמענט, אז די קאמפאני וועט לויט א פרישע אפמאך ווידער באנייען א קאנטראקט מיט די מאנופעקטשער אין מדינת ישראל, איבערגייענדיג די באיקאט קעגן די איינגענומענע שטחים אין מדינת ישראל וועלכע די בען ענד דזשערי'ס באורד האט אפגעמאכט.
ער האט צוגעלייגט אז יונילעווער האט אייביג אפגעווארפן יעדע פארם פון דיסקרימינאציע און אומטאלעראנץ, און האבן קיינמאל נישט געשטיצט די אנטיסעמיטישע BDS שטראם, און פלאנירן נישט צו טוישן דעם פאזיציע אין די צוקונפט.
ניו יארק'ע גאווערנאר האט באגריסט דעם שריט.
*

פון ארום די וועלט
א שטארקע ערדציטערנישט פון 5.9 אין די ריכטער וואג איז פארגעקומען אין מזרח אפגאניסטאן און אין מערב פאקיסטאן, וואס האט זיך געפילט אויף ווייטע מיילן ווייט, אויף אזוי ווייט ווי אינדיע און איראן, און איז געווארן געשפירט דורך 119 מיליאן מענטשן.
באריכטן גיבן אן אז אזויפיל ווי 1193 מענטשן זענען אומגעקומען, און איבער 3,000 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, מאכנדיג דאס אפגאניסטאן'ס טויטליכסטע ערדציטערניש זינט 1998.
אריבער 10,000 הייזער זענען געווארן געשעדיגט אין רעזולטאט.
*
דער קרוין פרינץ פון סאודיע אראביע מוחאמאד בן סילמאן אאל סעוד באקאנט אלס MBS איז אנגעקומען קיין אנקארא אויף אן אפיציעלען באזוך קיין טערקיי.
*
אינפלאציע אין קאנאדע איז ארויף צו 7.7 פראצענט אין מאי, די שנעלסטע אויפשטייג זינט 1983.
*
שפאניע אנדעקט די ערשטע פאל פון די כאלערע קראנקהייט אין לאנד זינט 1979.
*
איבער 40,000 באן ארבעטער אין ענגלאנד זענען געגאנגען אויף א סטרייק, די גרעסטע אזא סארט אין 30 יאר, מיט מיליאנען פאסאזשירן איבערן לאנד אפעקטירט, אין פראטעסט פון ערווארטעטע ארבעט און באצאלונג שניטן. פרעימיער מיניסטער באריס זשאנסאן האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט ברעכן צו זייערע פארלאנגען.
*
ארום 700 ארבעטער פון בריטיש עירוועיס אין היטרוי לופטפעלד האבן געמאלדן אז זיי וועלן גיין אויף סטרייק דורכאויס די גאר פארנומענע זומער חגאות סעזאן, צוליב באצאלונג שניטן.
*
די בריטישע געזונטהייט מיניסטעריום האט דערקלערט א 'נאציאנאלע אינצידענט', נאך וואס זיי האבן אידענטיפיצירט שפורן פון די פאליא ווירוס אין די אפלויף סיסטעם אין לאנדאן.

די מיניסטעריום זאגט אז זיי האבן דערווייל נישט אידענטיפיצירט קיין פאליא פעלער, אבער רופן יעדער וואס איז נישט וואקסינירט דערקעגן, זיך צו זאפארט וואקסינירן צו פארמיידן א פאליא אויסברוך.
*
א שוידערליכע טראגעדיע האט פאסירט אין בוענאס איירעס, ארגענטינע, ווען 5 אידן פון די זעלבע פאמיליע, אריינגערעכנט 3 קליינע קינדער, זענען רח"ל אומגעקומען אין א שרעקליכע פייער וואס האט אויסגעבראכן אין זייער אפארטמענט געביידע.
נאך 29 זענען האספיטאליזירט געווארן, טייל אין א קריטישע צושטאנד.
*
דער שפיאנאזש הויפט פון די איראנער רעוואלוציאנערע גארד איז אפגעזאגט געווארן פון זיין פאזיציע, אין ליכט פון א לעצטערע רייע אטענטאטן אויף מיליטערישע באאמטע און וויסנשאפטלער.
*
פאליציי אין סאוט אפריקע האבן געפונען 22 טויטע קערפער פון איגנטליכע צווישן 14 און 18, אין אן ארטיגע טרינק הויז. די אורזאך פון זייער טויט איז נישט קלאר, אן אויספארשונג איז געעפענט געווארן.
*
א באריכט גיבט אן אז אמעריקע האט אפגעהאלטן א געהיימע אסיפה מיט מיליטערישע פירער פון מדינת ישראל און די אראבישע לענדער, סאודי אראביע, קאטאר, ירדן, עגיפטן, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און באכריין מטכס עצה צו זיין וויאזוי מען זאל זיך מסדר זיין אנטקעגן די איראנע סכנה מיט אירע שטייגענדע מיסיל און דראון מעגליכקייטן.
*
ווייניגסטנס 10 מענטשן זענען אומגעקומען און ארום 200 פארוואונדעט, נאך אן אויפרייס פון א טויטליכע קלארין גאזאלין ביי א פארט אין ירדן.
*
א 101 יעריגער געוועזענער נאצי וועכטער אין א קאנצעטראציע לאגער איז פאראורטיילט געווארן צו 5 יאר טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אין איבער 3,500 קלאגעס פון ארויסהעלפן מארד.
*

אינטערעסאנטע קרישקעלעך
פרעזידענט ביידען האט בטעות אויפגעדעקט פאר זשורנאליסטן א דעטאלירטע קארטל וואס זיינע געהילפן האבן אים פארגעשריבן, מיט גענויע אינסטרוקציעס וואס ער דארף טון. צווישן אנדערע אנווייזנדיג ווי ער זאל זיך אראפזעצן וכדומה.
ווי ערווארטעט, האט דאס נאכגעפאלגט מיט חוזק'דיגע קאמענטארן פון דער גאנצע וועלט.
*

אוקריינע מלחמה נייעס
אירלאנד פרירט איין רוסישע נכסים אין די ווערט פון 1.72 ביליאן יורא אלס א חלק פון די אייראפעאישער סאנקציעס.
*
פענטאגען ווארטזאגער קירבי: עס איז שאקירנד אז אן אפישיעל אין רוסלאנד ברענגט אפילו ארויף די מעגליכקייט פון טויט שטראף פאר די צוויי פארכאפטע אמעריקאנער בירגער.
*
פינלאנד'ס פארטיידיגונגס מיניסטער זאגט אז פינלאנד איז פולשטענדיג גרייט צו קעמפן אנטקעגן רוסלאנד אויב זי אטאקירט איר.
*
דער מעיאר פון מאריופאל זאגט אז אזויפיל ווי 22,000 מענטשן זענען אומגעקומען אין זיין שטאט זינט אנהויב קריג.
*
דער פרעזידענט פון די ליטא זאגט אז ער ערווארט נישט א מיליטערישע קאנפראנטאציע מיט רוסלאנד. אבער ער רעכנט יא אז רוסלאנד וועט איר אפהאקן פון די עלעקטעריק גריד אינעם ראיאן.
*
קומען ארויס די לעצטע טעג אסאך שיינע בילדער פון סעווערדאנעסק אזויווי פון מאריאפל פארן פאלן, זעט אויס אז עס איז דא גוטע פאטאגרעפירער דארט.
*
שולץ וויל ארויפברענגן ביים נעקסטן G7 צוזאמקום די געדאנק פון א "מארשאל פלאן פאר אוקריינע".

נאכן צווייטן וועלט מלחמה האט אמעריקע אויפגעשטעלט א פאנד וואס האט פארטיילט בערך 15 ביליאן דאלער פאר אייראפישע לענדער זיך צוריקצובויען, ס'האט געהייסן "די מארשאל פלאן" אדער ווי אנדערע האבן עס גערופן "אייראפישע ריקאווערי פראגראם"
ס'הייסט נאכן אמעריקאנע סעקרעטערי אויף סטעיט פון יענע צייט "דזשארזש סי מארשאל" ער איז געווען די קאפ שטיק אונטער דעם פראגראם.
*
פייזער וועט שיקן 5 מיליאן דאלער פאר אוקריינישע הילף ארגאניזאציעס.
*
דייטשלאנד וועט אויסלערנען פאר אוקריינישע סאלדאטן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די מארס 2 מלר"ס, די טרעינינג וועט זיך אנהייבן נעקסטע וואך אין דייטשלאנד.

לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס איז נאכנישט גענוצט געווארן קיין לאנג שטרעקיגע מלר"ס אין אוקריינע, מ'האלט נאך אינמיטן טרעינינג.
*
מייקראסאפט: רוסלאנד פרובירט דורכצופירן סייבער אטאקעס אויף מעריב וועלט לענדער, רוסלאנד לייקנט עס.
*
דעפענס מיניסטער פון אוקריינע מעלדט מיט פרייד אז די אמעריקאנער HIMARS איז אנגעקומען אויף אוקריינע.

"עס וועט זיין א הייסע זומער פאר די רוסישע אקופירער, און די לעצטע [זומער] פאר טייל פון זיי"...
*
טשעכישער ריפאבליק פארבאט ארויסצוגעבן וויזעס פאר רוסישע בירגער.
*
אלבאניע'ס פרעמיער מיניסטער רעדנדיג איבער אוקריינע'ס ווילן אריינצוקומען אין די אי יו. זאגט אז אוקריינע זאל זיך בארואיגן און שטעלן אין די שורה...

"אוקריינע האט נאך א לאנגן וועג צו גיין איידער זי קומט אריין אין די אי יו. צפון-מאקעדאניע ווארט שוין 17 יאר אויב איך מאך נישט קיין טעות, און אלבאניע ווארט שוין 8...".
*
די רוסן מוטשענען זיך מיט א פראבלעם מיט געוויסע מיסילס, ס'דא ווידיאוס ווי מיסילס שמעטערן צוריק צו די פאזיציעס פון וואו זיי זענען ארויסגעשאסן געווארן און מאכן א גיהנום פונעם ארויסשיס פלאץ…
*
די ספארטס קאמפלעקס אין כארקעוו נאך די דאנערשטאג נאכטיגע אטאקעס.
*
די דייטשע צייטונג דאס בילד באריכטעט אז דייטשלאנד נעמט אין באטראכט א פלאן צו קענען ארויסשיקן אוקריינער תבואה קיין רומעניע און דערנאך אדורך דעם דונא טייך. לויטן פלאן וועט יעדן טאג אין יולי קענען זיין נאך א שיפמענט.
מאפע ווי דער דונא לויפט אדורך.
*
אמעריקאנער אינטעלידשענס זאגט אז די רוסן לייגן ארום מינעס אין די וואסערען ארום אוקריינע אין זייערע פרואוון צו בלאקירן די אוקריינער תבואה טראנספארטן.
*
דער פוילישע פרעמיער מיניסטער מאטעיוש מאראוויצקי זאגט אז דער אייראפעאישער פאראיין וועט שענקען הילף פאר אוקריינע אין די ווערט פון 9 ביליאן יורא.
*
אין דעם כארקעוו נאציאנאלע יוניווערזיטעט איז געשלאסן געווארן די דעפארטמענטס פון די רוסישע שפראך און די היסטאריע פון רוסישע ליטעראטור .
*
אמעריקע זאגט אז אלע ראקעט סיסטעמען וואס זי האט צוגעזאגט פאר אוקריינע וועט שוין זיין דארט ביי חצי יולי.
*
גוט מארגן...

שולץ: "פוטין האט צוגעזאגט פאר עטליכע וואכן צוריק צו פארזיכערן די תבואה עקספארטן פון אוקריינע, בעיקר דורך די וואסערן. אבער זיין צוזאג איז נישטיג ווייל עס ווערט נישט איינגעהאלטן. רוסלאנד זאל זאפארט פארזיכערן די עקספארטן און ענדליך ארבעטן מיט די יונייטעד נעישאנס"..
*
סקיי ניוז באריכטעט בשם אמעריקאנער אפישעלס אז רוסלאנד פרובירט אבער האט דערווייל נאכנישט מצליח געווען צו שטערן די ליפערונג פון מערב וועלט וואפן קיין אוקריינע, ספעציעל די לאנגשטרעקיגע מיסיל סיסטעמען פון אמעריקע.
*
באן שינעס ארבעטער אין בעלערוס פארציילן אז אמוניציע ווערט ארויסגעשלעפט פון סטארידזש און ארסענאלן אין בעלערוס און ווערן געפירט קיין רוסלאנד.
*
א רוסישער סטרייק האט אויפגעריסן א בריק וואס פירט אריין צו לוסיטשאנסק.

דאס איז טייל פון די באקאנטע T1302 באכמאט-לוסיטשאנסק שאסיי. גאנץ נאנט צו לוסיטשאנסק. די שאסיי ווערט דארט א שטיקל בריק וויבאלד עס לויפט העכער באן שינעס.
*
שבת זענען 20 ראקעטן ארויסגעשאסן געווארן פון בעלערוס, וועלכע האבן געצילט דעם דארף דעסנא אין צפון טשערניגיוו געגנט פון אוקראינע אין א מאסיווע באמבארדירונג.
*
דער פרעזידענט פון די ליטא האט אפיציעל געבעטן מער הילף פון נאטא צוריקצוהאלטן א פאטענציעלע רוסישע אטאקע דורך בעלארוס.
*
די פראנצויזישע ענערגיע פירמעס האבן געבעטן די בירגער אין פראנקרייך אנצוהייבן שפארן עלעקטעריק און גאז תיכף ומיד.
*
לוקעשענקאו רופט אן די ליטווישע בלאקאדע אין קאלינינגראד א 'דעקלערעשאן אף וואר' אנטקעגן רוסלאנד.
*
רוסלאנד וועט געבן זייער M מיסיל פאר בעלערוס. דאס איז א מיסיל מיט נוקלעארע מעגליכקייטן.
*
די רוסישע רובל זעצט פאר צו שטייגן, און איז ביי די שטערקסטע פאזיציע זינט 2015, שטייגענדיג מיט 35% דאס יאר, ווערנדיג די בעסטע וואקסנדע וואלוטע ארום די וועלט. עס האט זיך שוין מער ווי געדאפלט פון די טראסק וואס עס האט געכאפט גלייך נאך די אינוואזיע.
*
נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג זאגט אז אין די נייע נאטא סטראטעגישע קאנצעפט, וואס וועט פארגעשטעלט ווערן ביי די נאטא סאמיט אין מאדריד, יוני 28-30, וועט רוסלאנד ווערן דעזיגנירט אלס די מערסט שעדליכע געפאר צו די זיכערהייט פון די אליאנץ.
*
דייטשלאנד האט אקטיוויזירט די צווייטע פאזע פון א דריי פאכיגע עמערדזשענסי פלאן פאר נאטירליכע גאזאלין און דערקלערט 'אלערט לעוול', ווארענענדיג אז דאס לאנד שטייט פאר א קריזיס, אין ליכט פון רוסלאנד'ס שניידן נאטירליכע גאזאלין סופליי.
*
די אייראפעאישע קאונסיל האט באשטימט צו שענקען פאר אוקריינע און מאלדאווע די אייראפעאישע פאראיין קאנדידאט סטאטוס.
*
פרעזידענט ביידען האט געמאלדן אז די G7 וועט ארויפשטעלן א פארבאט צו אימפארטירן רוסישע גאלד, רוסלאנד'ס גרעסטע עקספארט נאך אויל.
בלינקען זאגט אז רוסלאנד וועט פארלירן 19 ביליאן דאלער אלס א רעזולטאט פון די פארבאט אויף רוסישע גאלד אימפארטן דורך די G7 לענדער.
רוסלאנד זאגט אבער אז אויב די G7 וועט טאקע פארבאטן אירע גאלד עקספארטן וועלן זיי שנעל טרעפן אנדערע מארקעטס און אפשר נאך מיט גרעסערע רווחים.
*
באריס דזשאנסאן רעדנדיג ביי די G7 סאמיט אין דעם דייטשן פראווינץ בייערן זאגט עס העט עם געווען א גרויס כבוד אויב זעלענסקי קען עס אויסארבעטן און זיך אוועקכאפן אויף א באזוך קיין ענגלאנד.
*
פוטין פלאנט זיך ארויסצולאזן אויף א נסיעה קיין טאדיזשיקסטאן און טורקעמניסטאן.
*
באריכטן אז פינלאנד, די ליטא און עסטאניע האבן געלייגט זייערע 'רעפיד ריספאנס פארסעס' אויף א הויכע וואכזאמקייט שטאפל.
*
דער יאפאנעזער פרעמיער זאגט אז די G7 זאל נישט פארמינערן די סאנקציעס און דרוק אויף רוסלאנד.
*
ביידן און שולץ זאגן אז אמעריקע און דייטשלאנד ווילן ענדיגן דעם קריג דורך דיפלאמאטיע.
*
די G7 לענדער אין א סטעיטמענט:

מיר וועלן ממשיך זיין צוצושטעלן פינאנציעלע, מיליטערישע, הומאניטערישע און דיפלאמטישע שטיצע פאר אוקריינע ווילאנג עס וועט אויספעלן.
*
לאטוויע רוקט אירע טרופן נענטער צום גרעניץ מיט רוסלאנד.
*
די ארמד פארסעס פון לאטוויע שטעלט ארויס א טוויט אז זי האט אוועקגעשטעלט אנטי עירקרעפט מיסיל סיסטעמען פון שפאניע אין לאטוויע צו באשיצן דעם באלטישן ראיאן.
*
אוקריינע וועט ערהאלטן א פריש פעקל HIMARS פון אמעריקע אין יולי.
*
פוטין זאגט אז בעלארוס וועט ערהאלטן פון רוסלאנד איסקאנדאר מיסיל סיסטעמען אין די קומענדיגע חדשים. דאס וועט פארשטערקערן בעלארוס'ס מעגליכקייטן ארויסצושיסן קרוז און באליסטישע מיסילס.
*
רוסלאנד שיקט פרישע גענעראלן און האט באשלאסן צו אונטערדריקן אוקריינע מיט גאר שווערע מיטלען...
לויט עטליכע ענגלישע טעבלאויד צייטונגען איז ער א פרישע גענעראל צו אנפירן שלאכטן אין אוקריינע. ווארשיינלעך מער סאטירע ווי רעאליטעט.
*
רוסישע מידיע פארשפרייט קאנספירעסי טעאריעס אז פוילן האט געהאט געשיקט צוויי באטאליאנען פון זעלנער קיין אוקריינע און אז זי גרייט זיך פאר א פולע אינוואזיע פון אוקריינע.

די רוסיש אפיליאירטע פעדעראלע נייעס אגענטור שרייבט אז פוילן האט געהאט אין פלאן צו אינוואדירן לעמבערג און וואהלין אבער נאכדעם וואס זי האט געזעהן אז אמעריקע האט זיך דערשראקן פון רוסלאנד'ס נוקעלארע סטראשערייען האט זיך צוריקגעצויגן פון איר פלאן.
*
דער פראנצוזישער אויסערן מיניסטער האט קריטיקירט טערקיי פארן לייגן שטרויכלונגן אין וועג פאר פינלאנד און שוועדן אריינצוקומען אין נאטא.

'טערקיי איז א וויכטיגער מיטגליד אין נאטא. פינלאנד און שוועדן'ס אנשליסונג אינעם אליאנץ וועט האבן א פאזיטיווען השפעה אויף די זיכערהייט פון אייראפע. זיי האבן געפריווט צו פארהאנדלן מיט טערקיי. אבער טערקיי ברויך אויסוועלן צו וויל זי פארשטערקערן דעם אליאנץ אדער איז זי אנטקען דעם, וואס וועט נאר ארויפברענגן שאלות איבער איר אויפירונג אלס א חבר אין נאטא'.
*
די רוסישע מיליטער גייט דורך א פרישע אויפשאקל צווישן די הויכע פאזיציעס.

אין די לעצטע צוויי טעג האט די רוסישע פארטיידיגונס מיניסטעריעם באשטעטיגט די פירערשאפט ראלעס אין די ארמיי. אלעקסאנדער דווארניקאוו איז מער נישט אין קאנטראל אויף זיין פאזיציע אלץ פירער אויף די קריג אין מזרח אוקריינע.

די קאמאנדיר אויף די רוסישע קרעפטן אין אוקריינע יעצט איז דער דעפיוטי פארטיידיגונס מיניסטער קאלאנעל גענאדי זידקאו.

זידקאו האט אין די פארגאנגענהייט -ווי זיין פארגייער דווארניקאוו- אויך געהאט א ראלע אין סיריע ווי זידקאו האט געדינט אלץ די טשיעף אוו סטעף פון די רוסישע קרעפטן אין סיריע אין 2016. ווי אויך איז זידקאו געווען קאמאנדיר פון די מזרח מיליטערישע דיסטריקט אין רוסלאנד.

פארטיידיגונס מיניסטער סערגעי שאוגאו האט אפגעשטאט א באזוך אויפן פראנט.

מען זעט שאוגאו זיצן נעבן זידקאו צו זיין רעכטער זייט. דאס קוקט אויס צו באשטעטיגן אז זידקאו איז יעצט אין טשארדזש.
די פארטיידיגונס מיניסטעריעם באשטעטיגט אז קאמאנדיר איבער די צענטראלע (מיליטערישע דיסטריקט) גרופעס בלייבט אלעקסאנדער לאפין. קאמאנדיר איבער די דרום (מיליטערישע דיסטריקט) גרופעס וועט זיין סערגעי סאראווייקין.

אלעקסאנדער לאפין
אנהייב קריג האבן פיר רוסישע מיליטערישע דיסטריקט ארמייען אנטיילנעמען אין די קריג.

מזרח מיליטערישע דיסטריקט איז געווען אין צפון מערב קיעוו.
צענטראלע מיליטערישע דיסטריקט אין טשערניעוו.
מערב מיליטערישע דיסטריקט אין כארקאוו און אין סאמי ראיאנען.
דרום מיליטערישע דיסטריקט האט [נישט] געדעקט די איבריגע שטחים.

ווי עס זעט אויס איינמאל די רוסן האבן פארלאזט צפון אוקריינע און זענען שוין נישט אין טשערניעוו אדער קיעוו, האבן די גרופעס געמערדזשט. מערב און מזרח מיליטערישע דיסטריקט יוניטס פאלן אונטער די קאנטראל פון די קאמאנדירן לאפין און סאראווייקין.

(עס זעט נישט אויס אז די רוסן האבן געהאט אן הויפט קאמאנדיר אין די ערשטע פאזע איבער אלע טרופן. עפעס וואס איז א פארברעך וויאזוי די מיליטער דארף געפירט ווערן).

לויט ווי עס קוקט אויס איז די פירער פון די מערב מיליטערישע דיסטריקט קאמאנדיר זשוראוואלאוו געווארן באזייטיגט. און פירער פון די מזרח מיליטערישע דיסטריקט קאמאנדיר אלעקסאנדער טשייקא צוריק געשיקט געווארן קיין סיריע.

עס איז נישט קלאר פונקטליך ווען רוסלאנד האט אוועקגעשטעלט אן איבערזיכט קאמאנדיר איבער די גאנצע אפעראציע. עס איז געווען באריכטעט ווי אויבן ציטירט אז דער דרום מיליטערישע דיסטריקט קאמאנדיר אלעקסאנדער דווארניקאוו ווערט דער אוועראלל קאמאנדיר. עס איז אבער נישט זייער קלאר טאמער דאס איז א באזונדערע פאזיציע אדער פשוט די דרום מיליטערישע דיסטריקט ווערט די הויפט דרייווער פון צווישן די ארמייען.

ווי עס זעט אויס יעצט מיט גענאדי זידקאוו אז ער פירט א באזונדערע פירערשאפט ראלע אלץ די אוועראלל קאמאנדיר.

סערגעי סאראווייקין איז קאמאנדיר אויף די דרום מיליטערישע דיסטריקט יוניטס אין אוקריינע. עס איז אבער נישט קלאר דערווייל טאמער דאס מיינט ער האט גענצליך איבערגענומען אלעקסאנדער דווארניקאוו אלץ קאמאנדיר פון די דרום מיליטערישע דיסטריקט ארמייען בכלל. (דווארניקאוו האט שוין נישט קיין פאזיציע אין די שלאכטן אין אוקריינע לע"ע).

סאראווייקין האט אן אינטערסאנטע פארגאנגענהייט. געשמאכטעט צוויי מאל אונטער גראטעס אין טורמע. איינמאל צוליב פארקויפן ביקסן אומלעגאל און פארן אנפירן א מיליטערישע קאלום דורכאויס די 1991 פוטש קעגן דער דעמאלטס'דיגער פירער גארבאטשאוו.

ער איז אויך געטראפן געווארן צו זיין אין פארבינדונג מיט א זעלבסטמארד וואס א קאלאנעל אינטער אים איז באגאנגען.

סאראווייקין איז אויך געווען פון די גאר סוקסעספולע גענעראלן אין סיריע פירנדיג צו געווינסן פאר די אסאד רעזשים. לויט עטליכע האט אסאד גאר געהאט געבעטן פוטין צו לאזן סאראווייקין לענגער אין סיריע.

קאמאנדיר אויף די עירבארן יוניטס קאלאנעל אנדרעי סערדיוקאוו איז געווארן ריפלעיסט ביי קאלאנעל מיכאיל טעפלינסקי וואס האט געהאט געדינט אלץ טשיעף אוו סטעף פון די צענטראלע מיליטערישע דיסטריקט.

די עירבארן יוניטס האבן געהאט א דזשאב אין פרובירן פארכאפן קיעוו אבער זענען שטארק דורכגעפאלן.

סערדיוקאוו האט געהאט א ראלע אין סיריע און ווי אויך אנגעפירט די CSTO אליאנץ ביי די ווילדע אומריען אין קאזאכסטאן.

עס איז נישט קלאר אויב און צו וועלכע פאזיציע סערדיוקאוו איז געווארן אריבערגעפירט.
*
די קאמאנדיר פון די אוקריינעס 503טע בריגאדע זאגט אז 80% פון זיין בריגאדע איז אפגעווישט.
*
סטאלטענבערג: נאטא וועט פארגרעסערן איר רעפיד ריעקשאן פארסעס וואס זענען אויף א פול וואכזאמקייט שטאפל פון 40,000 צו 300,000. די נייע מעגליכקייט וועט זיך רופן ARF אליאירטע רעאקציע קרעפטן.
*
סענאטאר זשים ריש -העכסטראנגיגע רעפובליקאנע אויף די סענאט אויסערן אנגעלגענהייטן קאמיטע- אפגעשטאט א אומגעמאלדענע באזוך אין קיעוו.
*
גע'גנב'טע טשעריס פון מאליטאפול און טאמאטעס פון כערסאן ווערן פארקויפט אויף די בעלארוסישע מארקעטס.
*
זעלענסקי האט אויפגעטרעטן ווירטואליש ביי די G7 סאמיט. ער האט צווישן אנדערע געזאגט אז ער האט חשק צו ענדיגן דעם קריג נאך איידער די ענדע פון יארע 2022, בעפאר די ווינטער רוקט זיך אן.
זעלענסקי: אוקריינע שפירט די שטיצע פון די G7 לענדער. א דאנק פאר אייער מיליטערישע און פינאנציעלע שטיצע פאר אונזער לאנד אין אונזער געראנגל אנטקעגן א רוסישע אינוואזיע. די אומבויגזאמע פאזיציע פון די G7 בנוגע סאנקציעס איז אויך זייער וויכטיג פאר אונז.
*
די דייטשע PzH-2000 האוויצערס זענען שוין אקטיוו אויפן פראנט.

דייטשע זשורנאליסטן פאר די אויסגאבע 'דער בילד' זענען געווען אויפן פראנט און האבן פובליצירט א פראנט פעידש העדליין 'ענדליך! אונזערע האוויצערס אין עקשאן'.
*
די רוסן האבן אטאקירט א שאפינג צענטער מיט מענטשן אינעווייניג אין כרעמענטשאק נעבן די דניעפער.
דער מעיאר פון כרעמענטשאק זאגט אז צוויי מיסילס האבן באטראפן דעם צענטער. עס זענען דא טויטע און אסאך גאר שווער פארוואונדעטע מיט פערמענאנטע שאדנס.
די אוקריינער עיר פארס זאגט אז די אטאקע אויף דעם שאפינג צענטער אין כרעמענטשאק איז דורכגעפירט געווארן דורך X-22 מיסילס ארויסגעשאסן פון די טעריטאריע אין דעם קורסק ראיאן (אין רוסלאנד) דורך Tu-22M3 לאנגשטרעקיגע באמבארדירערס. די טויט צאל איז ערווארטעט צו שטייגן אין די הונדערטער צוליב וואס איבער טויזנט מענטשן האבן זיך געפינען אינעם צענטער בשעת די אטאקע.
אין רעאקציע צום אטאקע זאגט זעלענסקי: אלע פילאטן, דיספעטשערס, טעכניקער, און אנדערע, וואס זענען פארמישט אין שיקן מיסילס אויף אוקריינע וועלן געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך אויף זייערע פארברעכנס.
רוסלאנד לייקנט אבער אז אירע מיסילס זאלן האבן באטראפן די קרעמענטשאק שאפינג סענטער…
דער אוקריינער אינערן מיניסטער האט באזוכט אויפן פלאץ פון די אטאקע אויף קרעמענטשאק. ער זאגט אז עס איז זייער שווער אדער כמעט אוממעגליך צו אידענטיפיצירן די טויטע קערפער צוליב וואס זיי זענען אינגאנצן פארברענט.
*
סטאלטענבערג: א ברייטע דיאלאג מיט רוסלאנד איז שוין נישט שייך במציאות. אזוי אויך האט ער געזאגט אז נאטא וועט פארמערן איר שטיצע פאר גרוזיע און וועט דורכפירן מיליטערישע עקסערסייזעס דארט.
*
אוקריינע'ס פינאנץ מיניסטער סערגעי מאנטשענקאו זאגט אז יעדע חודש פארלירט די אוקריינער בודזשעט 5 ביליאן דאלער צוליב דעם קריג. ער זאגט אז זינט אנהויב קריג שטייען שוין די פארלוסטן ביי 104 ביליאן דאלער, ווען לעומת זה אין די זעלבע צייט זענען נישט די סאנקציעס אויף רוסלאנד גענוג שטארק אויסצוטרוקענען איר עקאנאמיע.
*
פינלאנד פארבאט אימפארטן פון שטארקע אלקאהאל פון רוסלאנד.
*
א חברה'מאן אין מאסקווע האט אנגעפירקלט די אויטאס פון ליטווישע דיפלאמאטן מיט דעם רוסישן Z סימבאל.
*
פוילן ערווארט נאטא צו אנערקענען רוסלאנד אלס א שונא ביי דעם נאטא סאמיט.
*
דער קרעמלין זאגט אז פוטין האט אקצעפטירט די הזמנה פון זיין קאלעגע דער פרעזידענט פון אינדאניזיע דזשאקאו ווידאודא אנטיילצונעמען אין די G20 סאמיט וואס וועט פארקומען אין באלי, אינדאניזיע נאוועמבער 15-16.
*
קרעמלין: פוטין וועט זיך טרעפן מיט די פרעזידענטן פון איראן און אזערביידזשאן בעת זיין באזוך אין אשגאבאט, טורקמעניסטאן.
*
מאראקא האט געשיקט א פארלאנג צו קאמיוניקירן מיט א שכיר חרב פון מאראקא וואס איז פאראורטיילט געווארן אין די DPR (דאנעצק פיפעלס ריפאבליק). די פארלאנג איז נאכגעגעבן געווארן.
*
דער העכסטער דיפלאמאט פון די אייראפעאישער פאראיין דזשאסעפ בארעל זאגט אז עס איז געקומען די צייט אז די אי יו זאל אוועקגיין פון דעם פרינציפ אז עס מוז זיין א 100 פראצענטיגע איינשטימיקייט ווען עס קומט צו אויסערן פאליטיק החלטות.

'מיר האבן שוין צופיל מאל ארויפגעצאלט פאר די פרינציפ פון איינשטימיקייט, וואס האט גורם געווען צו א פארשלעפונג אדער אפשוואכונג פון אונזערע אקציעס. געוויסע נוצן אויס זייער וועטא מאכט נישט צו מאכן קיין החלטות און נישט צו זוכן א געזונטע קאמפראמיס, לעצטענס איז דאס נאך מער פארשטערקערט געווארן'.
*
ווייסע הויז: אמעריקע האט געהויבן די דוטי פרייזן מיט 35 פראצענט אויף רוסישע פראדוקטן וואס זענען נאכנישט סאנקציאנירט געווארן.
*
בלומבערג: נאטא'ס נייע סטראטעגיע וועט ברענגען צום אויבערפלאך די טיפע קשרים צווישן בעידשינג און מאסקווע.
*
אוקריינע האט ערהאלטן א 500 מיליאן דאלער הלוואה פון יאפאן.
*
שפאניע און אנדערע אייראפעאישע לענדער גרייטן זיך פאר א פארמערטע מייגראציע פון אפריקאנער פליטים צוליב א שטארקע הונגער אין אפריקע אלס א רעזולטאט פונעם קריג אין אוקריינע.

*
די סאנדעי טיימס אין ענגלאנד באריכטעט אז די לעצטערע אויפרייסן פון רוסישע אויל און אמוניציע דיפאטס זענען א דירעקטע רעזולטאט פון אוקריינישע ספעשל פארסעס וואס אפערירן אינעווייניג אין רוסלאנד.
*
רוסלאנד פארשיקט אכט גריכישע דיפלאמאטן פון לאנד.
*
די טערקישע Baykar Defense קאמפעני גייט שיקן פאר אוקריינע 3 באיראקטאר דראוינס פאר אומזיסט.
*
רוסישע טאנקן וואס איז געגאנגען א גאנג אין אוקריינע ארויסגעשטעלט פארן פובליקום אין די 'קעסל סקווער' אין ווארשע, פוילן.
*
איבער פערציג רוסישע סאלדאטען און די גענעראל אנדריי ואסילייב זענען געהארגעט געווארן פון איינע פון די ערשטע אטאקעס פון די אמעריקאנע הימארס.
אמעריקאנער HIMARS MLRS אויפן פראנט אין אוקריינע.
*
זעלענסקי האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט סטאלטענבערג, דעם ערשטן טאג פון די נאטא סאמיט אין מאדריד. זעלענסקי האט אויסגעדרוקט די וויכטיגקייט פון שיקן מאדערניזירטע לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען קיין אוקריינע.
*
די רוסן האבן פארכאפט דעם מעיאר פון כערסאן איגאר קאליקייעוו. עס איז נישט קלאר דערווייל צו וואו זיי האבן אים גענומען.
*
רוסלאנד פארבאט פאר הרבנית ביידן און א טאכטער פון אריינקומען קיין רוסלאנד. אזוי אויך איז די פארבאט ארויפגעלייגט געווארן אויף עטליכע אמעריקאנער בירגער, סייענטיסטן און ווייסע הויז ארבעטארער.
*
מאקרון: די רוסישע פעדעראציע קען נישט און טאר נישט געווינען. מיר וועלן ממשיך זיין ארויפצולייגן סאנקציעס אויף רוסלאנד ביז ווילאנג א גענצליכע זיג איז דערגרייכט אויף אוקריינער טערמינען. בנוגע ווילאנג די מלחמה וועט נאך געדויערן, קיינער ערווארט נישט עס זאל זיך ענדיגן דעם קומענדיגן חודש.
*
שוועדן האט אנגעהויבן די פראצעדור ארויסצוליפערן די PKK אקטיוויסטן וואס טערקיי האט פארלאנגט פארן ארייננעמען שוועדן אין נאטא.
*
א רוסישע העליקאפטער מיידט אויס א MANPADS אטאקע מיט א האר.
*
קאנאדישע ספעשעל פארסעס געפינען זיך אין אוקריינע לויט די ניו יארק טיימס.
*
רוסלאנד איז אפיציעל אריינגעפאלן אין דיפאלט, נישט קענענדיג אפצאלן די אינטרעסט פון 100 מיליאן דאלער אויף אויסלענדישע חובות, צום ערשטן מאל זינט 1918.

רוסלאנד האט פרובירט צו אפצאלן די אינטרעסט אין רובל, אבער די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס האבן דאס אפגעהאלטן.
*
די פירער פון טערקיי, שוועדן און פינלאנד מיט נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג, ביי די נאטא סאמיט אין מאדריד, נאכן אונטערשרייבן אן אפמאך אין וועלכע טערקיי שטיצט אז זיי זאלן זיך אנשליסן אין נאטא.
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5149
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

תודה רבה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

Thanks
אוועטאר
holy yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

ישר כח. שיינע ארבעט
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איך וואונדער מיך: 3650 ניקים האבן הנאה געהאט פון דעם נייעס צוזאמברענג, און בלויז 3 האבן באדאנקט? 3?

וואס זאל געבן דעם שטופ פאר ידידינו @enjoy נאכאמאל אוועקצוגעבן פון זיין טייערע צייט דאס צוזאמצוברענגן?
אתמהה.
enjoy האט געשריבן:
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
איך וואונדער מיך: 3650 ניקים האבן הנאה געהאט פון דעם נייעס צוזאמברענג, און בלויז 3 האבן באדאנקט? 3?

וואס זאל געבן דעם שטופ פאר ידידינו @enjoy נאכאמאל אוועקצוגעבן פון זיין טייערע צייט דאס צוזאמצוברענגן?
אתמהה.
enjoy האט געשריבן:
נאר 3650??
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: נייעס פון פרשת קרח תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

WOW!
א ריזיגן יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”