סעלמאן פיש לכבוד שבת

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שוין לאנג געזוכט אן אשכול צו דיסקוסירן דעם מאכל סעלמאן פיש, וואס איז פון די מערסט געגעסענע מאכלים אין כלל ישראל.

ערשטע פראגע, וועלכע סארט סעלמאן פיש קויפט איר און וויפיל צאלט איר פאר א פונט?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צום אלעם ערשטן, ווי לאנג האט איר געזוכט? האט איר גענוצט די אייוועלט סערטש אפציע אדער גוגל?

צום נושא, איך עס נישט קיין סעלמאן, נאר געפילטע.
השם יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

די פרייז פאר סעלמאן פיש איז לעצטענס זייער שטארק ארויף, ס'איז איבעראל ביי אלע היימישע פיש סטאר'ס.

פאר אויסגעביינערטע (פילעיד) בעיבי סעלמאן פיש בעטן שוין היינט אסאך פיש סטאר'ס נאנט צו 20 טאלער א פונט.
רעגולע סעלמאן פילעיד בעט מען דאכט זיך א דאלער ביליגער פער פונט.
אוועטאר
אמתער
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:51 am

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמתער »

שכח פאר פתיחה...
איך זאג אז איך בין א אמת'עראבער איך האב מורא אז דאס איז די גרעסטע ליגענט....
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

אין ארץ ישראל פארקויפט מען סלמון נורווגי (לכאו' ע"ש נורווגען)
און דאס איז עולה על שולחני מדי שבת בשבתו
ס'קימט מיר אויס א סלייס ארום 15 שקל חדש.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע:אויפן Logi קיבאורד

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

איך בין א קרעזי פיש-לאווער

די מאכל פיש איז סאמטינג ווען ס'איז גוט איז עס משוגע פיין און דערקוויקענד, און ס'זעטיגט פאר לאנג, און גיבט אסאך כח.

יעצט צו דיין שאלה: איך בין נישט אינוואלוד אין די פיש אפטיילונג פון פונד, פרייזן וכו'.

איך באקום עס אין טעלאר אריין, און ס'בלייבט גארנישט איבער.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פשטא האט געשריבן:
איך בין א קרעזי פיש-לאווער

די מאכל פיש איז סאמטינג ווען ס'איז גוט איז עס משוגע פיין און דערקוויקענד, און ס'זעטיגט פאר לאנג, און גיבט אסאך כח.

יעצט צו דיין שאלה: איך בין נישט אינוואלוד אין די פיש אפטיילונג פון פונד, פרייזן וכו'.

איך באקום עס אין טעלאר אריין, און ס'בלייבט גארנישט איבער.
אויף יעדע רעסיט שטייט געווענליך די פרייז פער פונט, ווען מ'קויפט עס אין גראסערי שוין איינגעפאקט שטייט אויף די פעקל אויך
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8996
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

חידוש נפלא האט געשריבן:
די פרייז פאר סעלמאן פיש איז לעצטענס זייער שטארק ארויף, ס'איז איבעראל ביי אלע היימישע פיש סטאר'ס.

פאר אויסגעביינערטע (פילעיד) בעיבי סעלמאן פיש בעטן שוין היינט אסאך פיש סטאר'ס נאנט צו 20 טאלער א פונט.
רעגולע סעלמאן פילעיד בעט מען דאכט זיך א דאלער ביליגער פער פונט.
איך צאל בערך 16 דאלער א פונט סעלמאן, אנדערע פיש איז דען נישט ארויף?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

פשטא האט געשריבן:
יעצט צו דיין שאלה: איך בין נישט אינוואלוד אין די פיש אפטיילונג פון פונד, פרייזן וכו'.

איך באקום עס אין טעלאר אריין, און ס'בלייבט גארנישט איבער.
וויפיהל צאלט איר פאר'ן טעלער?
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אויב איינער האט אינאכט גענומען -ביין איינקויפן- אז דארטען ווי די סלייס פיש ווערט דינער, איז טאמער סאיז אויסגעדינט ווייזט עס איביסעל אויפן (שוואכן) קאוועליטעט פונעם גאנצען פיש אדרבה זייטס אליין בודק..
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

איך בין זיך מחי' מיט סעלאמאן פיש, אבער איך שטיי ווייט פון געבאקענע
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע:אויפן Logi קיבאורד

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

כ'וויל האט געשריבן:
פשטא האט געשריבן:
יעצט צו דיין שאלה: איך בין נישט אינוואלוד אין די פיש אפטיילונג פון פונד, פרייזן וכו'.

איך באקום עס אין טעלאר אריין, און ס'בלייבט גארנישט איבער.
וויפיהל צאלט איר פאר'ן טעלער?
די טעלער האב איך באקומען אלס דרשה געשאנק פון מיין שוויגער עלטערן.

כ'האב טאקע נישט קיין מושג פון ווי די טעלער קומט - כוועל באלד אריינקאלן דעם טעלער בל"נ.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דאכט זיך מיר אז סעלמאן איז לאקס פיש.. וואס דער מאור ושמש שרייבט אז עס האט א גרויסע שורש אין תורה.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אויך איז ראטזאם צו שמעקן די פיש (טאמער סאיז פישי פארשטייט זיך) נישט פרישע פיש שמעקט נישט דוט רבותי
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

סטריקטלי נאר בעבי סעלמאן, געקאכט אדער געבאקן קיין חילוק!!
וויפיל איך צאל? וויפיל דער גראסערימאן בעט!!...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

אז מרעדט שוין יא..... אהער מיט א גוטן רעסעפי, מוז קומען מיט א גוטן קאטשעניא!!
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מאור ושמש
(ליקוטים חולין ס"ו ע"ב) וז"ל :
ידוע בספרי קודש שכל הברואים יש להם שורש בעולמות העליונים,
והנה דגים באים מעולם באים מעולם קדוש וגבוה מאוד מאוד שהוא מרמז על עינא פקיחא כידוע מספרי קודש,
אשר על כן הזהירו לאכול בכל שבת דגים. והנה כל הנבראים נבראו בכח התורה הקדושה כידוע ממאמר חז"ל,
ומפני זה כל דבר שהוא מעולם היותר גבוה יש לו מקום גבוה בתורה כו',
ובדרך הלצה יש בנמצא מין דג הנקרא במדינתנו לאקו"ס, ויש לו סנפיר יותר על שארי הדגים,
והוא מפני שהוא מובחר ממיני הדגים, ובודאי יש לו שורש גדול בתורה.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
שוין לאנג געזוכט אן אשכול צו דיסקוסירן דעם מאכל סעלמאן פיש, וואס איז פון די מערסט געגעסענע מאכלים אין כלל ישראל.

ערשטע פראגע, וועלכע סארט סעלמאן פיש קויפט איר און וויפיל צאלט איר פאר א פונט?
ש'כויח פאר'ן עפענען די אשכול.

איך וויל זיך באצוען צו וואס מ'האט ארום געשמועסט אויף די עד'ס אשכול.
חוץ פון סארט פיש און ריינקייט, איז דא א גאר וויכטיגע זאך: פרישקייט!
דאס פאנגט זיך אן פון נעמען ביי א קוואלעטי סופלייער, איז ממשיך מיט גוטע פרידזידער אין געשעפט, און קען זיך אויך ווענדן אין די טעמפעראטור פון די דעליווערי טראק, און אפילו פון די געשעפט זעלבסט.
און אגב ריינקייט, ס'דא געשעפטן וואס יעדע פילעי גייט אריבער א סקענער צו זען אז ס'איז נישט בטעות געבליבן א ביינדל.
א פרייליכן שבת קודש!
אגב, קענסט יונתן שווארץ'ס ניגון? ר' אייזיק א פיש כאפער...
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

Thank you האט געשריבן:
אז מרעדט שוין יא..... אהער מיט א גוטן רעסעפי, מוז קומען מיט א גוטן קאטשעניא!!
די מיינסט אוודאי א גוטע קאטשעניא רעסעפי מיט אביסל פיש אינדערזייט...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע:אימבאקאנט

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

ווייט פיש האט געשריבן:
איך בין זיך מחי' מיט סעלאמאן פיש, אבער איך שטיי ווייט פון געבאקענע
ווייט פיש האט אויך ליב סעלאמאן?

וואט עבאוט ווייט פיש?
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ווי באוואוסט, יעדע מאכל איז משפיע אויף די תכונות הנפש פון א מענטש.
איז אינטערסאנט צו באמערקן,
סעלמאן פיש נאכן ווערן געבוירן ווערן זיי פארשלעפט מיט די שטראם, און פליען מטה מטה.
ווען זיי עלטערן זיך, פאנגען זיי אהן שווימען צוריק ארויף צו שטארבן ביים פלאץ וואו זיי זענען געבוירן.
זיי קענען ארויף שווימען/שפרינגען ריזיגע הויעכע וואסער פאלען! (און פון דעם קימט זייער ארגינעלע קאליר, וויל פון גרויס אנשטרענגונג גייט אריין בליט אין זייער פלייש).
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ר' דן האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:
איך בין זיך מחי' מיט סעלאמאן פיש, אבער איך שטיי ווייט פון געבאקענע
ווייט פיש האט אויך ליב סעלאמאן?

וואט עבאוט ווייט פיש?
זאג נאר, א פיש כאפער האט ליב פיש?

דאן פארוואס פאנגט ער זיי?
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אוראייניקל האט געשריבן:
דאכט זיך מיר אז סעלמאן איז לאקס פיש.. וואס דער מאור ושמש שרייבט אז עס האט א גרויסע שורש אין תורה.
דער עולם באציט זיך דא צו סעלמאן און בעיבי סעלמאן כאילו זיי וואלטן געווען ברודער אדער אפשר גאר א מאמע מיר איר בעיבי, להוי ידוע אז לא קרוב זה אל זה, זיי זענען צוויי אנדערע סארט פישן.

דער בעיבי סעלמאן האט לכאורה נישט קיין שייכות צום לאקס.

דאכט זיך מיר אז אין די אלגעמיינע מארקעט איז נישט פארהאן אזא פיש מיטן נאמען בעיבי סעלמאן (דער בעיבי פון א סעלמאן פיש רופא אפשר אזוי) דער נאמען האבן די היימישע סוחרים געגעבן צוליב די חשיבות וואס סעלמאן האט ביי חסידישע אידן.

אונזער אזוי גערופענע בעיבי סעלמאן וואס איז גראדע זייער א געשמאקע פיש און האט א שטארק ענליכע קאליר צו סעלמאן רופט זיך אין די אלגעמיינע מארקעט טראוט פיש Trout fish.
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

ווייט פיש האט געשריבן:
איך בין זיך מחי' מיט סעלאמאן פיש, אבער איך שטיי ווייט פון געבאקענע
גא"מ
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע:אימבאקאנט

Re: סעלמאן פיש לכבוד שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

יודל קליין האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
דאכט זיך מיר אז סעלמאן איז לאקס פיש.. וואס דער מאור ושמש שרייבט אז עס האט א גרויסע שורש אין תורה.
דער עולם באציט זיך דא צו סעלמאן און בעיבי סעלמאן כאילו זיי וואלטן געווען ברודער אדער אפשר גאר א מאמע מיר איר בעיבי, להוי ידוע אז לא קרוב זה אל זה, זיי זענען צוויי אנדערע סארט פישן.

דער בעיבי סעלמאן האט לכאורה נישט קיין שייכות צום לאקס.

דאכט זיך מיר אז אין די אלגעמיינע מארקעט איז נישט פארהאן אזא פיש מיטן נאמען בעיבי סעלמאן (דער בעיבי פון א סעלמאן פיש רופא אפשר אזוי) דער נאמען האבן די היימישע סוחרים געגעבן צוליב די חשיבות וואס סעלמאן האט ביי חסידישע אידן.

אונזער אזוי גערופענע בעיבי סעלמאן וואס איז גראדע זייער א געשמאקע פיש און האט א שטארק ענליכע קאליר צו סעלמאן רופט זיך אין די אלגעמיינע מארקעט טראוט פיש Trout fish.
אינטרעסאנטע חידושים
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”