פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

אחראי: יאנאש

אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע:ווי די טראבעל געשעט

פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

לכבוד מיין טייערע ברידער.

ניין. די קענסט דאס שוין טאקע נישט ליינען, אבער מיין בלוט פארשמירטע הארץ און מיינע פארטרערטע אויגן קענסטו אוודאי נאך זעהן...

מיין טייערע ברידער איך בענק זיך נאך דיר.

אינאיינעם זענען מיר אויפגעוואקסען, צווישן די זעלבע פיר ווענט האבן מיר געטאנצען און זיך געשלאגן, און איין נעסט האבן מיר זיך געהאדעוועט, פון איין פאר עלטערן האבן מיר ביידע גענאסן פון אן ענדלאזע קוואל פון ליבשאפט און ווארעמקייט, צוזאמען האבן מיר געלאכט און געוויינט... ווי ברידער, אמת'ע ברידער.
אבער ווען אינז האב אנגעהויבן אינטערוואקסען האבן זיך אינזערע דיפערנצען מער אנגעהויבן ארויסצושיילען, בעת וואס איך בין געווען מער דער אויבערפלעכליכע, פרייליכע, ליפטיגע טיפ האסטו זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מער א סענסיטיווער, פארמאכטע נשמה.
דיינע איידעלע צארטע געפילן אינאיינעם מיט דיין הערמעטיש פארמאכטע כאראקטער האבן געפאדערט עקסטערע דאזעס פון ווארימקייט און ליבשאפט וואס אינזערע געטרייע עלטערען האבן דיר דאס אוודאי גערן געשאנקען.
אבער, דיינע אנדערע ארומיגע האבן דיינע ספעציעלע געפילן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט, און בשוגג און אומדירעקט געטרויטן און אריינגעשניטען אין דיינע ווייכע האקעלע געפילן, אנגרייטענדיג און אויספלאסטערענדיג די רעזולטאטן וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
איך וועל נישט אריינגיין און די גאנצע אריכות וויאזוי פונקטליך דאס איז צוגעגאנגען אבער אין א גאר קורצע צייט האסטו זיך געפינען אויפן גאס און זיך דרייענדיג איבערן טאג מיט כל צרוע וכל זב...
ווערטער זענען צו ארעם צו באשרייבן די צער פון אינזערע עלטערען און פון די גאנצע פאמיליע וואס האבן ליידער צוגעזען ווי די בראך שפילט זיך דא אויס פארענט פון זייערע אויגען, אבער נאכמער אומבאגרייפלעך איז געווען ''דיין'' צער.
ניין ברידער, מיר האבן נישט געזען קיין קליינע קאפלעך, קאלירטע העמעדער , און דזשינס הויזן... אינז האבן געזען א פארווייטאגט בלוטיג הארץ וואס זיכט זיך אליינס און וועלט ווי ער זעהט נאר פיינט און שלעכטס.
טאטי און מאמי האבן דאס געזען, איך האב דאס געזען, די אנדערע געשוויסטער האבן דאס געזען. אבער נאך איינער האט דאס באמערקט און ער האט דאס אויסגעניצט פאר זיינע אייגענע שוידערליכע געלטגייציגע צוועקן דורכן דיר פארשלאגן אן אנבאט וואס די האסט דאן נישט געהאט די כוחות אפצוזאגען.
געקומען צו דיר איז ער מיטן פולען חסידישן לבוש און טראגע און דיר אנגעטראגען אן א.ג. 'לעזונג' צו אלע דיינע פראבלעמען און מיטמאכענישן.
געמאכט האט ער עס אזוי גלאנציג און שיין, געזאגט האט ער דיר אז ער זעלבסט ניצט דאס, מבטיח געווען אז האלב שטאט טוט דערין, דיר איינגערעדט אז ער מיינט גאר דיין טובה און נישט זיין געלט...

ביסט נישט בייגעשטאנען די נסיון.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שמעק דא און א גערוך דארט, מיר האבן זיך אבער נאך געלאזט/געוואלט נער'ן אז ס'קומט נישט פון דיר נאר פון די 'חברים' מיט וועם די דרייסט דיך.
אבער ווי דער כלל ביי די סחורה איז אז איינס ברענגט צוויי און צוויי ברענג פיר, האסטו עס צו לאנג נישט געקענט באהאלטען.
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט ציגארעטלעך מיט אן 'אינטערסאנטע' גערוך און טשאקלאד באר'ס, אבער פון דארט איז ליידער געווען א קאצן-שפרינג צו שטויב, בראוני'ס, און ביזן זיך זעלבסט שטעכן...
הוי! ס'כאפט א שוידער זיך צו דערמאנען פון יענע צייטן, די זכרונות פון די טעג מיט דיינע ליידיגע אויגן, דיינע ווילדע אומקאנטראלירבארע געלעכטער און געוויין אויסברוכען, דיינע הבטחות צו זיך אליינס יעדען טאג אז 'די הערסט אויף יעצט', שיקט שאק כוואליעס איבער מיין גאנצע קערפער יעצט בשעת איך זיץ און שרייב.
דיין געלטגייציגע 'סופלייער' האט נישט אויפגעהערט דיר צו ברענגען 'בעסערע' און 'שטערקערע' סחורה, די האסט אינז פון צייט צו צייט פרובירט מבטיח צו זיין אז די ווייסט וואס די טוסט, אבער די היפש אפטע רופן פון שפיטאל אדער פאליציי אז מ'האט דיר געפינען און א זייטיג געסל באוואוסטלאז האט אונז שוין פארציילט דאס ווארהייט....
ביי א געוויסע פונקט האסטו זיך יא דערכאפט, און זיך פרייוויליג איינגעשריבן אין א ריהעב פאר דראג אדיקציע, מיר די פאמיליע האבן גערן געצאלט די 'טאטע געלט' וואס די פראגראמען קאסטען אבי דיר ארויסצונעמען פון דיין קלעם און צוריקבאקומען אינזער ברידער.
דורכאויס די היפש רואיגע תקופה האסטו זיך צו מיר מערערע מאל ארויסגעכאפט מיט די ווערטער 'איך בין איהם נישט מוחל...' אינז אלע האבן גאנץ גוט געוויסט ווער דער 'ער' איז.

טייערע ברידער. מיין גאנצע גוף ציטערט, און איז באדעקט מיט א קאלטע שווייס ווען איך דערמאן זיך די מינוט ווען די טעלעפאון קאול איז אנגעקומען.

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ווייל דיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן.

אויף אינזער היסטערישע אנפראגע וויאזוי דאס האט געקענט יעצט פאסירען איז די ענטפער געווען שודערליך און קלאר. נאכן וויילען אינעם סענטער פאר א שיינעם תקופה איז דיין צארטע גוף שוין נישט געווען געוואינט צו נעמען אזוינע גרויסע דאזעס ווי בעפאר, אבער דא איז ווידער אריינגעקומען אינעם בילד דער נחש הקדמוני מיטן חסידישן פרצוף וואס פילענדיג אז ער פארלירט אזא פעטן העכטל ווי דיר און זיינע קעשענע'ס וועלן אביסעל דינער ווערן, האט ער דיר ארויסגענימען פאר א נאכטמאל און דיר דערביי געשאנקען א 'מתנה' וואס איז ליידער געווען דיין איין וועג טיקעט צום עולם שכולו טוב.

ברידער טייערע, די ביסט שוין אויפן עולם האמת. דאס אז די האסט פארמאגט א בחירה און זיך געדארפט שטארקען, איז אוודאי אמת.

אבער איז דיין 'סופלייער גענצליך ריין פון שולד?

אוודאי און אוודאי נישט!

און צו קען איך דאס פארשווייגען?

ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.
לעצט פארראכטן דורך באבע מעשה אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 3:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שוידערליך און הארץ רייסנד!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
intellectual
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

איך וויין מיט!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

איך וויין.

רירענד ביז גאר.

זאל שוין זיין דער ויאמר למלאך המשחית רב עתה הרף ידך.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

WOW

כ'האף ס'איז נאר א משל און נאר א @באבע מעשה
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווערטערלאז
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נישט פשוט! זייער עמאציאנעל!
די הארץ ווערט פשוט צופלאצט!
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ווייטאגליך ביז גאר.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

2020-02-04.png
2020-02-04.png (131.37 KiB) געזען 9468 מאל
צי באקומען טעקסט מסג' פון
1: Kolhaolam
2: TheBelaaz
3: SatmarHQ
4: WMSBG
5: KollelBudget
6: BoroPark24
7: YossiGestetner

קליק דא

מיינע גליונות קלעקשען
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

אוי באשעפער! מ׳דארף רודערן א וועלט!
די משחיתים דרייען זיך אין די גאסן, מ׳זאלצט איין יונגע צובראכענע נשמות, מ׳הארגעט אוועק דורות מיט די סחורה, אבער מיר טארן נישט רעדן דערפון… מיר טארן נישט רודערן דערוועגן… וויפל נאך אידישע נשמות וועט דאס קאסטן? ווי לאנג וועט נעמען ביז די משחיתים וועלן זיך טרעפן מיט קייטלעך?

יעדער וואס קען, יעדער וואס זעט, יעדער וואס הערט, רידערטס אויף א וועלט!

אמאל א בחור וואס איז ארויסגעפאלן פון די סיסטעם האט ער געגנבט א קאר, צובראכן אפאר שויבן פון הודא טעגלאש, געטרינקען ביר ליל שישי.
אפאר יאר צוריק א בחור וואס איז ארויסגעפאלן פון די סיסטעם האט מען ליידער זיך אנגעהויבן אנקוקן מיט גוישע מאווי׳ס, געקויפט א פאון, געגאנגען ארבעטן, זיך געטראפן א שידוך אליינס… שוין…
היינט צוטאגס, יעדער שמויגער איז דן למיתה!! הייבט זיך אן מיט א טשאקלעט, און ענדיגט זיך אין שפיטאל. היינט איז עס מאראכוואנא, מארגן איז עס קאקעין. שומו שמים!
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

זייער שרעקעדיג
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אויב איינער וויל פארשטיין וויאזוי א הארץ כאפט א קניפ פון ווייטאג זאל ער ליינען די א.ד. תגובה
כהאף אז סאיז נאר א משל כאיוב לא היו אדער אפשר דאס שפילט זיך אפ ביי גוים לאמיר זיך אזוי וואונטשען און אויב סאיז אמת דאן
און צו קען איך דאס פארשווייגען?

ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה!
זיי מוחל און קום ארויף אויפן באלעמער (דורך שלוחים וכו') און רודער א וועלט פארשווייג עס טאקע נישט
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
זיכמעך
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 4:25 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכמעך »

מיינע אויגן זענען רויט, איך קען אפילו נישט טראכטן גראד, וועל איך לאזן די מחשבות ביי מיר און נישט אויסקלאפן אויפן וועלטל...
איך זוך די ווערטער מסביר צו זיין פארוואס איך זיכמעך.
אוועטאר
זיכמעך
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 4:25 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכמעך »

טשעירמאן האט געשריבן:
אויב איינער וויל פארשטיין וויאזוי א הארץ כאפט א קניפ פון ווייטאג זאל ער ליינען די א.ד. תגובה
כהאף אז סאיז נאר א משל כאיוב לא היו אדער אפשר דאס שפילט זיך אפ ביי גוים לאמיר זיך אזוי וואונטשען און אויב סאיז אמת דאן
און צו קען איך דאס פארשווייגען?

ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!

קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה!
זיי מוחל און קום ארויף אויפן באלעמער (דורך שלוחים וכו') און רודער א וועלט פארשווייג עס טאקע נישט
ניין עס איז נישט קיין משל נאכאמאל עס איז נישט קיין משל(איך פערזענליך בין באקאנט מיט צוויי אזעלכע פעלער).
איך זוך די ווערטער מסביר צו זיין פארוואס איך זיכמעך.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אין מילים....

אוי טאטע העלף אונז שוין

די פאר טרערעלעך וואס אונז פארלאזן בשעתן דאס ליינען פארלאזן די משפחות טעגליך.... ס'איז הימלשרייענד
חינוך האט געזיגט!
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אמת'ע מעשה?

זיכמעך, האקט

וואס האט מען געזאגט פאר די גאס ביי יענע 2 מעשיות, פון וואס זענען זיי אוועק?
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

שמן זית האט געשריבן:
אמת'ע מעשה?

זיכמעך, האקט

וואס האט מען געזאגט פאר די גאס ביי יענע 2 מעשיות, פון וואס זענען זיי אוועק?
נישט אויפגעשטאנען צופרי, עמאניע, עקסעדענט אין קענטאקי, געבורט פעלער… און ליידער ליידער רוב מאל ווייסט טאקע די גאס וואס די מעשה איז געווען…
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע:ביים פערד סוחר

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

איך האב א חבר א רייסער... הערצעך אונטער די פאליס און פייער ראדיא וכו'. ער פארשטייט שוין די שפראך...

זאגט ער מיר, ווען מענטשן זאלן וויסן וויפיל אזעלכע מעשיות געשען ביים היימישן ציבור וואלט מען אראפ פון זינען...
זונדל'ס א ברודער
אוועטאר
זיכמעך
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 4:25 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכמעך »

שמן זית האט געשריבן:
אמת'ע מעשה?

זיכמעך, האקט

וואס האט מען געזאגט פאר די גאס ביי יענע 2 מעשיות, פון וואס זענען זיי אוועק?
ביי איין מעשה האט דער גאס פונקטליך געוואוסט, אז איך וועל דיר שרייבן דעטאלן וועסטו זיך זיכער דערמאנען (איך וויל נישט דא שרייבן וד"ל) אויב האלסטו מיט די נייעס, די צווייטע האט מען טאקע פארווישט אבער איך בין גאר נאנט מיט א ברודער פונעם קרבן און איך האב מיטגעהאלטן דעם טלטול הדרך פון די ירידות, טראומע, ריהעב און ליידער דעם ביטערן שוידערליכן סוף און ביי ביידעגעשיכטעס איז א היימישע אגענט געווען אינוואלווד.

זיכמעך האקט נישט...
איך זוך די ווערטער מסביר צו זיין פארוואס איך זיכמעך.
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע:ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

טייערע חברים דא.
הלוואי וואלט די מעשה נאר געווען א בייזן חלום און איך וואלט זיך אויפגעוועקט אין א בעט שלאפענדיג דאבעל'ט א'פ מיט מיין ברידער.... ס'איז ליידער נישט אזוי!
אבער פריינט לאמיר נישט פארגעסען די הויפט נקודה פארוואס כ'האב מיר געזעצט שרייבן די ארטיקעל וואס האט מיר געקאסט נישט ווייניג כוחות און טרערען, די פשוט און פראסטע 'דראג דילערס' וואס דריין זיך בינינו און כאפען אריין אומשולדיגע צומישטע נשמות בלויז כדי זיך צו אנפאקען די קעשענעס מיט בלוט געלט!
יא! די טיטעל 'דראג דילער' ברענגט ארויף אינעם געדאנק א באנדיט אנע ציין וואס דרייט זיך אין א דזשונגאל אין קאלאמביע... אבער ס'ווייט פון דעם. ער וועט גיין מיט היט און רעקל, און אפי' געפעפעטע הויזן אויב ס'פעלט זיך אויס... אבער א מערדער און א נשמה כאפער איז ער.
אוועטאר
זיכמעך
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 4:25 pm

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכמעך »

באבע מעשה האט געשריבן:
טייערע חברים דא.
הלוואי וואלט די מעשה נאר געווען א בייזן חלום און איך וואלט זיך אויפגעוועקט אין א בעט שלאפענדיג דאבעל'ט א'פ מיט מיין ברידער.... ס'איז ליידער נישט אזוי!
אבער פריינט לאמיר נישט פארגעסען די הויפט נקודה פארוואס כ'האב מיר געזעצט שרייבן די ארטיקעל וואס האט מיר געקאסט נישט ווייניג כוחות און טרערען, די פשוט און פראסטע 'דראג דילערס' וואס דריין זיך בינינו און כאפען אריין אומשולדיגע צומישטע נשמות בלויז כדי זיך צו אנפאקען די קעשענעס מיט בלוט געלט!
יא! די טיטעל 'דראג דילער' ברענגט ארויף אינעם געדאנק א באנדיט אנע ציין וואס דרייט זיך אין א דזשונגאל אין קאלאמביע... אבער ס'ווייט פון דעם. ער וועט גיין מיט היט און רעקל, און אפי' געפעפעטע הויזן אויב ס'פעלט זיך אויס... אבער א מערדער און א נשמה כאפער איז ער.
איז וואס קען מען טון? וויינען האבן מיר גענוג געוויינט, איז דא עפעס אן עצה?
איך זוך די ווערטער מסביר צו זיין פארוואס איך זיכמעך.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: פארוואס האסטו געהארגעט מיין ברידער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.

צ/ק

די קשיא דא אין דעם קעפל איז, ווי מען זאל פרעגן פון א פאר'חלש'טן, פארוואס ער האט בלא יודעים גע'הרג'עט עמיצן. די עכטע קשיא איז באמת: פארוואס האבן מיר בכלל פאר'חלש'טע.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”