פיוטים ופייטנים, ועל הפיוט 'וכל מאמינים'

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

פיוטים ופייטנים, ועל הפיוט 'וכל מאמינים'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

די פיוט 'וכל מאמינים' האט געצויגן מיין אינטערעסע, אין די פארגאנגענע ימים נוראים. קען זיין ווייל ווייל איך האב משום איזה סיבה א שטארקע התעוררות ביי דער פיוט. עכ"פ איך האב אנגעהויבן נאך צו קוקען די היסטאריע פון די פיוט און ווער עס האט איר מחבר געווען און איך האב דערווייל נישט געטראפן.

צויי אינטרעסאנטע זאכן האב איך אבער יא באמערקט.

1)דאס איז פון די איינציגסטע (דאכצעך אז עס איז די איינציגסטע) פיוטים וואס שטייט אין די סידור האר"י מיט ספעציעלע כוונות דערויף.

2)עס איז פון די איינציגסטע פיוטים וואס די תימנ'ער זאגן אויך.

דאס האט מיך געמאכט קומען צום החלטה אז עס איז א פיוט וואס די אנשי כנה"ג האבן איר מחבר געווען.

בין איך גערעכט מיט דעם? וואו קען איך טרעפן מער אינפארמאציע איבער דער הייליגע פיוט?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווער איז דער מהר"י סג"ל וואס פלעגט זאגן "המשפט" מיט "האוחז" אין איין אטעם?

מחזור ספרד לראש השנה - תפלה לשליח צבור בקול
מהר"י סג"ל היה אומר תיבת המשפט עם האוחז בנשימה אחת
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן: ווער איז דער מהר"י סג"ל וואס פלעגט זאגן "המשפט" מיט "האוחז" אין איין אטעם?

מחזור ספרד לראש השנה - תפלה לשליח צבור בקול
מהר"י סג"ל היה אומר תיבת המשפט עם האוחז בנשימה אחת

הרב קרעמער
דער מהר"י סגל איז דער מהרי"ל

הא לך לשון קדשו של ספר מהרי"ל (מנהגים)

סדר מוסף של ר"ה אות ב'
סדר הפסוקים דקודם האוחז בתפלת מוסף היה מסדר מהר"י סג"ל בהאי סדר, בראשונה כי מקדישך עד פאר מקדושים, ואז מתחיל ובכן יתקדש כו', ואחר כך עוד יזכור לנו כו'. יוציא היום לצדק דיננו כי קדוש היום לאדונינו. ואח"כ באין מליץ יושר עד המלך המשפט. ואז אמר תיבות האוחז בנשימת המשפט נשימה אחת לשתי התיבות
the SCY is the limit
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

לערנענדיג הל' סוכה האב איך לעצטענס באגעגענט א שארפען טורי זהב, זאגענדיג אז די כותב פון ספר מהרי"ל טעה בזה.

און די נתיב חיים שרייבט א נ"ב, וחלילה להשוותו כטועה! (געהערט אין ידיעות באגאזש, אדער אין די לשונות אשכול)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אלעקסיי
גיב, ביטע, דער מראה מקום פונעםן טו"ז.
the SCY is the limit
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

לעווי
אמת ס'איז זייער קדום, אבער נישט פון אנשי כנסת הגדולה, ס'נישטא קיין פיוטים פון אנשי כנסת הגדולה.

ס'איז מיוחס צו "יניי", א פייטן וואס האט געלעבט אין ארץ ישראל פאר פופצן הונדערט יאר צוריק [אין די ביזאנטישע תקופה], ממש נאך די לעצטע אמוראים.

יניי, איז מפורסם בעיקר אויף זיין פיוט נורא פון ויהי בחצי הלילה, אז רוב נסים הפלאת בפסח, וואס ער האט דאס מחבר געווען, אלס א פיוט אויף שבת, ווען מ'האט נאך געלייענט אין ארץ ישראל די ארץ ישראל'דיגע קריאה, פון ענדיגן די תורה צו דריי יאר, און פאר יעדן שבת איז געווען א פיוט, דער פיוט, איז נתחבר געווארן אויף די ווערטער פון "ויהי בחצי הלילה" ביי אונז איז עס היינט פרשת בא. למעשה איז דער פיוט, אנגעקומען צו די יהודי אשכנז, און איז געווארן א חלק פון די הגדה וואס אלע יוצאי אשכנז זאגן בהתעוררות אינעם הייליגן נאכט, [אויך אין מערבית].

ווי באקאנט איז אסאך מנהגי ארץ ישראל אנגעקומען צו די אשכנז'ישע אידן, און אין דעם שטעקט אסאך די חילוקים צווישן ספרד און אשכנז לגבי נוסחאות ועוד, בשעת ספרד איז געווען כפוף צו בבל נאך אין צייט פון די ישיבות, זענען די ערשטע אשכנזים געווען אזעלכע וואס האבן מקבל געווען מנהגי און דיני ארץ ישראל, אזוי ווי דער רש"ל ברענגט אראפ אין תשו' כ"ט אז ס'איז געווען איינער ר' משה פון צפון איטאליע ביים גרעניץ וואס איז געקומען פון ארץ ישראל, און פון דארט איז עס געגאנגען ווייטער צו יהודי אשכנז.

זינטן אנטפלעקונג פון גניזה אין קאהיר, איז באקאנט געווארן גאנצע חיבורים פון יניי, וואס איז געשריבן געווארן שוין איבער טויזנט יאר צוריק, פיוטים אויף כמעט יעדן שבת, לויטן א"י קריאה. צווישן זיינע פיוטים ווערט אויך פארעכנט "וכל מאמינים"

און דאס וואס דו זאגסט איז אמת, דער פיוט זאגט מען אין די גאנצע וועלט, מיט אן אויסערגעווענליכע התעוררות און התרגשות, דער פיוט אליינס איז צוזאמגעשטעלט, קורץ און שארף, און וויזשניץ צוטיילט מען די ערשטע העלפט פאר התעוררות ניגון, און פון הממליך מלכים הייבט זיך אן לעבעדיג, אין נוסח וואלין, זאגט עס דער בעל תפלה זייער שיין שטיקל ביי שטיקל און ביי עטליכע שטיקלעך ווי הטוב ומטיב, זינגט דער גאנצער עולם מיטן שליח ציבור א ספעציעלע תנועה.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

לכבוד הרב גד שליט"א.

אסאך חידושים האב איך יעצט געלערנט דורך אייער תגובה, איך האב אבער אפאר שאלות און מיספארשטענדינישן, אפשר וואלט איר מיר געוואלט באלייכטן די אויגן מיט קלארע תשובות. איך וועל שרייבן מיינע שאלות אן קיין סדר.

1)וואס איז אייער מקור אז עס קומט פון 'יניי', עס ווערט דאך נישט דערמאנט קיין שום מקור אין קיין איינע פון די היינטיגע ספרים?
2)וואס איז דאס די 'ביזאנטישע תקופה'?
3)פארוואס האט מען געטוישט די מנהג הקריאה פון דריי יאר אויף איין יאר אין חוץ לארץ און אזוי אויך שפעטער אין ארץ ישראל? און ווען איז דער טויש געווארן?
4)וואו זאגט מען ויהי בחצי הלילה ביי מערבית? שבת הגדול איז עס אין די יוצרות.
5)אויב ווי איר זאגט אז די ספרדים זענען געווען כפוף צו די מנהגי בבל, דאן פארוואס זאגן זיי וכל מאמינים וואס איז לויט אייך א מנהג ארץ ישראל?
6)און בכלל אויב ווי איר זאגט איז די פיוט בכלל נישט מיוסד געווארן לכתחלה פאר די ימים נוראים, דאן פארוואס האבן אלע קרייזן סיי ספרדים און סיי אשכנזים זיך צוזאם גענומען עס צו זאגן דייקא אין די טעג און דייקא פאר כתר?
7)דאס וואס עס שטייט אין א חיבור פון 'יניי', מיינט עס שוין אז ער האט עס מחבר געווען?
8)אחרון אחרון, אפשר פארציילט איר מער איבער די 'יניי', ווער איז ער געווען, ווי קען מען זעהן מער איבער אים? איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון אים.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בא גד! דאס מזל הייבט אן שיינען אויפן קרעטשמער האריזאנט, איטליכע תגובה אייערע ר' גד איז מער ווערט ווי גינגאלד, ברוך המקום וואס האט אייך דא אריינגעבראכט.

איך וואלט אויך געוואלט וויסען די תירוצים אויף די אלע לעווישע שאלות, לכשתפנה.
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

1) ס'איז מיוחס צו יניי, [לייען "ינאי", ער האט זיך גע'חתמ'ט אויף זיינע פיוטים אזוי, ווי מנהג ארץ ישראל, מ'שרייבט וויאזוי מ'רעדט. יוחי-יוחאי, רב בון, ייסא, אין ירושלמי שטייט אויך אזוי יניי.] דאס שטאמט פון זיינע ניי געטראפענע פיוטים אין די גניזה פון קאהיר.

2)דאס איז א תקופה אין ארץ ישראל, ווען די ביזאנטיש-רוימישע אימפעריע האט געקעניגט איבער ארץ ישראל, צווישן די יארן, ד' אלפים פ"ד - ד' אלפים שצ"ח, דעמאלט האט דער קעניג קאנסטאנטינוס דער גרויסער, איבערגענומען די רוימישע אימפעריע, און האט אריבערגעפירט די הויפטשטאט צו ביזאנטיעם, און עס א נאמען געגעבן קאנסטאנטינאפאל אויף זיין נאמען, דאס איז די היינטיגע אינסטאמבול אין טערקיי, דאס האט אנגעהאלטן ביז די אראבער האבן איינגענומען ארץ ישראל פון די רוימישע הענט.

3) מ'האט נישט געטוישט, די בבליים האבן געטון וויאזוי זיי האבן געטון, און די ארץ ישראל'דיגע וויאזוי זיי האבן געטון, די בבלים האבן נאר איבערגענומען די גאנצע וועלט, אזוי ווי די תלמוד בבלי.
דער בעל המאור אין אנהייב ביצה, שרייבט אז מ'האט זיך אייביג געפירט אין ארץ ישראל צו האלטן נאר איין טאג ראש השנה, ביז לעצטענס חדשים מקרוב באו, פון די חכמי פרובינציא, און זיי האבן איינגעפירט צו מאכן צוויי טעג ראש השנה כדעת הרי"ף, זעסטו פון דעם אז די בני בבל זענען ארויף קיין ארץ ישראל, און דארט אליינס איינגעפירט מנהגי בבל, דער בעל המאור ברענגט זיך דארט א ראי' פון א תשובת רב האי גאון, ווי מ'פרעגט אים אן, פארוואס מ'האלט איין טאג אין ארץ ישראל, וואס פון דעם זעט מען אז אין ארץ ישראל האט מען אנדערש געטון אמאל ווי היינט, דער רמב"ן אין מלחמות דארט, פארטיידיגנדיג דעת הרי"ף צו האלטן צוויי טעג, זאגט אז פון דעם תשובה לרב האי גאון איז נישט קיין ראי' אז דער מנהג איז טאקע געווען אויסגעהאלטן, ווייל דער גלות האט גורם געווען אז ס'איז נישט געבליבן אין ארץ ישראל נאר געציילטע אידן, [ווי דער רמב"ן שרייבט אז ער האט געטראפן אין ירושלים נאר צוויי אידן] און נישט קיין בני תורה, בטלטול אחר טלטול, און זיי האבן פשוט פארטוישט ראש השנה מיט אנדערע ימים טובים, פון דעם רמב"ן זעט מען אויך, וויאזוי דער מצב פון ארץ ישראל איז געווען, און פארוואס ס'איז נישט אנגעגאנגען זייערע מנהגים.

די גמרא דערמאנט שוין די מנהג בני מערבא אין סוף מגלה, אויך אין אונזער חומש, שטייט נאך צום סוף פון חומש, די מנין הסדרים פון די תורה, וואס איז קנ"ד, אזויפיל פרשיות קומט אויס אין דריי יאר. אין מס' סופרים און אין ירושלמי איז דא א חשבון פון קע"ה סדרים, לויט דעם קומט אויס אז ס'האט געדויערט דריי און א האלב יאר, אבער אין די גמרא און רמב"ם שטייט נאר תלת שנים, אזוי ווי בבל האט שולט געווען אויף די גאנצע וועלט, איז צוביסלעך די מנהגי ארץ ישראל פארגעסן געווארן לגמרי, דאס האט נאך אנגעהאלטן אויף א קליינעם פארנעם נאך בזמן הרמב"ם ובנו ר' אברהם אין מצרים, דארט איז געווען א עקסטערע שול פון בני ארץ ישראל, וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל נאך די שחיטות פון די קרייץ ציגלער, און זיי האבן נאך אנגעהאלטן דעם מנהג ביי זיך אין שול יארן לאנג. און ר' בנימין מטודילו שרייבט אין זיינע מסעות איבער דעם, און לייגט צו אז שמחת תורה און שבועות האבן זיי א תקנה צו קומען טאנצן צוזאמען מיט די בני בבל.
אין די גניזה פון קאהיר, האט מען געטראפן חיבורים וואס אנטהאלטן צענדליגער הפטורות פאר סדרים לויט מנהג ארץ ישראל, אזוי אויך די פיוטי יניי אויף אלע שבתים.

4) טעות הסופר, דאס איז א קרובה וואס מ'זאגט פאר קדושה.

5) נישט דאס האב איך געזאגט, מיר זענען אלע כפוף צו בבל צו זייער תורה, נאר ביי נוסחאות, און עניני התפלה, פיוטים וכדומה, איז דא שינויים צווישן ספרדים און אשכנזים, למשל די פיוטי הקליר פון ארץ ישראל, זאגט מען נאר ביי די אשכנזים, נישט ביי די ספרדים, וועגן דעם האט דער אר"י הקדוש געדאוונט די הייליגע טעג ווי די אשכנזים, ווייל ער האט נישט געוואלט זאגן, די ספרד'ישע פיוטים נאר דעם קליר'ס, ווייל ס'איז על פי סוד.
די שאלה איז, פון וואו שטאמט דער מנהג אשכנז, אויף דעם ציט זיך א שטארקע פאראלעל צווישן ארץ ישראל און אשכנז. [דורך איטאליע], בפרט ביי פיוטים און נוסח, וואו מ'זעט אסאך פיוטים פון ארץ ישראל, איז אנגעקומען צו איטאליע, דורך יוצאי ארץ ישראל, [און אויך איז רוים די הויפטשטאט פון איטאליע, געווען פארבינדן מיט ארץ ישראל נאך בזמן התלמוד, און געהאט מנהגי א"י, ווי מ'זעט געוויסע אמוראים האבן געוואוינט אין רומי,] און פון איטאליע איז עס געגאנגען צפון צו, צו ארץ אשכנז וצרפת, די ערשטע גדולי אשכנז און סתם יהודי אשכנז איז דא אסאך וואס האבן עמיגרירט פון איטאליע, אזוי ווי ר' משה בן ר' קלונימוס הזקן דער מחבר פון אימת נוראותיך, האט דער מלך קארל געברענגט פון איטאליע קיין מאגענצא, אין יאר ד"א תר"ם בערך, און פון אים שטאמען גרויסע משפחות די ערשטע חכמי אשכנז, ווי ר' שמעון הזקן און גאנץ משפחת קלונימוס, און אויך דער באקאנטער רבי אמיתי דער מחבר פונעם נורא'דיגן פיוט, ה' ה' קל רחום וחנון, אזכרה, האט געוואוינט אין איטאליע, מיט א פערצן הונדערט יאר צוריק, און זיין פיוט אזוי ווי אנדערע איטאליענישע פיוטים, איז אנגעקומען צו די אשכנזים, אזוי אויך אין די איטאליענישע פיוטים איז דא די זעלבע פיוטים פון קליר און פון יניי, און די מחזורים פון איטאליע און אשכנז זענען אסאך די זעלבע, רש"י אין מס' ביצה ברענגט שוין אראפ וואס ער האט געזען פון פיוט ליוצט מגאוני לומברדיאה [באיטאליע].

אנדערש ווי שפאניע וואס איז פארשלאסן מיט א נאטורליכע וואנט דורך די פיריניאישע בערג, וואס טיילט עס אפ פון צפון, נישט לאזנדיג עס אויסמישן מיט צרפת און ארויף, איז אבער צווישן איטאליע [ בפרט צפון איטאליע] און די צפונ'ישע שכנות'דיגע לענדער ווי דייטשלאנד און פראנקרייך יא דא א אפענע דורכגאנג, און אזוי אויך א שטארקע פארבינדונג, סיי מיט נוסח איטאליאנו וואס איז נענטער צו נוסח אשכנז, [מ'זעט עס אויך אן אויף די שריפטן, וואס ביז א פינף זעקס הונדערט יאר צוריק, איז די איטאליענישע און אשכנז'ישע שריפט געווען ממש די זעלבע, נאר א גרויסער מבין וועט דערקענען עפעס א דיפערענץ], אזוי אויך איז געווען אין איטאליע יארן לאנג, אשכנז'ישע קהלות וואו מען האט זיך געפירט געהעריג ווי אינדערהיים אין דייטשלאנד, אזוי ווי אין ווענעציא, מ'האט גערעדט אידיש אפילו, נאר נאך גירוש ספרד, האבן ספרד'ישע אידן באזעצט גאנץ איטאליע, און איבערגענומען צוביסלאך ממש אלעס, פארגעסנדיג נוסח איטאליאנו מיט נוסח אשכנז פון דארט. וכבר ציינתי תשו' הרש"ל הידוע בסי' כ"ט. בקורא הדורות.

יעצט לגבי פיוטים, א פיוט איז נישט ווי א מנהג אין הלכה, וואס מ'קען פרעגן קשיות פארוואס דער טוט נישט אזוי, יעדע קהלה האט זיך זיינע פיוטים, יעדע מדינה האט געהאט פייטנים, די ספרדים האבן נאר פיוטים פון ספרדים ווי דער אבן עזרא, ר' יהודה הלוי, ר' שלמה אבן גבירול, און מיר אשכנזים האבן נאר פון אשכנזים, [אויסער אחות קטנה] ווי פון ר' אמתי, ר' שמעון הגדול, ר' אמנון ממגנצא, רש"י, רבינו גרשום, רבינו תם, ר' קלומינוס, ר' משה אביו של ר' קלומינוס, און אויך פון יניי און פון קליר, די שאלה איז נישט פארוואס יענער האט נישט יענעמס, די שאלה איז נאר, ווער האט דאס אריבערגעברענגט פון דא צו דארט.

6) נעמטס דעם פיוט ונתנה תוקף, ס'איז באקאנט איבעראל אז ר' אמנון ממגנצא האט עס מחבר געווען מיט די מעשה הידועה, וואס ווערט געברענגט אין אור זרוע וואס ער האט געטראפן א כתב יד פון ר' אפרים ב"ר יעקב מבונא, דער פיוט האט מען אויך געטראפן אין די קאהיר'ישע גניזה! דאס האט גורם געווען אז אסאך פארשער האלטן טאקע אז דער מחבר פון ונתנה תוקף איז נישט קיין אנדערער, ווי אונזער ר' יניי!, און ר' אמנון ממגנצא האט דאס געהאט ביי זיך מקובל, און ער האט עס נאר איינגעפירט צו זאגן, אבער נישט מחבר געווען. דאס אז א פיוט פון יניי איז אנגעקומען צו די ספרד'ישע איז נישט אזא פלא אין מציאות, זייענדיג אזוי לאנג צוריק סאך בעפאר ספרד און אשכנז, און והא ראי' אז אין מצרים אין גניזה געפונען זיך זיינע ווערק, די פלא איז נאר, אז מ'זעט נישט אנדערע אשכנז'ישע פיוטים ביי די ספרדים, די חכמים הראשונים האבן קובע געווען כפי ראות עיניהם וואס צו זאגן ווען.

7) איבער יניי, ער איז נאכן קליר געווען דער גרעסטער פייטן, [דער חות יאיר אין זיין תשובה שרייבט אזוי אויף ר' שמעון הגדול ממגנצא, אבער ר' שמעון איז געווען שפעטער מיט הונדערטער יארן] ער האט מתקן געווען קרובות אויף אגאנץ יאר צו זאגן אלס קדושה, יעדע וואך איז דער פיוט געווען אויף די פסוקים פונעם סדר וואס מ'האט געלייענט אין די תורה יענע וואך, דער רבינו גרשום אין זיין באקאנטע תשובה פון שבה"ל סי' כ"ח, שרייבט

"וגם יש לנו ללמוד מן הפייטנים הראשונים שהיו חכמים גדולים, הרי רבי ינאי.. שהי' מן החכמים הראשונים ופייט קרובות לכל סדר וסדר של כל השנה!, וגם ר' אלעזר ברבי קליר"

ער דערמאנט אים נאך פארן קליר!
אזוי אויך רב סעדיה גאון שרייבט אין הקדמה צום ספר האגרון, בתוך דבריו,
"זולת מה שראיתי שאוכל להביא עליו עדים מדברי המשוררים הקדמונים, יוסי בן יוסי, וינאי, ואלעזר הקליר וכו'"

ווידער די זעלבע, ער לייגט אים צווישן יוסי בן יוסי כהן גדול, און אלעזר הקליר, דאס האט באוואויגן פאר געוויסע, צו זאגן אז ער איז נאך געווען אזוי פרי, און איז גאר געווען דער רבי פון ר' אלעזר הקליר, אנדערע זאגן אז ער איז געווען, סוף חתימה פון תלמיד ירושלמי, אינעם דור פון אמוראים, אזוי ווי אויף ר' אלעזר הקליר טוט זיך איבער זיין תקופה, אזוי איז מיט רבי יניי.
זיין עיקר באקאנטשאפט איז טאקע אלס פייטן, די גאונים שרייבן שוין אויף אים, אז ער איז פון די ראשונים, ווי געשמועסט האט ער לויט רוב ווייסערס, געלעבט אין ארץ ישראל אין די תקופה פון בערך פופצן-זעכצן הונדערט יאר צוריק, בערך ד"א ר'.
פאר הונדערטער יארן, האט קיינער נישט געוואוסט און גערעדט פון דעם יניי, זיין נאמען איז כמעט פארגעסן געווארן, איין איינציג פיוט, "אוני פטרי רחמתים" [דער אנהייב פון ויהי בחצי הלילה, אז רוב נסים] איז איבערגעבליבן פון אים, און נאר ביי די אשכנזים, דארט חתמ'ט ער זיין נאמען, נאך מחיה המתים, יניי"
אבער זינט דעם גניזה טרעפונג, האט מען געטראפן אסאך פיוטים פון אים, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט דאס וואס רבינו גרשום שרייבט, אז ער איז געווען פון די גרעסטע פייטנים אין ארץ ישראל בדורו, איבער אכט הונדערט פיוטים האט מען געטראפן, און זייט דעמאלט איז געדרוקט געווארן דורך פארשער, עטליכע חיבורים פון זיינע פיוטים, "מחזור יניי" פיוטי יניי", און לעצטענס "פיוטי רבי יניי לתורה ולמועדים", צווישן זיינע פיוטים, שטעלט זיך ארויס צו זיין, אויסער אוני פטרי, אז רוב נסים, אויך "וכל מאמינים", [ליגט מיר אין קאפ אויך דער נוסח פון על חטא ליום כיפור].
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א גרויסען ישר כח הרב גד,
אסאך זאכען האסטו מיר קלאר געמאכט מיט דיין תגובה.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גד גדוד יגודנו, והוא יגד עקב, המ'גיד' מראשית אחרית, וי'גד' את כל אשר קרה, כי ה'גיד' הו'גד' לו ,ממ'גד ארץ ומלואה וממ'גד' תבואות שמש ממ'גד' שמים מעל.

ר' גד, אייער ארבעט איז אומשאצבאר!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

לכבוד הרב גד שליט"א

נאכאמאל האב איך אסאך נייע חידושים געלערנט פון אייך היינט. אין אייער צענדליגע שורות ליגט באהאלטן הונדערטער דיעמאנטען און פערל שטיינער, באלד וועט די ראשיישיבה הרב מיללער צושטיקלען דער אשכל אויף צען אנדערע אשכולות, ווייל עס ווערן דא דיסקוסירט אזוי פיל נושאים אויף איין מאל. אבער דערווייל וועל איך פרעגן מיינע שוועריגקייטן, אן קיין סדר פארשטייט זיך.

איך פארשטיי אז די אלע פיוטים און מנהגים זענען ארום געפארן ארום די וועלט אויף כל מיני אופנים. אבער איז עס אייך נישט אינטרעסאנט אז 'יניי' (ווי דו רופסט אים) האט מחבר געווען א פיוט אויף איינע פון די סדרות פון די וואך פונקט ווי זיינע אנדערע 150 פיוטים וואס ער האט געמאכט, און די פיוט איז ארום געפארן ארום די וועלט און אלע אן קיין אויסנאם, אשכנ'ישע, ספרד'ישע, איטאליענער, תימנ'ער מקובלים און פשטנים האבן עס געלייגט צו זאגן פונקט פאר כתר אויף די ימים נוראים? די אריה"ק האט געזאגט אסאך פיוטים, אבער דאס איז די איינציגסטע וועלכער ער האט אריין געדריקט אין זיין סידור?

אויב מעג איך זאגן א דעת בעל הבית..... אפשר איז דער פיוט יא פון פריער ווי 'יניי' און עס איז טאקע מיוסד געווארן (דורך די אנשי כנה"ג אפשר?) צו זאגן ווי מיר זאגן עס היינט, און יניי האט פשוט געהאלטן אז עס פאסט גוט אריין אין יענע וואכעדיגע סדרה האט ער עס געדריקט מיט זיינע אנדערע פיוטים. מאן יימר אז יניי האט עס געשריבן, פונקט ווי דו זאגסט אז ונתנה תוקף וועלכער רבי אמנון האט געשריבן איז געווען אן אלטע פיוט וואס ער האט איבערגעשריבן, אפשר איז די זעלבע געווען מיט דער פיוט. פון דעם וואס מען האט עס געטראפן אין די גניזה אין קהיר מיינט נאך נישט אז עס איז זיינס.

עכ"פ דאס קען מען יא זאגן אז די ערשטע מקור דערויף איז יניי.

וואו קען מען לערנען/ליינען איבער יניי און זייענ פיוטים?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לעווי האט געשריבן: באלד וועט די ראשיישיבה הרב מיללער צושטיקלען דער אשכל אויף צען אנדערע אשכולות, ווייל עס ווערן דא דיסקוסירט אזוי פיל נושאים אויף איין מאל.

הרב לעוי
טויש דעם נושא פונעם אשכול אז דער אינהאלט זאל זיין פיוטים בכלל און כל מאמינים בפרט, דענמאלטס עט הרב מיללער גארנישט צישטיקלען.
the SCY is the limit
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

לאמיר דאס לאזן פאר די עקספערטן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

ר' גד, איך בין א שטילער לייענער אנאליזער, וואס האט ליב צו לייענען, אבער שרייבט זייער שווער, אבער לכבוד דיינע תגובות מוז איך שרייבן א ישר כח. איר (יא איך שרייב איר) האט מיך געגעבן אסאך ידיעות וואס איך האב נישט געוואוסט\געטראכט.

נאכאמאל א ישר כח
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב לעווי זע דא מער איבער די קאירא גניזה:

http://imhm.blogspot.com/
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

יישר פאר אלע מיישרים.

הרב לעווי
איך בין נישט זיכער מיט אפאר זאכן וואס איר זאגט.
איר זאגט אז די גאנצע וועלט זאגט עס, אפילו תימנ'ע מיט מקובלים, איך ווייס נישט אויב די תימנ'ע זאגן עס, איר ווייסט אז יא? ראש השנה ביי מוסף האבן זיי דאך נישט קיין הויכע שמ"ע, יוה"כ געדענק איך נאר די סדר עבודה, איך געדענק נישט קיין פיוט ביי די תימנ'ע אינמיטן שמו"ע, אדרבה צייגט מיר אן אויב איך גרייז.
איך ווייס נישט פון וואספארא סידור איר רעדט וואס דער אר"י הק' האט געדרוקט, דער אר"י הק' האט נישט געזאגט נאר פון קליר סייווי.

דער נושא איז פארפארן פון מציאות, צו קשיות מיט נייע החלטות אויף השערות, וואס איר זאגט וועגן אייער דעת בעל הבית, אז אנשי כנה"ג האבן עס מתקן געווען, זע איך נישט וואס מאכט אייך טראכטן א זאך וואס לא נודע ולא נשמע מעולם, אנשי כנה"ג האבן זיך מיט פיוטים קיינמאל נישט אפגעגעבן, נאר נוסח התפלה האבן זיי מתקן געווען.

דאס אז אסאך עדות ביי אידן היינט זאגן איין זאך, מיינט שוין אז דער מקור איז אנשי כנה"ג? כל נדרי וואס מ'זאגט טאקע אין די גאנצע וועלט, אפי' די תימנ'ע על פי רב סעדי' גאון, איז אויך נישט פון אנשי כנה"ג, אפילו בזמן הבית איז נישט באקאנט קיין שום פיוט אויסער איין פיוט פון יוסי בן יוסי וואס איז דא וואס זאגן אז ער איז געווען א כהן גדול פארן חורבן.
די תימנ'ע נעמען דאך כמעט זייער גאנצער סידור, פון רמב"ם, וואס איז שוין פון די ראשונים, אדער פון רב סעדיה גאון בסוף תקופת הגאונים, די ספרדים שטאמען אויך נאר פון די גאונים פון בבל, און זעסטאך אז די פיוטים האבן זיך געפונען אין מצרים פאר א טויזנט יאר צוריק, וואס איז שוין די פלא? אז די ספרדים זאגן די זעלבע זאך ווי די אשכנזים, און די תימנ'ע ווי די ספרדים.
דאס אז געציילטע פון זיינע פיוטים זענען געווארן אזוי פאפולער, איז טאקע א ראי' אויפן גרויסקייט פון די פיוטים זעלבסט, נישט אומזיסט און נישט אויטאמאטיש געשעט דאס, אז איינס פון הונדערטער פיוטים, גייט אריין אין די הגדה, און איינס פון הונדערטער פאלט אריין אין די הייליגע טעג ביי אסאך קהלות, הלא דבר הוא, די זעלבע זאך איז מיט אנדערע פייטנים, זיי האבן מחבר געווען פיל פיל מער פיוטים ווי דאס וואס איז געבליבן פון זיי, געציילטע פיוטים איז געבליבן לדורות ואס יעדער זאגט שטענדיג, דאס איז אן אויסערגעווענליכע זכי', און כמקובל מישמח משה, איז עס על פי רוח הקודש, אזוי ווי ביי זמירות, ס'דא למשל א גאנץ ספר זמירות פון ר' ישראל נגארה, און איין באקאנטן קה רבון עלם, אזוי אויך פון חרדים.

אייער צוזאמשטעל מיט ונתנה תוקף, איז לא קרב זה אל זה, דער פיוט ונתנה תוקף, אז עס איז ר' אמנון ממגנצא איז א כתב יד וואס מ'האט געפונען, וואס דארט שטייט אז ער איז געקומען אין חלום און געהייסט דאס מפיץ זיין ביי אידן, יעצט קיינער וויסט נישט ווער ר' אמנון איז געוען, די גאנצע מעשה שטאמט אויך נאר פון דעם כתב יד, ס'איז נישטא פון ר' אמנון נאך פיוטים, און איז נישט באקאנט אלס פייטן, סך הכל ווייסט מען אז אזא און אזא מענטש האט געהייסן אויסלערנען די פיוט, יעצט אז מ'טרעפט אין די אנדערע עק וועלט אין מצרים דער זעלביגער פיוט, געשריבן אין א פריערדיגע תקופה, אין א חיבור פון א פייטן מפורסם בשם "יניי", איז יתכן צו זאגן אז ר' אמנון האט דאס טאקע נאר אויסגעלערנט, אבער ווען דו טרעפסט א פיוט ווי "וכל מאמינים" צווישן א חיבור פון פיוטים, פון א פייטן מפורסם, אויף וואס ארויף זאל מען חלומ'ן אז ער איז נישט דער מחבר, דארף א מחבר פון א ספר מעיד זיין אויף יעדע בלאט פון ספר, אז ער איז דער מחבר?, דארף ער מעיד זיין אויף יעדע שטיקל אז דאס איז זיין אייגנס? און ווי געשמועסט ס'איז בכלל נישט קיין פלא, אז מ'זאגט עס ביי אשכנזים ספרדים און תימנים? צוגלייך, ווייל די תימנ'ע זענען געווען כפוף און מקבל געווען מנהגים נאך אסאך שפעטער בזמן הרמב"ם ודורותיו אחריו משפחת הנגידים.

אז מ'וויל דוקא זיך שטעלן און זאגן, אז דייקא די פיוט איז נישט זיינס, נאר א פריערדיגער האט עס געמאכט, הרשות בידך, ס'איז נישט פון די י"ג עיקרים, אבער איר קענט צוריקקגיין און זאגן אז א אמורא האט עס געמאכט, העכצענס א תנא אלוקי, אבער פארוואס עפעס אנשי כנסת הגדולה? אפשר גאר פון די נביאים?

איבער יניי, איך האב אנגעצייכנט אויבן געדרוקטע פיוטים פון אים, דער לעצטער געדרוקט אין ירשולים תשמ"ה פיוטי רבי יניי לתורה ולמועדים, אין אוצר הגדולים קענט איר אויך טרעפן פון אים.
לעצט פארראכטן דורך גד אום פרייטאג נאוועמבער 07, 2008 2:26 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

עס וואלט ווען געווען ראטזאם פאר די אלע וואס ווילן האבן עפעס א שטיקעלע באגריף אין די תולדות פון די פיוטים און זייערע מחברים, אלס א שטיקעלע הקדמה פאר די נושא פון דעם געהענגעל, דורך צו לעזן די מבוא פון סליחות ומחזור המפורש לראש השנה.

אויף פארשידענע פיוטים שרייבט ער אז מען ווייסט נישט זייער מחבר, צווישן זיי רעכנט ער אויס "וכל מאמינים".

די אינטערסאנסטע שטיקל פון די מחזור המפורש לפי דעתי איז, איבער דעם פארדריי פון דעם פיוט "מלך עליון".
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביקסאד האט געשריבן:

די אינטערסאנסטע שטיקל פון די מחזור המפורש לפי דעתי איז, איבער דעם פארדריי פון דעם פיוט "מלך עליון".

ביקסאדער רב, פון וואס רעדט איר פון איין שטיקל מלך עליון און איין שטיקל מלך אביון אזוי אויפן סדר?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן: באלד וועט די ראשיישיבה הרב מיללער צושטיקלען דער אשכל אויף צען אנדערע אשכולות, ווייל עס ווערן דא דיסקוסירט אזוי פיל נושאים אויף איין מאל.

הרב לעוי
טויש דעם נושא פונעם אשכול אז דער אינהאלט זאל זיין פיוטים בכלל און כל מאמינים בפרט, דענמאלטס עט הרב מיללער גארנישט צישטיקלען.


מורי ורבותי אחי ורעי,

הריני מוסר מודעה לפניכם, איך בין חלילה נישטא אויף וויי צוטאן אדער סותר זיין בנינים אשר בנו החברים והרבנים אשר בקרבינו, איך פרוביר ווי ווייט מעגליך צו האלטן די פארומס אויף די רעלסן אז די ענינים זאלן נישט פארפארן און ווערן קאמפליצירט מבלי סודר סדר.

ווען עס קומט צו צושטיקלען אן אשכול איז דאס פון די שווערסטע אויפגאבעס פאר אן אחראי, פון איין זייט זעהט אויז ווי א תועלת לחלוקא דרבנן ווען מערערע אינהאלטסרייכע ענינים ווערן באהאנדלט אין איין אשכוטל וואס יעדע טעמע פאר זיך איז ווערן אן אשכול מיוחד, אבער לעומת זה האבן פארשידענע תגובות פון עטליכע ענינים באנאזאם וואס דאס פאר זיך איז זייער שווער מסדר צו זיין.

אין דעם אשכול דעסיקנא בהו עכשיו, ווערן טאקע באהאנדלט פארשידענע ענינים אבער מער-ווייניגער איז אלעס מענין לענין פון פיוטים, מחבריהם וקורותיהם וואס באלאנגט אינאיינעם עס פעלט נאר אויס א מער כלליות'דיגער קעפל ווי ר' שמחה'ס פארשלאג. איך וועל יא אפטיילן דער ענין פון מנהגי קריאת התורה וואס איך מיין אז עס איז ווערט צו באהאנדלען עקסטער און האט נישט קיין שייכות מיט די פיוטים.

אויב איינער האלט אז די חילוקים (איינער האט מיך בדרך צחות געפרעגט אין אישית צו איך בין נישט פארצופאל אן אייניקל פון ר' יעקב פולאק דער ביל החילוקים...) זענען איבערגעטריבען אדער יצא שכרו בהפסידו, איז מכבוד מיר צווויסן צוטאן אין פריוואט שלא למנוע טוב מבעליו איך וועל אוודאי נישט ברוגז זיין.

כ"ד העובד עבודת הציבור
הק' יעקב דוב מסקרענטאן
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

farshlufen האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:

די אינטערסאנסטע שטיקל פון די מחזור המפורש לפי דעתי איז, איבער דעם פארדריי פון דעם פיוט "מלך עליון".

ביקסאדער רב, פון וואס רעדט איר פון איין שטיקל מלך עליון און איין שטיקל מלך אביון אזוי אויפן סדר?
דאס איז נאר איין טייל וואס איז פארדרייט, דער מלך אביון פון ערשטן טאג זאגט מען היינט צו טאג - ברוב תפוצות ישראל - אויך דעם צווייטן טאג, עיי"ש ותמצא נחת.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ערהאלטן פון א ידיד,

אז מי באמת חיבר את הפיוט "ונתנה תוקף"
http://64.233.183.104/search?q=cache:Z3 ... =firefox-a

ווער איז "יניי"
http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2236

איבער "פיוטים"
http://www.daat.ac.il/DAAT/sifrut/maama ... hit2-2.htm
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

צו יניי האט מחבר געווען דעם ונתנה תוקף צו נישט, איז דא א אפהאנדלונג אין עצור כאן ???, ביי חיפוש מתקדם קלאפט אריין רבי אמנון ממגנצא ליינט אויף בלאט פיר.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אונעם לעצטען מראה מקום פון ביקסאדער רבי שטייט אז דער מחבר פונעם באוויסטער פיוט פון יום הקדוש 'כי אנו עמך ואתה אלקינו אנו בניך ואתה אבינו...' איז דער פייטן 'יניי' וואס מעבאהאנדעלט דא און דעם אשכול
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער לעצטער מראה מקום איז פון דער ערשטער אכסניא פון די "היימישע קרעטשמע", איר מיינט אוודאי די לעצטע [אונטערשטע] לינק.

גלייבט מיר יאך האב נישט געהאט קיין צייט רעכט דורך צו לעזן די אויבן דערמאנטע, נאר אזוי מקופיא [אויבערפלעכליך].

מיין ידיד האט גע'טענה'ט אז ער ווייסט נישט פאר וועם עס וועט זיין אינטערסאנט די אויבן דערמאנטע לינקס, האב יאך אים געשריבן די פאלגענדע ווערטער, יאך ציטיר: "‫זארג זעך נישט דער ר' שמחה וועט הנאה האבן."

נו ! יאך בין ב"ה נישט אנטוישט.
ועמך כולם צדיקים
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”