שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!
ווייסעך נישט צי דאס איז שוין דיסקאסירט געווארן ערגעצוואו אין איינע פון די אשכולות אויפ'ן אידישן וועלטן, א פאקטאר איבער אונזער נייעם יאר תשפ"ג וואס איז לדעתי וויכטיג און היסטאריש צו ווערן פארצייכנט.
תשפ"ג - אנהייב פון דעם 5'טן דור על אדמת אמעריקא נאכ'ן צווייטן וועלט קריג!
לאמיר דאס רעכענען לויט די יארן, די אלע דאטומס זענען די 'פריסטע' דאטום ווען די נייע דור האט זיך אנגעהויבן, דאס טייטש דאס וואס זענען געווארן חתן-כלה/חתונה געהאט בערך ביי די 18, און געהאט א קינד ביי די 19 (נארמאל רעכנט מען א דור צוואנציג יאר, וואס לפי"ז וואלט מען נאך געדארפט צואווארטן אפאר יאר צום אנהייב פונעם פינפטן דור... דער פאקט איז אבער אז ס'איז שוין אין תשפ"ב געווען א שיינע פאר שידוכים צווישן חתן/כלה וואס זענען די פערטע דור נאכ'ן קריג, וואס דאס באדייט אז אין תשפ"ג וועט זיך בעז"ה אנהייבן א פרישע עפאכע פון אן אנהייב פון א פיפטע דור אין אמעריקע) :
שנת תש"ו (אדער גאר סוף תש"ה) – פיל אודים מוצלים מאש, קריג איבערלעבער, האבן חתונה בשעטומ"צ. א גרויס טייל פון זיי, מער מענער און א קלענערע טייל פרויען, האבן ליידער איבערגעלאזט זייערע ברייטפארצווייגטע משפחה, זון און טעכטער, אין די אוישוויצער גאז-קאמערן הי"ד.
שנת תש"ז (אדער סוף תש"ו) – עס הייבט זיך אן ב"ה דער ערשטער דור נאכ'ן קריג!א נקמה אין היטלער ימ"ש! אין די נאכפאלגנדע חדשים און יארן וואנדערן פילע אודים מוצלים פון אייראפע קיין אמעריקע, טייל מיט איינס, צוויי, אדער דריי קליינע קינדערלעך, די ערשטע דור נאכ'ן קריג.
שנת תשכ"ו : די ערשטע נאכ'ן קריג געבוירענע וואס האבן מקיים געווען דעם 'בן שמונה עשרה לחופה' אין זענען שוין תשכ"ה געווארן חתן/כלה, חתונה געהאט, און תשכ"ו הייבט זיך אן דער צווייטער דור נאכ'ן קריג!די קריג געליטענע זענען זוכה צו זען א דור שלישי ב"ה.
שנת תשמ"ה : דער דריטער דור נאכ'ן קריגהייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אייניקלעך, א דור רביעי.
שנת תשס"ד : דער פערטער דור נאכ'ן קריגהייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אור אייניקלעך, א דור חמישי.
און אט יעצט שנת תשפ"ג : דער פיפטער דור נאכ'ן קריגהייבט זיך אן! דער ערשטער דור אידן פון נאכ'ן קריג, די תש"ז געבוירענע, די היינטיגע 'אלטע אידן' און אידענעס, גייען אט אט בעז"ה זוכה זיין צו א דור חמישי! און די געציילטע עלטערע קריג איבערלעבער החיים אתנו לאורך ימים ושנים וועלן זוכה זיין צו א דור ששי בעז"ה!