טאג ביך פון ארבעה מינים סוחר / סעריע טאג ביך שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

טאג ביך פון ארבעה מינים סוחר / סעריע טאג ביך שאץ מאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

להוי ידוע, אז ס'איז וויכטיג פאר יעדן איד וואס קויפט ד' מינים אפ צו ליינען דעם פאלגענדע ארטיקל, פאר ער גייט קויפן ד' מינים, ס'איז דא במשך דעם ארטיקל גאנץ שטארקע און וויכטיגע נקודות, ס'איז נישט קיין באפעל אז מ'מוז עס ליינען, ס'איז נאר א עצה טובה....

לאמיר זיך נעמען צו א טעמע וואס איז נוגע אין די יעצטיגע טעג, בירח האיתנים ווען מ'לויפט קויפן ד' מינים צווישן אויפשטעלן די סוכה ווענט אין די שלאק, מיט די נארואס געקויפטע סקרו'ס פונעם הארדוועיר אין די הענט לויפט מען קוקן א לולב און אתרוג, וואס זאל פארשטייט זיך זיין מהודרים ביותר צו קענען גיין סוכות אין שול מיט די ד' מינים, ווי עס ווערט געברענגט אין די ספרים הק' אז דאס איז דומה צו איינער וואס קומט צוריק פון א געווינענע מלחמה מיט די כלי זיין אין די הענט, אט אזוי גייען די אידעלעך דעם ערשטן טאג סוכות אין די הענט מיט אונזערע כלי זיין, דאס איז די לולב און אתרוג וואס מיר טראגן שטאלצערהייט אין די גאסן צו ווייזן אז דעם פארגאנגענעם ר"ה איז געוועהן דידן נצח.

ברך צחות קען מען זאגן אז דער לולב איז דער גאן, ווי חז"ל זאגן אין מס' סוכה גירא בעינא דשיטנא, נו אויב אזוי וואס איז דער אתרוג?, מוז מען בעל כרחך זאגן אז דאס איז אזא רוחניות'דיגע האנט גראנאט...

נו, ווי גייט מען איינהאנלדען אט די לעגאלע געווער...., ערגעץ אין א באהאלטענע בעסמענט דארט געפינען זיך די אתרוגים סוחרים, אדער אין א מאביל צו אין א שבת'דיגע ביהמ"ד וואס פינקצונירט נישט אינדערוואכן, דארטן איז זיך דער אתרוג סוחר קובע מקום און סערווירט דעם עולם, בעיקר אין די נאכמיטאג אדער נאכט שעות, מחמת כמה סיבות, איינס, ווייל ביינאכט איז דער עולם עוועליבעל נאך די ארבעט, צוויי, ווייל ביינאכט איז טונקל און אפי' די גאנץ שטארקע פלארעסנט באלב'ס צייגן נישט ארויס אינגאצן די אתרוג פלעקן אזוי שטארק ווי דער זון.

דער אמת איז אז דער גאנצע אתרוג מארקעט וואלט אפשר געוועהן גאנץ א לייכטע ווען נישט די פאר מענטשן וואס האבן צייט, ווייל די ארבעט'ס אידן וואס ארבעטן שווער איבערן טאג קומען אהיים נאך א טאג ארבעט, איז דאך קלאר אז סוף טאג זענען זייערע אויגן נישט אזוי שארף ווי די כולל אינגעלייט, ממילא ווען מ'זאל נאר פארקויפן אתרוגים גראד פאר די ארבעט'ס אידן וואלט דאס נאך געוועהן גאנץ א לייכט פעלד, די חורבן איז נאר אז די ארבעט'ס אידן ווייזן די אתרוגים פאר די כולל אינגעלייט אדער שיינע אידן, און זיי מיט זייערע אויסגערוהטע אויגן טרעפן אוצרות מיט שווארצע אדער ברוינע פינטלעך, און אז מ'טרעפט חסרונות פאלט דער פרייז פונעם אתרוג אדער מ'בעט גאר א צווייט'ס, דארף זיך יעצט דער סוחר פריש מוטשענען צו פארענפערן יעדן חסרון, אז דאס איז נישט שווארץ דאס איז ברוין און ס'איז קוים נראה לעינים, און אזוי ווייטער.

א גרויסע דיפערענס איז געווארן פונעם אמאליגן מארקעט ביז היינט, דהיינו, אמאל זענען אסאך מענטשן אראפ געפארן שניידן, עס פלעגן אפי' אראפ קומען אסאך פון די דארטיגע מענטשן אהער צופארקויפן ד' מינים, נישט אזוי לאנג צוריק בערך פאר 15-20 יאר צוריק איז געוועהן גאר א ברייטע אויסוואל פון מאראקא'ער אתרוגים, אדער אפי' יאנעווע איז געוועהן בנמצא איבעראל, מ'האט זיך געקענעט צושארן צו אזא תמימות'דיגן סוחר, איינקלאפן מיט אים, באקוקן זיינע סחורה אויסקלויבן איינס צוויי גוטע פאר א ביליגע פרייז, און געגאנגען, ווי אויך איז געוועהן א גרויסע מארקעט אין איסט סייד פאר ביליג, ובעיקר ביליגע לולבים, (ביי יענע סוחרים האט מען נאך געפאקט די אתרוגים אין אזא קלאטשע, אזא ברוינע וואטע, ווי זעהט מען נאך היינט אזא בא'חנ'ט אתרוג וואטע, ווען אלעס קומט שוין געפאקט אין טישוס מיט באבלעך פלעסטיק).

אין די לעצטערע פאר יארן זעהט אויס אז די דארטיגע סוחרים זענען קלוגער געווארן, ווייל די גרויסע סוחרים דאהי האבן זיי אויף געקלערט אז ס'איז א שאד זיך צו מוטשענען ברענגען אהער סחורה פון אלע מינים, און צום סוף פארקויפן א אתרוג בלויז פאר 40 – 50 דאללאר, נאר דארט אליין אין די מרחקים זאל מען אויסקלויבן די גוטע פון די שוואכע, און מסדר זיין לויט קאטעגאריעס, און אהער ברענגען נאר די גוטע, און דערביי פארדינען אסאך מער, און אפי' זיך נישט מוזן אראפ שלעפן אהער נאר פשוט איבער געבן די סחורה אין די הענט פון די האלסעילער'ס און זיי וועלן דאס ווייטער פארקויפן פאר גוט געלט.

דעריבער זעהט מען היינט כמעט נישט מער די אייגענע סוחרים, נאר 90 פראצענט סוחרים זענען ריעטעלער'ס פון די פאר גרויסע האלסעילער'ס, און אט די שינוי וואס איז געשעהן היינטיגע צייטן איז לטוב און לרעה,
קודם לטוב אז מ'דארף זיך נישט מער מוטשענען שעות לאנג זיכן און קלויבן, דו קומסט אריין דו זאגסט דיין פרייז וויפיל די ווילסט צאלן בערך, און דער סוחר ברענגט דיר ארויס 4 -5 באקסעס מיט פארשידענע קאד'ס אויפגעשריבן אויף דעם, אין די זעלבע צייט באפעלט אויך דער סוחר אז יעדע אתרוג מוז צוריק אריין גיין אין זעלבן באקס פון ווי מ'האט אים ארויס גענומען, כדי ער זאל נישט פארמישן דעם חשבון פון די מדריגות האתרוגים, אדער מ'זאגט בערך וואס מ'זיכט א שיינע גידול, צו בעיקר זויבער, צו נאר מחוטמו ולמעלה, און לויט דער פארלאנג ברענגט אים דער סוחר ארויס, געקויפט און ארויס.

לרעה איז, ווייל דער סוחר קען זיינע סחורה זייער גוט, ער קען יעדן אתרוג פונקט ווי א פארמער וואס קען זיינע קיען..., ממילא איז שווער צו כאפן א גוט'ס פאר א מציאה, דער סוחר זעלבסט איז אויך נישט שולדיג ווייל די מדריגות הסחורה האט שוין דער האלסעילער באשטומט פון פריער, און בשעת דער האלסעילער גיבט איבער די סחורה פארן ריטעלער זאגט ער אים אזוי, איך געב דיר דא א גאנץ קעסטל ס'איז דא מציונים, בינינים, און 3 מובחרים וואס קאסטן אסאך געלט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דער האלסעילער בעט מער געלט פארן מובחר פונעם ריטעלער, דעריבער מוז ער אליין אויך פארלאנגען א הויכע פרייז ווייל ער אליין צאלט אויך אסאך פארן מבחר.

דאס איז קלאר אז דער אתרוג סוחר מעסט אפ דעם קונה, ווען א קונה קוקט מיט באגייסטערונג אויף א אתרוג מיט אזא מינע אויפן פנים ווי ער האט יעצט געטראפן א זעלטענע יופי, פארשטייט גלייך דער סוחר אז דער אתרוג איז טייער אין די אויגן פונעם קונה, און דעריבער קען ער שרויפן אביסל העכער דעם פרייז, לעומת זה אויב דער קונה געט אזא קנייטש מיט די נאז ווי איינער זאגט שוין אבי געזונט ס'איז נישט ס'בעסטע אבער עפעס פארט איז עס, דאן קען זיך דער סוחר נישט ערלויבן צו ציען די פרייז, אדרבה עס קען גאר אראפ קומען פון זיין באשטומטן פרייז, הגה - זאגט דער שרייבער וכן אני נוהג, ווען איך קויף א אתרוג ווייז איך קיינמאל נישט קיין התפעלות אפי' דער אתרוג איז א מובחר, איך וועל אלץ אויסזיכן חסרונות, פשוט צו מאכן גוט פילן דעם סוחר אז איך וואלט ממילא נישט געצאלט מער.

און אז מ'קוקט אויפן פנים איז פשוט אז דער אתרוג סוחר קען נישט אנטראגן א גרויסן עושר א אתרוג פון 150 דאללאר, ער אידאך א עושר ער מוז דאך באצאלן שיין, די שאלה איז נאר וואס פאר א אתרוג ער גיבט דעם עושר, אויב דער אתרוג סוחר איז א מבין און זעהט אז דער עושר ווייסט נישט מה דקאמרי רעבעצן, שמירט ער אים אריין אזא כמו שיינע אתרוג וואס מ'זעהט נישט פון אויבן אויף די חסרונות, אבער דעם ערשטן בליק מאכט עס אזא בעל בית'שן קוק א גרויסן אתרוג מיט א גארטל וכדומה, און דער עושר איז צופרידן בעט ער אים א גוטע פאר הונדערט דאללאר און פארטיג, טאקע פאר דעם זעלבן אתרוג אליין וואלט דער כולל אינגערמאן נישט באצאלט אפי' א הונדערטער ווייל ער זעהט דאך גלייך די חסרונות,
משא"כ א עושר וואס איז שוין תורה וגדולה....., אים קען מען נישט סתם אזוי אפ'נער'ן, ער פארשטייט, ער ווייסט, און ער באצאלט, אסאך עשירים פירן זיך טאקע צו שיקן די קינדער אדער משפחה באקאנטע, וואס פארשטייען אתרוגים און דער אתרוג סוחר מעסט אים אפ אלס א דורכשניטליכע אינגערמאן נישט אלץ דעם עושר, וואס דאן באקומט ער א פרייז פארן אתרוג לויטן ווערד פונעם אתרוג און נישט לויטן ווערד פונעם פנים.

ס'איז אינטרעסאנט וויאזוי עס שטעלט זיך אויס, אז דאס שאצן און קויפן א אתרוג ווענט זיך לויט די עלטער, די יונגע אינגעלייט זיכן בעיקר א זויבערע אתרוג, זיי ווייסן פון זעהן ביי זייערע עלטערן אז מ'דארף קוקן אויף א אתרוג, נו אז מ'דארף קוקן קוקט מען, אבער מ'קוקט... מיט א לאופ, מ'טוט אויס די אויגן גלעזער, אונטער די זון, מיט א גרויסן פלעש לייט, און מ'זיכט אולי וועט זיך הקב"ה מרחם זיין ס'וועט ארויס וואקסן א פינטל, איין כולל אינגערמאן גיבט דאס איבער פאר א צווייטן כולל אינגערמאן און נמנו וגמרו אז דער אתרוג איז ריין, איי דער אתרוג איז דאך גלאט ווי א לעמאן און איינגעבויגן מיט א פיקל, וואס א חילוק אבי ער איז צופרידן, אבער וואס עלטער מ'ווערט קוקט מען מער אויפן גידול און אויפן געשטעל פונעם אתרוג, (הגם להלכה איז אויך אזוי ואכמ"ל אבער מ'זעמיר דאך נישט דא אינעם טאג ביך פונעם מאץ, מ'זעמיר דא ביים אתרוג סוחר, יא) דער בעל בית'שע איד האט ליב א פעסטן אתרוג וואס איז גראד מיט א גארטל א שקיעה, אבער זויבערקייט איז נאר א פלאס.

ס'האט מיר פארציילט א חשוב'ע רב, וואס ער איז געוועהן ל"ע א יתום פון זיין טאטן, דעריבער ווען ער איז געוועהן א גרויסע בחור איז געוועהן זיין אויפגאבע צו גיין זיכן א אתרוג פאר די משפחה, ער האט זיך ארויס געלאזט זיכן א אתרוג און מיט גענומען זיינע 3 ברודער'ס אויך בחורים צוזאמען זיכן א אתרוג, סך הכל האבן 4 בחור'ישע אויגן געזיכט א אתרוג, און אויף זייער עהרן ווארט האבן זיי געטראפן א אתרוג א נקי מכל אן א חלום פון א פינטל, זיי ברענגען אהיים דעם אתרוג און זייער מאמע די אלמנה פרעגט זיי, נו? לאמיר זעהן ענקער אתרוג?, זיי נעמען ארויס דעם אתרוג און ווייזן דאס פאר די מאמע, די מאמע גיבט גלייך א קרום מיט די נאז, ניין, דעס איז נישט קיין אתרוג, איך געדענקט מיין טאטע האט געהאט א אתרוג מיט א פיטום....., א אתרוג אן א פיטום איז קיין אתרוג נישט...., די קינדער האבן פראבירט מסביר זיין די מאמע אז ס'איז כשר לכל הדיעות אפי' אן א פיטום זיי האבן אפי' ארויס גענומען דעם שו"ע צו צייגן און איבערטייטשן, ס'האט אבער גארנישט געהאלפן די קינדער האבן געמוזט ארויס גיין זיכן א אתרוג מיט א פיטום, גיי טשעפע מיט אן אלמנה...., בערך אזא פנים האט ווען בעל הבתים וואס ווייסן נישט בחייכון גייען קויפן אתרוגים.

די מעשה האב איך געהערט עטליכע יאר צוריק ס'האט מיר געקאסט א לאך פון עם הארץ'ישע ווייבערישע תמימות, ס'האט אבער גענומען אפאר יאר ווילאנג איך האב באשלאסן אז זי זאגט דברים של טעם, א עכטע אתרוג קומט מיט א פיטום צו ס'איז כשר צו נישט, ס'איז קלאר אז א אתרוג אן א פיטום איז א חסרון, ס'איז ווי א מענטש אן א נאז..., יעדער פארשטייט פונקט ווי א היינטיגע שטריימל אפי' ווען עס האט נישט דער קרוין פון אויבן איז עס א שטריימל, אבער הכל מודים אז דער קרוין מאכט עס, אזוי אויך איז מיטן אתרוג הכל מודים אז דער אתרוג איז א אתרוג אפי' אן א פיטום, אבער דער פיטום מאכט עס....

יעצט גייט זיך מסתמא מאכן א געלויף אהער צום אתרוג סוחר, יעדער וויל קויפן אתרוגים דוקא מיט פיטום'ס, מוז אבער יעדער וויסן אז א אתרוג מיט א פיטום איז טייערער, די שאלה איז צו דו האלטס ביים באצאלן דעם פולן פרייז פאר א פיטום, אפשר איז דיר גענוג א מענטש אן א נאז, אדער א שטריימל אן א קרוין,
און אז מ'רעדט שוין פון באצאלן, מוז איך דערמאנען וואס שטייט אין חתם סופר ראשון לחשבון עונות, ער זאגט אז סוכות איז ראשון לחשבון עונות הקב"ה מאכט א חשבון וויפיל געלט האסטו אויסגעגעבן פאר עונות און וויפיל געלט פאר מצות, זיי מוחל, דיין חשבון איז נאך מיינוס...., לייג נאר צו אן אתרוג וועט דאס זיכער איבערשטייגן.

יעצט לאמיר אריין גיין ממש צום אתרוג סוחר קויפן אן אתרוג, וואס מיר מוזן זיך באמת אפשטעלן א מינוט און מודיע זיין אז איר זאלט וויסן זיין, אז באמת זענען אלע אתרוגים ביי דעם סוחר כשר, די שאלה איז נאר וועלעכס איז מער מהודר, אבער פסול איז כמעט קיין איין אתרוג נישט, משא"כ לולבים איז פשוט שווער צו טרעפן א כשר'ע לולב, די פראגע איז נישט צו די לולבים זענען מהודרים מ'רעדט דא פון כשר צו פסול, ממילא איז נישט כדאי צו לייגן א דגוש אויפן אתרוג מער ווי אויפן לולב, אבער גיי טויש די וועלט.

אקעי מ'קומט אריין אינעם בעיסמענט דארט ווי עס ווערט פארקויפט אתרוגים, די לעקטער'ס זענען גאנץ שוואך דא, אבער דער סוחר האט אייזעהניש און פארשאפט אזא פלארעסנט לאמפ וואס די דיינים ניצן,

קונה: נא? האסט עפעס שיינע סחורה היי יאר?
מוכר: יא, משה, כ'האדיך אינזין געהאט, כ'האב דיר אוועק געלייגט 2 שטיק, גראדע מיין שווער האט געוואלט נעמען איינס, און מיין שוואגער האט איינס געוואלט קויפן פאר זיין רייכן שווער, אבער כ'האב געוויסט אז דו ווילסט האב איך זיי געזאגט זיי מוזן ווארטן ביז דו קלויבסט אויס די סחורה,
קונה: גוט, לאמיר זעהן, גיב אים אהער,

דער סוחר גייט אונטער די מחיצה און קומט ארויס מיט 2 באקסעס אין דער הענט, דער קונה נעמט דאס ארויס און באטראכט די סחורה, דא מוז ער שוין מחליט זיין פון דעי צוויי וועלעכס איז בעסער, אמאל געפעלט אים טאקע איינס מער ווי דער צווייטער, און צומאל געפעלט אים נישט קיין איינס פון די צוויי, בעט ער נאך אנדערע אתרוגים צו באקוקן,
עס איז כדאי צו פארציילן דעם סוד פון די אתרוג'ישע פיסכעלאגיע, אז צום ערשט קען מען נישט געבן עפעס א גוטע אתרוג ווייל דער קונה מוז דאך פסל'ן כאטש איינס, ממילא גיבט מען אים קודם א שוואכע און נאכדעם גיבט מען בעסערע, אזוי ווערט ער שוין מער צופרידן פון די יעצטיגע מער ווי פון די פאריגע, ביז ער פארגלייכט זיך אויף עפעס, ווייל סוף כל סוף איז דאך דאס אסאך שענער פון די ערשטע פאָר, צומאל זענען דא סוחרים וואס מוטשענען אזוי אפ זייערע קונים מיטן ווייזן שוואכע סחורה אז די רגע וואס דער קונה דערזעהט זיך שוין מיט עפעס בעסער'ס ווי שוואך ער איז נאר איז ער שוין צופרידן, וויפיל געדולד האט ער דען צו קוקן אתרוגים.

ער טראגט צוריק די 2 אויבנדערמאנטע באקסעס אונטער די מחיצה, און ברענגט ארויס נאך א באקס מיט א נאמען אויפגעשריבן, הגה"צ אב"ד הודו לאדאני שליט"א, דער באקס זעהט שוין אויס עפעס א הדר אפי' פון דרויסן...., דער סוחר זאגט אז דער הודו לאדאני רבי שליט"א האט גענומען אפאר (דו ווייסט דאך ער איז א גרויסע מבין אויף אתרוגים..., אפשר צו אתרוגים אבער צו עפעס אנדערשט נישט) און דאס איז איינע פון די אתרוגים אבער אלס גוטע פריינד גיב איך עס פאר דיר ווייל דו וועסט דאך מיר באצאלן מער, 50 פראצענט פלעקן גליטשן זיך שוין אראפ בלויז מיטן אויפשריפן אויפן באקס, מ'נעמט עס ארויס צו טראגן ווייזן פאר דיין און דער דיין זאגט כשר ס'איז שיין, און ויקנו מ'איז איז קונה.

לענ"ד איז א אתרוג ווי א שידוך ס'איז דא אתרוגים וואס עטליכע מענטש האבן עס נישט ליב געהאט און דווקא דער פלוני אלמוני האט עס ליב, אפי' ער וועט טרעפן חסרונות איז ער גרייט צו פארקוקן, מיט א בלינדע אהבה, איך זעה עס יאר יערליך ביי אסאך מענטשן, צדיקים האבן טאקע אזוי געזאגט אז ס'ווערט פארשריבן פאר א מענטש חמשה עשר בשבט וועלכע אתרוג צו וועלכן מענטש, און אסאך צדיקים האבן מרגיש געוועהן דאס איז מיינס און דאס איז יענעמ'ס.

עס איז אבער אויך כדאי אנצומערקן די קונים, אז אפי' דו ביסט טאקע א גרויסע מבין אויף אתרוגים, ביטע שפיל דיך נישט ארום מיט יענעם'ס סחורה, דער סוחר גיבט דיר א אתרוג, קראץ נישט, שפיי נישט, קוועטש נישט, ס'איז נישט יושר, דער פאקט איז אז אסאך אתרוגים גייען צוגרינד מיט די אזוי גערופענע מבינים וואס פראבירן צו קראצן און צו קוועטשן, כאפ אן דעם אתרוג איידלערהייט מיטן פאפיר, און האב אייזעהניש מיטן סוחר.

(מעשה שהי' מיט א שארפע אינגערמאן וואס פלעגט אויסגעבן אסאך געלט אויף א לולב, ער פלעגט ארום לויפן פון איין סוחר צו אנדערן, צוקוועטשן לולבים באקוקן מיטן לופ זעהן צו ס'איז טאקע נישט נקטם ראשו, ובינו לבינו חרוב מאכן גוטע סחורה, אבער ער האט זיך קיינמאל נישט געכאפט.
איין יאר איז דער מצב הפרנסה געוועהן זייער שמאל, ער האט פשוט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן קיין ד' מינים, ער האט באשלאסן ער קען נישט מוותר זיין ער לייגט אריין אזויפיל כוח און צייט צו האבן די שענסטע ד' מינים אין שול, ער גייט בארגן א הלואה, ער טרעפט א חבר יענער בארגט אים 600$ און ער גייט קויפן, ער קומט אן לעבן איינע פון די גרויסע ד' מינים צענטערן לייגט אריין די הענט אין טאש, איננו, די געלט אינישטא..., ער איז געווארן זייער צובראכן, כמעט אנגעהויבן צו האבן קשיות, דא בין איך מהדר יעדעס יאר פאר ד' מינים דאס צאלט מיר דער אייבישטער צוריק?
דעם נעקסטן טאג האט ער באשלאסן ער גייט ארויס זיכן איבריגע ארבעט, און מיט די געלט וואס ער וועט פארדינען אין דער זייט וועט ער קויפן ד' מינים, די בעסט אפציע וואס ער האט געהאט איז געוועהן צו גיין ארבעטן ביי א ד' מינים צענטער, און בשכר פון זיין ארבעט זאל ער אים לאזן אויסקלויבן א שיינע סעט, ס'איז אויסגעקומען גוט מיט די שעות, ווייל ס'איז ביינאכט ס'האט אים נישט געשטערט זיין געווענדליכע סדר היום,
שוין גלייך ביים ערשטן טאג נאך די ארבעט ביי די ד' מינים צענטער איז ער אהייים געקומען אינגאנצן אויפגעברויזט, ממש ער קען דאס נישט פארשטיין, קומען זיך אריין יונגעלייט מ'טראסקעט ארום לולבים מ'צודריקט די בלעטער, ממש מ'פסל'ט כשר'ע סחורה, דעי מענטשן האבן נישט מורא פון גזילה בין כסא לעשור?, טראכטנדיג אזוי מאכט ער זיך א חשבון איין מינוט, איך בין דאך אלע יארן געוועהן פונקט אזוי, אריין געקומען געטראסקעט לולבים אהער און אהין, וואס בין איך אנדערשט, נאר יעצט זעה איך דאס פון די אנדערע זייט גדר....,
אכן נודע הדבר, דערפאר האב איך באקומען אזא עונש, דאס איז א מעסעדש פאר מיר, גלייך צומארגנ'ס איז ער ארום געלאפן צו אלע סוחרים בעטן מחילה, ווען ער איז אהיים געקומען האט אים די ב"ב אפגעווארט אז מ'האט געטראפן די 600$ אין וואש מאשין...., די מעשה רעדט פאר זיך אליין.)


פיין איך נעם דעי אתרוג, וואס טוט זיך מיט א לולב, דער סוחר זאגט אז די לולבים קומען הערשט אריין נעקסטע וואך, קום צוריק מאנטאג, דאס מיינט בערך א טאג פאר יו"כ אדער נאך יו"כ, וואס געשעהט איז, אז צום לולב האבן רוב ציבור נישט קיין געדולד צו קלויבן און קוקן מיט שבע עינים, ווייל אין פאקט איז מען ארום גענומען מיט אסאך טרדות החג די סוכה איז נישט פארטיג און מ'דארף נאך זאגן תשליך ליינען קרבנות געבן כופר נפש און וואס נישט, צום סוף נעמט מען 2 – 3 לולבים און מ'גייט פרעגן א דיין וועלעכס ס'איז בעסער דער דיין פסק'נט אפ וועלכעס פון די דריי איז בעסער און פארטיג.

דאס איז א פאקט וואס באדערט מיר יאר יערליך, מ'מאכט פונעם אתרוג א עיקר און פונעם לולב א טפל, און ווי געשמיסט איז דער לולב אסאך שווערער צו זיין כשר וכ"ש מהודר, בנוסף צו דעם טראכט אריין אפי' אינעם פשוט'ן קוק, מ'קומט אין ביהמ"ד דער אתרוג ליגט אין די האנט און האלב איז צוגעדעקט מיט די האנט, דער לולב שטעק זיך ארויס לעין כול, פארוואס זאל מען ארויס זעהן אזא פיצי אויסגעדארטן געלע ברוינליכע שמוציגן לולב, איז דען נישט שענער ווען מ'קומט אין ביהמ"ד מיט א שיינעם ברייטן שפיציגן הויכן פרישן גרינעם לולב?, ס'איז דאך לולב בימין ואתרוג בשמאל, דער נענועים שאלקט זיך גאר אנדערשט מיט א ברייט בלעטער'דיגן לולב, אזש ס'קנאקט...., ווי קען מען בכלל מאכן א מעלה מיט פיצי דארע לולב, ס'האקט זיך עפעס נישט אזוי העכערן קאפ...
(אליבא דאמת האב איך א קאסטעם מעיד לולב האלטער פון איבער פופציג אינטשעס ווי ס'זאל אריין פיטן מיין לאנגן לולב...., און פארגעסט נישט איך בין דאך א שאץ אויך, אזוי מאכט עס סענס אז דער שאץ פון שול זאל האבן דעם העכסטן ברייט'סטן לולב פון שול.....)

דאס וועט יעדער מודה זיין אז מיט הדסים איז אכשר דרא, איך געדענק פאר ביז בערך 15 יאר צוריק איז געוועהן איינגעפירט אז ממש ערב סוכות אדער א טאג פריער איז געוועהן דער סיזען פון הדסים, ס'איז געוועהן א אפקומעניש שאין דוגמתו, דער סוחר פלעגט ארויס שטעלן א אמפער מיט הדסים און מ'האט געדארפט ארויס קלויבן די כשר'ע, קודם זענען רוב הדסים געוועהן צובויגן קרום האלב רונדעכיג ווי א פיילן בויגן, און פון דעי צובויגענע הדסים האט מען געדארפט זוכן כשר'ע, ס'זאל זיין משולש, דאס מיינט מיט 3 רוטלעך האט מען געדארפט אדורך גיין יעדעס בלעטל, זעהן צו דער אונטערשטע דעגרייכט די אויבערשטע, און טאקע רוב מאל האט מען זיך געמוזט מקיל זיין מיט התירים, אויס זיכן די קלענסטע שיעור פון 3 טפחים, ווייל נאר די קלענסטע שיעור איז געוועהן משולש, בנוסף צו דעם איז מען שוין געוועהן מיואש און פארמאטערט פון זיכן א לולב און א אתרוג אזוי אז ביי די הדסים האט מען שוין קוים געקימערט.

אבער היינט, אַהההה ס'איז א מחי', ווי מ'שטייט אין גייט, געפאקטע פעקלעך הדסים, גראדע, שיינע, נארמאלע, כשרע הדסים, אפי' פאר גאנץ ביליג, מ'קויפט זיך א 3 - 4 סעטס, און פון דארט נעמט מען ארויס די בעסטע, אז ס'איז א נחת.

ערבות איז אלץ געוועהן צו באקומען ביים משמש, אלעס איז כשר כמעט אן קיין פראבלעמען,
אויך איז אכשר דרא היינטיגע צייטן, דאס זענען די רינגעלעך, עס זענען טאקע דא מענטשן וואס קענען אליין מאכן רינגעלעך צו בינדן דעם לולב, אבער נישט יעדער טויג, ס'איז געוועהן גאנץ נעבעכדיג צו זעהן ווי גאנץ א נארמאלע מענטש קומט אין ביהמ"ד מיט די ד' מינים אין זיינע קניפן עפענען זיך אויף, פשוט ווייל ער האט 2 לינקע הענט, נישט יעדער קען, ס'איז נישט קיין שום עבירה, אבער אז ער קען קויפן פארטיגע רינגעלעך איז דאס זיכער א תיקון גדול,
ס'איז אפשר זיס אויך צו זעהן די קליינע יונגעלעך שטייען אויפן גאס און קאמפיטן מיט די פרייזן, און שרייען מיט קינדערישע קולות, 4 רינגעלעך פאר א דאלאר, ווען ביים עק גאס וואלט איך געקענט כאפן א באַרגן פיר רינגלעך פאר בלויז 75 צענט.....

בעיקר זאל מען טאקע מקיים זיין זה קלי ואנוהו, ואסיים שלא מעין הפתוחה, כ'האב געזעהן א ת"ח א אויבער חכם, ווי ער שרייבט א בירור להלכה אז קויפן א מתנה פאר די ווייב אויף יו"ט איז פריער ווי קויפן ד' מינים, ווייל מן התורה קען מען יוצא זיין מיט א צווייטנס ד' מינים אויך, אבער ושמחת בחגיך אתה וביתך, וואס לפי דרשת חז"ל מיינט קויפן מתנות פאר די שטוב איז א דאורייתא, קומט אויס אז אויב ס'איז נישטא גענוג געלט, קומט א מתנה פאר ס'ווייב פאר ד' מינים פאר זיך, אבער, היינט איז דאס נישט שייך, ס'איז נישטא אזא זאך נישטא קיין געלט, מ'סווייפט דעם קארד און געגאנגען....., נעבאך......
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום פרייטאג אקטאבער 03, 2008 11:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

פשי הא, הרב שאץ מאץ. נאכען דורכליינען שנעלערהייט די דאזיגע ארטיקל, מה נאמר ומה נדבר. האסט נישט איבערגעלאזט א קליין שטיינדל אומבארירט, דאס איז א טאג פון עטליכע יארען צוזאמען לפי חשבוני, עס איז מייסטערהאפטיג אפגעשריבען, הערליך, אן קיין שום בלאט פלעק. נישט קיין ברוינע פינטל, און כ"ש נישט קיין שווארצע, די ווארע איז נקי מכל. גדול בכמות (קרוב צו 20,000 קאראקטארען), און נאך מער באיכות.

איך האלט אז מען דארף דאס געהעריג טייפסעטן און אנידערשטעלן אין בתי מדרשים, למען יראו העם וידעו.


די מערסטע איז מיר געפאלען


שאץ מאץ האט געשריבן: ער טראגט צוריק די 2 אויבנדערמאנטע באקסעס אונטער די מחיצה, און ברענגט ארויס נאך א באקס מיט א נאמען אויפגעשריבן, הגה"צ אב"ד הודו לאדאני שליט"א, דער באקס זעהט שוין אויס עפעס א הדר אפי' פון דרויסן...., דער סוחר זאגט אז דער הודו לאדאני רבי שליט"א האט גענומען אפאר (דו ווייסט דאך ער איז א גרויסע מבין אויף אתרוגים..., אפשר צו אתרוגים אבער צו עפעס אנדערשט נישט) און דאס איז איינע פון די אתרוגים אבער אלס גוטע פריינד גיב איך עס פאר דיר ווייל דו וועסט דאך מיר באצאלן מער, 50 פראצענט פלעקן גליטשן זיך שוין אראפ בלויז מיטן אויפשריפן אויפן באקס, מ'נעמט עס ארויס צו טראגן ווייזן פאר דיין און דער דיין זאגט כשר ס'איז שיין, און ויקנו מ'איז איז קונה.


ווייל דאס איז דאך ליידער א גראב שטיק אמת, וויפיל אידען באצאלען נעבאך גרויסע סכומים פאר א שמוציגען (נישט פארטוישען מיט שאצמאץ) אתרוג, נאר צוליב די דאזיגע אויפשריפטען.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

איי שאצ מה נאמר? אראפ געלייגט אן ארבייט איינס אין די וועלט! ארום גענומען די זאך מכל הצדדים סעט זיך אנדערש קויפן די ד' מינים היי יאר.
מערצעשעם פאר סוכות גיי מיר טון ווי לעקסיי האט געזאגט אים ארויס פרינטן און אנידער לייגן אין דעם סמעדרעש מיינער, צי וואס זאלן מיינע שכינים נישט האבן א שמחת יו"ט.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

שאץ, יו גאט מיי מיינד ראנינג

איך מוז אויספיגערען ווער איר זענט,
דאס זענען מיינע CLUES
ווער איז א שאץ, לכאורה גאנץ א פיינע בעל תפילה, פונעם ראש השנה- ימים נוראים ארטיקל זעהט אויס ווי איר דאווענט,
פארוואס "איר"? ווייל לכאורה זענט איר א מאץ אויך לויט אייערע קענטעניסן,
נישט קיין אינגער אינגערמאנטשיק, ווייל איר געדענקט נאך פון 15-20 יאר צוריק,
נישט קיין פארמאכט קעפל, פארשטייט אן עסק,
גייט אמאל אין געשעפט, (הארדוועיר סטאר יוכיח)

עניוועי קיפ אפ יור גוד ווארק, יו אר עמעיזינג
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ערב ראש השנה האט דער שאץ מאץ נישט אינזין געהאט עפעס בעסער ווי מהנה צו זיין אידישע קינדער וואס ווילן וויסן אינפארמאציע איבער די ד' מינים מארקעט. דאס דערמאנט דעם ווארט פון ר' ישעי'לע קערעסטירער - וועלכער פלעגט אויסטיילן קידוש צו מאכן פאר די געסט בעפאר די תקיעות - אלע צדיקים זענען פארנומען מיט רזא דרזין, און איך מאך זיכער עס זאל זיין לשובע ולא לרזון.

א שיינעם דאנק פאר די שלל פון אינפארמאציע, וויכטיגע און נוצליכע, איבער דעם פארפלאנטערטן עסק פון איינהאנדלן די 4 סארטן.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

שכוח שאץ
געוואלדיג הנאה געהאט
יור די בעסט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כח שאצל פארן באריכטן איבער די פיר ספישיס.

דיין טענה אז א לולב איז פול שווערער צו טרעפן א כשר'ע איז א גערעכטע. וכבר צווחו קמאי ע"ז והקול נפל על אזניים מחורשים.
[ה' ילחם לכם ואתם תחרישון]
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

WOW, דער ארטיקל איז מייסטערהאפטיג, רייך ברוחניות ובגשמיות, זאל דיר דער אייבערשטער אין דעם זכות באשערן מיט הערליכע ד' מינים [ווייסט, איך וואלט געשריבן ער זאל דיר באגליקן מיט א הערליכן אתרוג, ווילסטו פונקט א שיינעם לולב.. אלעמאל מוז זיין איין אויבער חכם..]

איך זעה דו האסט דא געמאכט א מעידזשער מאָוו, אנדערש ווי דיינע אנדערע ארטיקלן ווי למשל דער הארדוועד סטאר, אז דו האסט זיך דא אנגענומען בלויז פאר די קונים און נישט פאר'ן מוכר, פארשטייע מיר אליין אז נישט וועגן דעם זוכט מען א בעסמענט ווייל ער וויל האבן טונקעלע לייט'ס, און נישט וועגן דעם איז ער אפן ביינאכט כדאי מ'זאל עס נאר קענען קויפן נאכן זיין אויסגעמיטשעט אגאנצן טאג, און ער האט א רעכט צו טון אלע קלוגע שריט צו מאכן זיין אפגעמוטשעטן דאלער. זאל יעדער האבן פרנסה בכבוד, און איך און דו אויך..

א מהודר'דיגן יאר פאר אונז אלע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א שאץ ארטיקל וואס פארשעמט נישט די פריערדיגע שאץ ארטיקלען און וועט ווארשיינליך נישט פארשעמט ווערן פון צוקונפטיגע שאץ ארטיקלען.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

הרב שאץ מאץ.

כ'האב גענומען דעם ארטיקל אין בעט אריין, און כ'האב עס איבער געליינט מיט גרויס דארשט, און יא, דאס מאל האט איר מיר -און אלע אנדערע לייענער - ווידעראמאל נישט אנטוישט, רבי שאץ, כ'בין ארום געלאפן אין די גאנצע שטאט ראשעשאנע, און אין יעדן סמעדריש האב איך מיר אפגעשטעלט און געפרעגט: זאג מיר, איז אייער בעלתפלה אפשר א רבי'לע-אדמו"ר-שפילער-זינגער-גראמער-הארדווערסטאר? אבער קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן פון וואס איך רעד....

שאץ, איך מיין איך ווייס שוין וואס דיין פאך איז, א היפנאטיזירער! דו ברענגסט מיר אריין אין א זאך כאילו איך שטיי דארטן לייוו!!!

קיפ אפ די גוד ווארק!!! שאץ יור עמעיזינג!!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך בין דער צענטער פון די עשרה ראשונים מגיב צו זיין, פארוואס שרייב איך דאס, ווייל כאמעך אביסל געשעמט, אז יעדער האט שוין עפעס מגיב געווען, און איך נאכנישט, האבעך שנעל געציילט דער וויפילטער איך בין, און כאמעך בארואיגט, (כ'האף אז ביים שיקן, וועט מיר נישט ארויף קומען א מעסעזש, אז עטליסט איין תגובה איז צוגעקומען שרייבענדיג די דאזיגע תגובה.)

שאצ'ל, איך בין גארנישט אנדערש ווי די אלע מגיבים, איך שטוין ווי אזוי איין מענטש קען אין זיך פארקערפערן, אזויפיל פונקציעס, און דאס אלעס נאך אזוי גוט אראפ שרייבן מיט אלע דיטעילס, א הערליכע דזשאב אראפ געלייגט, און ס'פיט גוט אריין צווישן אלע ארטיקלען, יישר כחכם, מיר ווארטן אויף נאך.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח הרב שאץ, היי יאר ביין קויפן די מינים וועלן מיר נישט אויסקוקן ווי דער פאריעריגער עם הארץ, אמער מיר זענען דאך געזיצן היי יאר ביי א שיעור כללי מיט יעדן דעטאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א מורא'דיגע ארבעט הרב משאץ, מייסטערהאפטיג אראפגעשטעלט מיט א זעלטענע בקיאות און א שאצישער חן.

דיינע ארטיקלען וועלכע האבן נישט קיין שאץ,
קען מען נישט בייטן און פארמאגן נישט קיין ערזאץ,
מיר פרייען זיך אייך צו האבן אויף אונזער פלאץ,
לאמיר האפן אויך די קומענדיגע ארטיקלען פון אייער גאלדענעם טאץ.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זייער פיין געשריבן, און זייער הנאה געהאט.

קען זיין אז ווען איך וואלט געליינט דעם ארטיקל פארן קויפן די לולב און אתרוג, וואלט איך נשיט געדארפט היינט צוריקגיין אויפצוטוישן דעם אתרוג.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יישר כח פארן מהנה זיין הרב שאץ, א הערליכע ארטיקל, מלא תוכן, גוט געשריבן, ס'ליינט זיך גרינג, און ווי אלעמאל זאג איך יעצט אויך אז ס'באלאנגט אין סמעטענע וועא"מ.

דאס וואס דו שרייבסט אז רוב לולבים זענען נישט כשר בין איך מחולק מיט דיר, רוב לולבים זענען כשר וישר, אפילו אויב עס איז אפען אביסל איז עס נישט פסול, מען קויפט עס נאר נישט ווייל מען האט מורא אס עס וועט זיך עפענען מער און ווערן פסול קודם שיעבור יום הראשון וואס איז א דאוריתא, און בעצם קען מען עס צוקלעבן מיט GLUE אדער סקאטש טעיפ, אפשר איז עס נישט מהודר. אמאליגע צייטן איז די עולם געקומען מיט קליינע טרוקענע לולבים אין שול, אבער היינט מיט די דערי לולבים, אדער די גריכישע, אדער אפילו די קאליפארניע, זענען אלע שיין גרויס און גרין, אדרבא קוק דיך אום היי יאר אין דיין שול וועסטו זעהן.


דאס וואס דו שרייבסט פון די חת"ס ראשון לחשבן עוונות, עס זענען ליידער דא היינטיגע טעג אזוי פיל היימישע אידן וואס האבן נישט קיין געלט פאר די סעודות יום טוב, מען קען דער ראשון לחשבן עוונות יוצא זיין מיט דעם אויך.


יישר כח נאך אמאל פאר די הערליכע ארטיקל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע:וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

אקעי שוין געליינט פאר יו"ט, און עס איז מורא'דיג צוניץ געקומען, שכוח.

יעצט וועלן מיר עס פארפאקן צוזאמען מיטן שופר, אזוי אז מען וועט עס האבן אינדערויסן קומענדיגס יאר גאנץ צייטליך.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

האלאו שאצי עני הוספה ?

מיר ווארטן זעה סזאל נישט נעמען לאנג

הא וואס זאגסטו, ווילסט קודם שרייבן א ארטקיל אויף ערב יום כיפור, אקעי מסכים , אבער פליז צי מיך נישט אן
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע:אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

שאץ גראדע האב איך עס שוין געליינט פאריאר

באט כווייס נישט פארוואס כהאב נישט געשקויעכט

סאיז א פלעזשער צו ליינען
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

געליינט די יאר און שטארק הנאה געהאט, מלא תוכן און טעם.

איך קען מיך אויך נישט גענוג אפוואונדערן פון דיינע קענטעניסן אין אזויפיל פעלדער. קיפ איט אפ.
אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ron Paul »

שלמי האט געשריבן: געליינט די יאר און שטארק הנאה געהאט, מלא תוכן און טעם.

איך קען מיך אויך נישט גענוג אפוואונדערן פון דיינע קענטעניסן אין אזויפיל פעלדער. קיפ איט אפ.
Im old but i don't kalech yet.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ר שאץ מאץ איר זענט ממש א מומחה אין observation. אין די היינטיגע וועלט פון קאמעדיע איז אבסערוועשענעל קאמעדי (אראפלייגען אויף א הומאריסטישען אופן דעם הלוך ילך פון סיי וואס) גאר גאנגבאר. לדעתי ווען איר ארבעט אויס עטליכע ענינים אויף מער א הומאריסטישען שטייגער (וואס דאס האב איך געזעהן קענסטו אויך), וואלט עס אייך שטארק צוניץ געקומען, צ.ב.ש. טאמער איז מען אייך מכבד צו רעדן ביי א חתונה און איר ווילט זאגען נישט בלויז ערנסט.

ביטע זייט אונז ווייטער מהנה מיט די טאג-ביכער פון אחב"י. אפשר א סדר היום פון א כולל יונגערמאן, אן עובד (פיהר שעה הכנות און שחרית נאך חצות), א משולח, א מכניס אורח, א פת שחרית פארקויפער ועוד.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע:אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

מענינא דיומא
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
goldman
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך goldman »

פי די עף ביטע
green sunday
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

ראמני 08 האט געשריבן: שאץ גראדע האב איך עס שוין געליינט פאריאר

באט כווייס נישט פארוואס כהאב נישט געשקויעכט

סאיז א פלעזשער צו ליינען
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

Wow thanks for bringing it up
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”