ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!
איז אזוי, אינפלאציע ציפט אונז אלע.. סאיז אבער נישטא צופיל צו טון איבער דעם, סאיז א מכת מדינה, הגם מקען קויפן אסאך אויף אמאל אויף באלק און אזוי ארום שניידן די גראסערי קאסטן מיט א שיין ביסל אבער די פראבלעם הייבט זיך אן מיט פראדוקטן וועלכע דארפן א היימישע הכשר און דארטן הערשט א טאטאלע מאנאפאל פון קארגע 5 קאמפאניס וועלכע מאכן אויס כמעט 90 פראצענט פון די גראסערי פראדוקטן און זיי טוען מיטן עולם וואס אימער זיי ווילן. אין די צייט וואס די אלגעמיינע אינפלאציע אין גראסערי פראדוקטן שטייט ביי ארום 12 פראצענט שטייט די היימישע "אזוי גערופענע" אינפלאציע ביי 30-35 פראצענט (!!!) און מיר אלע ביזי מענטשן קענען זיך אויפן קאפ שטעלן.. מיר האבן צוויי ברירות.. אדער יא קויפן אדער נישט קויפן..
איז אזוי. בכדי צו טרעפן א לעזונג צו א פראבלעם דארפן מיר עס קודם קלאר אידענטיפיצירן, ווי די מאמר חז"ל לויטעט; שאלת חכם חצי תשובה. פארוואס טאקע זענען די אידישע פרייזן הויעך? די ענטפער איז פשוט, סאיז דא א מאנאפאל!! די כלל איז בדוק ומנוסה; איינמאל קאפיטאליזם קומט אריין אין בילד ווערן די פרייזן אטאמאטיש געזעצט!!
איינמאל מיר פארשטייען אז די פרייזן פראבלעם באשטייט פון א חיסרון אין קאמפעטישאן איז אונזער לעזונג זייער קלאר; איינשטעלן א מאסיווע קאמפעטישאן אין די עסן אינדוסטריע!! אבער וויאזוי? פאוואליע...
מיר אלע זענען ציגעוואוינט צו ברענד נעים אייטעמס אויף וועלכע מיר ווילן נישט אויפגעבן, איר וועט ווייטער קויפן די JJ קריעם טשיז (בלויז א דוגמה) אפילו די אנדערע זענען ביליגער.. איז וואר? ני ווער איז דער וואס לאזט נישט צו קיין קאמפעטישאן? מיר די קאנסומערס!!! ווער רעדט נאך ווען די אףף ברענד פראדוקטן זענען נישט אזוי געשמאק און נאך טייערער נאך אויכעט ווי די געהעריגע ברענד... ניטאמאל אין חלום זאל עס מיר קומען!!
למען האמת, די ריזן קאמפעניס האבן די גראסעריס ביים קארג אויכעט.. אויב נעמסטו אריין ברענד פלוני קענסטו פארגעסן פון מיין גאנצע רייע פון פראדוקטן און דער גראסערי קען פשוט צישפארן.. אבער סאיז נישט ממש אזוי. און ווער רעדט נאך אויב געוויסע כשרע ברענדס וועלן אנהייבן צו ווערן פארקויפט עקסקלוסיוולי אנליין... מקען נישט ממש סטראשענען קיין גראסעריס.
אמאל האבן די גראסעריס זיך צאמגענומען אויף איין אזא מאנאפאל קאמפעני אין וועלכע א טייל גראסעריס האבן גענומען פון זיין קאמפעטישאן און א טייל נישט.. יענער קאמפעני האט טאקע אויפגעהערט צו סופלייען די גראסעריס וועלכע האבן אריינגענומען זיין קאמפעטישאנס ברענד און די אנדערע גראסעריס האבן זיי רי-סופלייט דורכן ארדערן מער וויפיל זיי דארפן (ברם יזכר האיש לטובה ר' וועלוול גאלדשטיין וועלכער איז געשטאנען דערינטער)..
אלענפאלס, ס'סטראשעט זיך נישט אזוי גרינג די גראסעריס און זיי אליינס ווייסן אז סאיז נישט מער ווי א קאצן שפרינג אז סזאל זיך עפענען אנליין כשרע גראסעריס אדער גאר אז געוויסע נייע ברענדס זאלן זיך אנהייבן פארקויפן עקסקלוסיוולי אנליין.. קיינער וויל נישט איבערציען די שטריק אין א וועלט פון קאמפעטישאן.. אפילו נאר פאטענציאלע קאמפעטישאן.. במילה איז אונזער עצה קלאר: מיר מוזן איינשטעלן קאמפעטישאן אין די עסן מארקעט!!
אקעי גענוג געווען.. לאמיר גיין צו די עצות
1מיר גייען מאכן א ווינט צו קויפן בלויז די אףף ברענד פראדוקטן.. אפילו ווען סאיז טייערער און אפילו ווען סאיז ווייניגער געשמאק!!
מיר האבן גארנישט קעגן די גרויסע קאמפעניס מיר ווילן פשוט צוריק איינשטעלן קאפיטאליזם אין די כשרע עסן מארקעט!!
בלי נדר, מיר וועלן עפענען א פרישע "אףף ברענד אידענטיפיקאציע אשכול" וועלכע גייט אידענטיפיצירן די אלע ברענדס וועלכע באלאנגען "נישט" צו די ריזיגע קאמפעניס און מיר וועלן אדורכגיין אייטעם ביי אייטעם און אידענטיפיצירן די אףף ברענד קאמפעניס (אוואדע האף איך אויף דעם ציבורס הילף, כבין נאר דער מתחיל) און בשם השם נעשה ונצליח.. אויב דער עולם וועט אנהייבן שטיצן די פאר פארבליבענע קליינע קאמפעניס וועט עס זיי ערלויבן זיך צו אויסברייטערן און אין די נאנטע צוקונפט און איינשטעלן א באלאנס אין די כשרע עסן מארקעט.
נאכאמאל. ביטע נישט קוקן אויף קיין פרייזן. לאמיר יא קוקן אויף איינשטעלן קאמפעטישאן און א באלאנס צו די ריזן מאפיא עסטעבלישמענט און זיי פשוט אינטערברעכן דורכן בויען קאמפעטישאן. די ביליגע עסן פרייזן גייען ממילה נאכקומען...!!! ביטע נישט קוקן אויף די פרייזן כרגע.
נאך עצות צו לעזן די עסן פרייזן קריזיס
2לאמיר אנהייבן לעבן סימפל. אפשר קענען מיר אליינס קענען און סטארידזשן פראדוקטן? אפשר קענען מיר אליינס מאכן רוב סאוסעס וכו'?
בלי נדר וועלמיר עפענען א נייע אשכול מיט געכשרטע ווידעאוס פון פראדוקטן וואס מקען אליינס מאכן
לאמיר זיך כאפן אז די סטאנדארט און קאנפערט אין וואס מיר זענען פארכאפט ערלויבט די עסטעבלישמענט צו מאכן פורים פון אונז.. וויפיל פראדוקטן קענען מיר אליינס מאכן און סטארידזשן פאר די יאר און דערצו פאר גאר ביליג? אסאאך!!!!
3לאמיר מחזק זיין די אשכול וועלכע אידענטיפיצירט די זאכן וועלכע דארפן נישט קיין השגחה און אזוי ארום ארויסהעלפן אחינו בני ישראל זיך אן עצה צו גיבן.
אזוי אויכעט, ווער סקען ארויסהעלפן ר' אליעזר קרויס אין זיין קאושער ליסט פראיעקט תבא עליו ברכה
כבין נישט קיין בעליווער איז איינשטעלן וועד'ן, רבנים, עסקנים, תקנות און חרמות... פלעין סגייט זיך נישט אויסארבעטן.. מרעד מיר דא פון רעאליסטישע זאכן וואס איך און אייך קענען שוין "היינט" "יעצט" טון מיט שטוינענדע ווייטגרייכענדע רעזאלטאטן
כבין בעצם מסכים מיט ר' לעיזערן אז מדארף א קאושער ליסט אבער אנפארטשענעטלי.. אפילו אין די מאדערענע וועלט אפערירן בערך די זעלבע פאר קאמפעניס אינטער אנדערע ברענדס.. סאו.. די היימישע עולם דארף אידענטיפיצירן די מינופלירער.. אדער בעסער די "נישט מיניפולירער" די אףף ברענד קליינע קאמפעניס און זיי גאר שטארק שטיצן.
(א ריזן ייש"כ @יקוש פייוויש פארן צישטאנד ברענגען דעם אשכול)
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)