אלס א פלאץ פאר איש את רעהו יעזורו ברענג איך דא אויף א ווייטאגליכע טעמע וואס דער ציל איז נישט צו ווייטאגן נאר צו ברענגען סאלושענס. דבר ידוע לכל. עס איז א סכנה היינט צוטאגס פאר א בחור, פון די 15 ביז די 20, וואס זיין קאפ איז נישט פארנימען מיט לערנעןצו זיין 'אין' ישיבה יעדער וואס ליינט דא ווייסט פון 1 אדער 2 בחורים וואס זענען קליא געגאנגען צוליב זיין 'אין' ישיבה אויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען.
און לאו דוקא נישט געהאלטן ביים לערנען. נאר פשוט געדארפט אביסל מער א לופטיגע סדר היום ווי איידער 10-14 שעה גפ"ת און שו"ע.
לעצטענס געהערט האר אויפשטעלענדע מעשיות וואס רייסט ביים הארץ. רוב מאל קען מען נישט אפילו אנווייזן 'ווער' פון די סטעף איז שוךדיג. אבער דאס איז זיכער אז 'דער' סיסטעם איז נישט גוט. וואס איז די עצה ?
אויב די ישיבה קען האבן עפעס א לופטיגע סיסטעם ווי בדיקת תולעים, קניפן ציצית, וכו' א זאך וואס די בחורים זאלן האבן אן אינטערסע, קען עס זיין א יודזש העלפ פאר די פיוטשער.
עצה נא.1 ישיבות זאלן מאכן א פלאץ און צייט ווען בחורים קענען זיין פארנימען מיט כשר'ע אקטיוויטעטן וואס א בחור האט סייווי ליב צו טוען, למשל צוזאמשטעלן פורניטשער, און דער בחור באקומט פוינטס לויט וויפיל ער שטעלט צו פאר'ן אויבערשטן קען ער דארט פארברענגען. למשל 2 שעה לערנען. = איין שעה אקטיוויטי.
פארוואס די בחורים קאכן נישט און רוימען נישט די ישיבה פאר א געלט אפצאל (ווייניגער ווי דעם גויאישן ארבעטער) איז מיך פלא פארוואס רוב מסיבות אין רוב ישיבות ווערן נישט ציגעשטעלט און באשטעלט דורך די בחורים איז מיך א פלא
סאיז אלעס איינס און די זעלבע קולטור, מ'וואקיום פעקט די בחורים, מציעט ארויס יעדעס ביסל אקסידזשען און רוח חיים (שלא בכוונה) פון די ישיבה ווענט. ניין, נישט יעדער האלט ביים לערנען. און ניין, די היינטיגע ישיבות שטייען נישט צוליב לערנען.. נאר צוליב אוועקהאלטן די בחורים פון די גאס. סאיז א לענגערע נושא אבער כמיין אז פון די קדושת ציון'ס זצ"ל'ס ווערטשאפט בימים ההם קען מען לערנען אויף היינטיגע טעג, אנגעהויבן פון די בחורים'ס שיין מאכן די סוכה און אריבער צו די קאזאקן ביי די רבישע חתונות.. סאיז געווען דארטן א רוח חיים. אין גאליציע האט מען אמאל נישט געהאלטן פון ישיבות, וואס האט זיך געטוישט? פשוט, די ישיבות איז א רוחניותדיגע בעיביסטיטינג!!! מקען מסכים זיין דערמיט.. מקען זיך דינגען דערויף.. די פאקט גייט זיך נישט טוישן.. אוואדע דארף מען לערנען! אבער ווען משטיפט דארטן אריין 90 פראצענט בחורים דארף דאס פלאץ זיין ציגעשטעלט פאר כאטשיג 80 פראצענט פון זיי און סאיז ווייט נישט..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מביןהאט געשריבן:↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
די פראבלעם איז נאך סך ערגער אין די א.ג. 'גוטע' ישיבות, ווי די גאנצע סטעף דאגה'נען זייער שטארק אויף די 'אימעזש' וואס די ישיבה גיבט, און זענען 'צומאל' נישט שטארק אינטערסירט אין די בחור'ס הצלחה, נאר אז ער זאל נישט שעדיגן די נאמען פון די ישיבה, אד"ג.
משא"כ אין חסידות'ער ישיבות, אדער די ישיבה מיט נישט די בעסטער נאמען איז טאקע אזוי אז בחורים ארבעטן אסאך מאל (אומאפיציעל פארשטייט זיך, אבער ס'דא אין די הנהלה מענטשן וועלכע שטייען מיט מיט דעם) אדער זענען זיי ביזי מיט די רעביסטעווע \ חצר הקודש זאכן, וואס דאס ראטעוועט זיי זייער שטארק.
(ס'איז ב"ה דא אסאך וואס זענען נישט אזוי, כ'מיין ח"ו נישט אראפצורייסן קיין איינעם אין די עולם הישיבות, די דור דארף מורא'דיג וויכטיג האבן יעדער איינער פון זיי, כ'זאג נאר די ווייטאגליכער מציאות וואס כ'האב אליין'ס מיטגעהאלטן אלס בחור, זייענדיג אין 3 ישיבה גדולות)
איך האלט פון די אשכול און איך פארשטיי די מצב זייער גוט וואס איך פרוביר צו זאגן איז אז מען שרייבט דא זייער גוטע זאכן אבער אזוי שנעל ווי א אויגען בליק קען די מנהלים עס פארמאכן
איך האלט פון די אשכול און איך פארשטיי די מצב זייער גוט וואס איך פרוביר צו זאגן איז אז מען שרייבט דא זייער גוטע זאכן אבער אזוי שנעל ווי א אויגען בליק קען די מנהלים עס פארמאכן
פארוואס טראכט איר אז מנהלים זאלן פארמאכן אן אשכול וואס שרייט פון א ווייטאגליכע מציאות און זיכט פראקטישע עצות פאר דעם?
האבן זיי נישט קיין קינדער וואס זענען אין די זעלבע סכנה?
איז דען נישט אייוועלט געמאכט צו העלפן טרעפן עצות פאר די דור'ס פראבלעמען? נאר אשכולות פון באהאלטענע באצאלטע מארקעטינג מעג זיין אפען?
איך טראכט נישט איין מינוט אז דער אשכול זאל ווערן פארמאכט, עכ"פ נישט ווילאנג דער פראבלעם איז נישט געסאלווט

געהערט לעצטנס פון א גוטן מחנך וואס ארבייט מיט בחורים און פארשטייט צו די אלע ענינים און תורת הנפש וכו', זאגט ער מיר אז די גרויסע ישיבות היינט זענען ווי א "בעיסליין," אוועקגעשטעלט אנצוהאלטן אפילו די מינימאלסטע בחורים צו קענען אויסוואקסן ערליכע יונגעלייט און אויפשטעלן שיינע שטיבער נאמנים לד' ולתורתו הקדושה.
אוודאי זענען דא בחורים וואס קענען גיין העכער און אסאך העכער ווי די בעיסליין, און די ישיבות האבן גענוג און נאך איינגעשטעלטע פאר דעם, אבער די סיסטעם ביסודו איז דא אנצוהאלטן אזא מינימום סטענדערד אז יעדער זאל קענען פיטן און ארויסקומען גוט וויפיל ס'איז שייך.
לכאורה איז דאס געווען די מהלך פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע גלייך פון אנהויב, און איך מיין אזוי איז געווען אין רוב אונגארישע ישיבות אין די אלטע היים, אזוי איז קרית יואל און וומס-קווינס, און לכאורה אלע גרויסע-חסידות-אין-האוז ישיבות.
מען וויינט און שרייט, אבער לכאורה דאס צו טוישן דארף מען אויך האבן גדולי הדור, נישט סתם יונגעלייט.
געהערט לעצטנס פון א גוטן מחנך וואס ארבייט מיט בחורים און פארשטייט צו די אלע ענינים און תורת הנפש וכו', זאגט ער מיר אז די גרויסע ישיבות היינט זענען ווי א "בעיסליין," אוועקגעשטעלט אנצוהאלטן אפילו די מינימאלסטע בחורים צו קענען אויסוואקסן ערליכע יונגעלייט און אויפשטעלן שיינע שטיבער נאמנים לד' ולתורתו הקדושה.
אוודאי זענען דא בחורים וואס קענען גיין העכער און אסאך העכער ווי די בעיסליין, און די ישיבות האבן גענוג און נאך איינגעשטעלטע פאר דעם, אבער די סיסטעם ביסודו איז דא אנצוהאלטן אזא מינימום סטענדערד אז יעדער זאל קענען פיטן און ארויסקומען גוט וויפיל ס'איז שייך.
אמת אז דאס איז די מסורה'דיגע שיטה. נישט אמת אז דאס ווערט אויסגעפירט אין פראקטיק.
עימעקס האט געשריבן:
לכאורה איז דאס געווען די מהלך פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע גלייך פון אנהויב, און איך מיין אזוי איז געווען אין רוב אונגארישע ישיבות אין די אלטע היים,
אמת. אבער סאיז דא א הבדל צווישן די אנגארישע ישיבות אינדערהיים און די ישיבות אין אמעריקע.
אינדעהיים איז נאכנישט געווען אינגאנצן ברור אז א בחור "מוז" גיין אין ישיבה און וואו יא האט מען טאקע נאכגעלאזט אויף די הויעכע סטאנדארטן ווי צב"ש אין די מונקאטשע און אין די סאטמארע ישיבה וואס האט בכלל נישט געטראגן דעם שטרענגן אויבערלענדער חת"ס סטיל ווערטשאפט. ווידעראום אין אמעריקע איז די ריין אונגארישע חת"ס ישיבות כמעט ווי בטל געווארן, חוץ נייטרא אינטער ר' מיכאל בער זצ"ל.
פאר די וואס האבן פארשטאנען אז די אשכול רעדט קעגן די 'סיסטעם' הננו מגלה לך טעות הוא בידך. פאר די וואס האבן פארשטאנען אז די אשכול רעדט פון האבן א קשר מיט א בחור הננו מגלה לך טעות הוא בידך
מ'רעדט פון א פראבלעם וואס פלאקערט אינעוויניג אין ישיבות און מאכט חרוב רעכטס און לינקס און מ'באשולדיגט נישט קיינעם פערזענליך. מ'זיכט א עצה פאר א פראבלעם פון דעם דור.
איך האב געטראכט א געדאנק, עס דארף נאר אנקומען צו די מנהלים פין די ישיבות. עס איז נישט קיין סוד אז א שיין חלק פון די בחורים לערנען נישט קיין ווארט במשך פונעם טאג. מען שטיפט די צייט מיט אלע מינע זאכן. איך טראכט אז מען קען עפענען אין די ישיבה בילדונג פאר די ווינטער זמן א מצה בעקעריי. אזוי ווי עס איז דא בני תורה מצות זאל זיין בני ישיבה מצות. מען וועט אויסלערנען די בחורים גוט די הלכות. עס איז דא זייער אסאך פאזיציעס אין א מצה בעקעריי. יעדער בחור וועט טרעפן אן ארבעט וואס ער האט ליב צו טון. מען וועט צאלן פאר די בחורים וויפיל מען צאלט פאר בחורים. עס האט א סאך מעלות, איך וועל אויסרעכענען א חלק. די ישיבה וועט מאכן געלט. די בחורים וועלן האבן וואס צו טאן און אויך מאכן געלט. די מצות וועלן אויך זיין ביליגער ווייל מען דארף נישט אויפהאלטן א פלאץ, און מען צאלט ווייניגער פאר די בחורים. מען דארף נישט ארויסגיין אין די פרעמד זיכן ארבעט. די משגיחים וועלן עכט טון זייער ארבעט מיטן זיכער מאכן אז די בעקעריי ווערט געפירט הונדערט פראצענט לויט די הלכה. אין די זומער זמן קענען די בחורים בויען סוכה ברעטער און עס פארקויפן פאר האלב די געלט וואס מען צאלט אין די געשעפטן. אין מיינע צייטן פלעגן די בחורים קניפן ציצית פאר א דאלער א ציצית. פאר וואס זאלן זיי נישט ווערן געהעריג באצאלט און טון א געהעריגע ארבעט?
און וואס טוט זיך מיט סופרות.. און משגיח זיין אין געשעפטן פאר כשרות מיט א הקדמה דערביי אין די בעיסיק הלכות.. און וואס טוט זיך אין די פלעצער ווי סאיז דא ציטריט צו א בית השחיטה? סאיז דא א ים צו טון!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מביןהאט געשריבן:↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)