פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
ניין. די קענסט דאס שוין טאקע נישט ליינען, אבער מיין בלוט פארשמירטע הארץ און מיינע פארטרערטע אויגן קענסטו אוודאי נאך זעהן...
מיין טייערע ברידער איך בענק זיך נאך דיר.
אינאיינעם זענען מיר אויפגעוואקסען, צווישן די זעלבע פיר ווענט האבן מיר געטאנצען און זיך געשלאגן, און איין נעסט האבן מיר זיך געהאדעוועט, פון איין פאר עלטערן האבן מיר ביידע גענאסן פון אן ענדלאזע קוואל פון ליבשאפט און ווארעמקייט, צוזאמען האבן מיר געלאכט און געוויינט... ווי ברידער, אמת'ע ברידער.
אבער ווען אינז האב אנגעהויבן אינטערוואקסען האבן זיך אינזערע דיפערנצען מער אנגעהויבן ארויסצושיילען, בעת וואס איך בין געווען מער דער אויבערפלעכליכע, פרייליכע, ליפטיגע טיפ האסטו זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מער א סענסיטיווער, פארמאכטע נשמה.
דיינע איידעלע צארטע געפילן אינאיינעם מיט דיין הערמעטיש פארמאכטע כאראקטער האבן געפאדערט עקסטערע דאזעס פון ווארימקייט און ליבשאפט וואס אינזערע געטרייע עלטערען האבן דיר דאס אוודאי גערן געשאנקען.
אבער, דיינע אנדערע ארומיגע האבן דיינע ספעציעלע געפילן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט, און בשוגג און אומדירעקט געטרויטן און אריינגעשניטען אין דיינע ווייכע האקעלע געפילן, אנגרייטענדיג און אויספלאסטערענדיג די רעזולטאטן וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
איך וועל נישט אריינגיין און די גאנצע אריכות וויאזוי פונקטליך דאס איז צוגעגאנגען אבער אין א גאר קורצע צייט האסטו זיך געפינען אויפן גאס און זיך דרייענדיג איבערן טאג מיט כל צרוע וכל זב...
ווערטער זענען צו ארעם צו באשרייבן די צער פון אינזערע עלטערען און פון די גאנצע פאמיליע וואס האבן ליידער צוגעזען ווי די בראך שפילט זיך דא אויס פארענט פון זייערע אויגען, אבער נאכמער אומבאגרייפלעך איז געווען ''דיין'' צער.
ניין ברידער, מיר האבן נישט געזען קיין קליינע קאפלעך, קאלירטע העמעדער , און דזשינס הויזן... אינז האבן געזען א פארווייטאגט בלוטיג הארץ וואס זיכט זיך אליינס און וועלט ווי ער זעהט נאר פיינט און שלעכטס.
טאטי און מאמי האבן דאס געזען, איך האב דאס געזען, די אנדערע געשוויסטער האבן דאס געזען. אבער נאך איינער האט דאס באמערקט און ער האט דאס אויסגעניצט פאר זיינע אייגענע שוידערליכע געלטגייציגע צוועקן דורכן דיר פארשלאגן אן אנבאט וואס די האסט דאן נישט געהאט די כוחות אפצוזאגען.
געקומען צו דיר איז ער מיטן פולען חסידישן לבוש און טראגע און דיר אנגעטראגען אן א.ג. 'לעזונג' צו אלע דיינע פראבלעמען און מיטמאכענישן.
געמאכט האט ער עס אזוי גלאנציג און שיין, געזאגט האט ער דיר אז ער זעלבסט ניצט דאס, מבטיח געווען אז האלב שטאט טוט דערין, דיר איינגערעדט אז ער מיינט גאר דיין טובה און נישט זיין געלט...
ביסט נישט בייגעשטאנען די נסיון.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שמעק דא און א גערוך דארט, מיר האבן זיך אבער נאך געלאזט/געוואלט נער'ן אז ס'קומט נישט פון דיר נאר פון די 'חברים' מיט וועם די דרייסט דיך.
אבער ווי דער כלל ביי די סחורה איז אז איינס ברענגט צוויי און צוויי ברענג פיר, האסטו עס צו לאנג נישט געקענט באהאלטען.
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט ציגארעטלעך מיט אן 'אינטערסאנטע' גערוך און טשאקלאד באר'ס, אבער פון דארט איז ליידער געווען א קאצן-שפרינג צו שטויב, בראוני'ס, און ביזן זיך זעלבסט שטעכן...
הוי! ס'כאפט א שוידער זיך צו דערמאנען פון יענע צייטן, די זכרונות פון די טעג מיט דיינע ליידיגע אויגן, דיינע ווילדע אומקאנטראלירבארע געלעכטער און געוויין אויסברוכען, דיינע הבטחות צו זיך אליינס יעדען טאג אז 'די הערסט אויף יעצט', שיקט שאק כוואליעס איבער מיין גאנצע קערפער יעצט בשעת איך זיץ און שרייב.
דיין געלטגייציגע 'סופלייער' האט נישט אויפגעהערט דיר צו ברענגען 'בעסערע' און 'שטערקערע' סחורה, די האסט אינז פון צייט צו צייט פרובירט מבטיח צו זיין אז די ווייסט וואס די טוסט, אבער די היפש אפטע רופן פון שפיטאל אדער פאליציי אז מ'האט דיר געפינען און א זייטיג געסל באוואוסטלאז האט אונז שוין פארציילט דאס ווארהייט....
ביי א געוויסע פונקט האסטו זיך יא דערכאפט, און זיך פרייוויליג איינגעשריבן אין א ריהעב פאר דראג אדיקציע, מיר די פאמיליע האבן גערן געצאלט די 'טאטע געלט' וואס די פראגראמען קאסטען אבי דיר ארויסצונעמען פון דיין קלעם און צוריקבאקומען אינזער ברידער.
דורכאויס די היפש רואיגע תקופה האסטו זיך צו מיר מערערע מאל ארויסגעכאפט מיט די ווערטער 'איך בין איהם נישט מוחל...' אינז אלע האבן גאנץ גוט געוויסט ווער דער 'ער' איז.
טייערע ברידער. מיין גאנצע גוף ציטערט, און איז באדעקט מיט א קאלטע שווייס ווען איך דערמאן זיך די מינוט ווען די טעלעפאון קאול איז אנגעקומען.
מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ווייל דיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן.
אויף אינזער היסטערישע אנפראגע וויאזוי דאס האט געקענט יעצט פאסירען איז די ענטפער געווען שודערליך און קלאר. נאכן וויילען אינעם סענטער פאר א שיינעם תקופה איז דיין צארטע גוף שוין נישט געווען געוואינט צו נעמען אזוינע גרויסע דאזעס ווי בעפאר, אבער דא איז ווידער אריינגעקומען אינעם בילד דער נחש הקדמוני מיטן חסידישן פרצוף וואס פילענדיג אז ער פארלירט אזא פעטן העכטל ווי דיר און זיינע קעשענע'ס וועלן אביסעל דינער ווערן, האט ער דיר ארויסגענימען פאר א נאכטמאל און דיר דערביי געשאנקען א 'מתנה' וואס איז ליידער געווען דיין איין וועג טיקעט צום עולם שכולו טוב.
ברידער טייערע, די ביסט שוין אויפן עולם האמת. דאס אז די האסט פארמאגט א בחירה און זיך געדארפט שטארקען, איז אוודאי אמת.
אבער איז דיין 'סופלייער גענצליך ריין פון שולד?
אוודאי און אוודאי נישט!
און צו קען איך דאס פארשווייגען?
ניין. ניין. און נאכאמאל ניין!
קול דמי אחינו צעקים אלי מן האדמה.