זכרונות פון ישיבה גדולה "שער יששכר דינוב"
אלזא, עפען איך א אשכול פאר אלע יוצאי הישיבה צו פאראייביגען דא די געשמאקע זכרונות, בילדער, און אפשאצונגען,
אויב איז שוין דא אזא אשכול פירטס מיר אהין.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
די ערשטע טאג וואס איך בין דארט אנגעקימען אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער אין וואס ווען ווי האט שוין די עולם אריין געפייערט אין די גמרא....נזר הנבונים האט געשריבן:ביים באמערקן דאס התייסדות פון דעם אשכול איז עס שוין געווען פאר אונז די בעסטע חול המעד האלטן.
דעי קעפל 'געשמאקע זכרונות פון ישיבה גדולה שער יששכר דינוב' איז אן אינהאלט פון נאסטלאגישע און גייסטרייכע זכרונות וואס טאנצן ארום אויפן מוח אויבערפלאך פון יעדן תלמיד און וועט זיך לכאורה קיינמאל פון דארט נישט אפטון.
מינוטן, שעות, סדרים, טעג, וואכן, חדשים, זמנים, יאהרן, אנגעזאפט און איבערגפילט מיט... מיט וואס נישט? רייך און קאלערפול! א ציזאמשטעל פון בחורים יעדער א סארט פאר זיך, א ציזאמשטעל פון טעג און וואכן יעדע א סארט פאר זיך, און דאס האט געקליקט מיט אזא מין פאווער!
אויב מיינסטו אז אין ישיבה זעלבסט אין אנגעגאנגען א טאג ווי געהעריג, נאר יעצט אפאר יאר שפעטער כאפט מען זיך ווי זיס דאס איז געווען, ניין זאג איך דיר. בשעת מעשה האט מען גוט געוויסט און פארשטאנען ווי געהויבן אורה'דיג און זיס די מצב איז און מהאט האט עס ב"ה אויסגעניצט על צד היותר טוב, מיט די הילף פון א קראָ חברים וואס איז באשטאנען פון א גאנצע ישיבה פון דריי עדזשעס ס"ה בערך 70\80 בחורים יעדער מיט זיין יוּניק טאָטש, הצד השווה שבהם: אהבה אחדות שלום וריעות.
צייט אפצושרייבן א טאגבוך פון יענע טעג האב איך נישט געהאט (סאיז געווען בעסערס וואס צו טון דארט) אבער סאיז נישט קיין גרויסע פארלוסט, ב"ה ווי דערמאנט זענען די טעג חקוקים בזכרונינו און בע"ה מיט די הילף פון די אויבנדערמאנטע חברים וואס שטייען נאך אלס צוזאם מיטן זעלבן קשר, וועט זיך דא פארמירן א גאר אינהלטסרייכן אשכול.
ווי הויבט מען אן? וואס הייסט ווי? אנהויב זמן! אהה די בחורישע התחדשות! א פרישע זמן יעצט, אבער נישט אזויווי לעצטע יאר וואס כהאב אויכעט געהאט די זעלבע התחדשות, אבער וויאזוי האט נאר ר"ר זושא געזאגט... לעצטע זמן האסטו דאס אויכעט געזאגט? ניין דעי זמן וועט עס טאקע זיין! סנישט קיין דזשאקס, כבין א רעגולער ישיבה גדולה בחור (א ראַנג אין לעבן אויף ווואס מקוקט שוין ארויס זינט זוממער אין כיתה ו).
זונטאג פרשת לך לך 8:50 פארטאגס איך וועק מיר אויף מיט א פחד, אזוי שפעט! 9:45 פארט שוין די באס... מקוה וועט שוין זיין מארגן, סדאך ווינטער.. די רענצל שוין צאמגעפאקט פון פרייטאג, מיט איין אטעם קומט מען אן צום דינובע ביהמ"ד הודו לד' כהאב מיר נישט אויסגעגליטש אויף די אפענע שיך בענדל, און...
נא? ווער געדענקט? מ'עפנט אויף דעם צענטראלען טיר פון שול ווען א פולפארביגן הויפן רענצלעך ביזן דאך גיבט א טראסקע אראפ פארנט פון מיין געזעהל, סשפעט נישט קיין צייט פארדעם מגיבט א שליידער ארויף סרענצל אויפן בארג, סאם האו איז מיר יעצט ארויפגעקומען אין געדאנק די בארג שוך פון אוישוויץ, גיי ווייס פארוואס...
אה דו ביסט אויך דא? וואט?! דו אויך? האט עס נישט געהייסן אז דו קומסט נישט צירוק די זמן? יא א גאנצע מעשה... געכאפט א דאווענען תיכף נאך נקדישך געבט מען א ריק אראפ די הוט אויפן תפילין של ראש... יעצט ווייסט קיינער נישט אז איך האב תפילין, די בארג רענצלען איז שוין אביסל רואיגער ווען גאנצעטע סטאדעס בחורים ווארטן שוין אידרויסן יעדער מיט זיין רענצל, און מווארט... מהאט געהאט אנגעזאגט אז די באס גייט שוין ווארטן פון 9:30 און 9:45 פארט מען ארויס, מגייט נישט אנהויבן א זמן מיט א שפעטע מאוו, אבער נישט געפערליך – בארואיגן מיר די עלטערע בחורים וואס גייען שוין אריין אין צווייטע עדזש – דעיס איז נוסח... כהאב אויך געוויסט אז דעס איז די נוסח אבער די ערשטע זמן ישיבה גדולה אויכעט? קוקט אויס אז איך בין נאך יונג, נישט אלעס געוויסט.
10:30 די באס איז דא.... מי שלא ראה... לא ראה... זיבעציג בחורים יעדער איינער מיט א רענצל צוויי, אויף "איין" געלע באס... עומדים צפופים ומשתחוים צפופים דעס איז א מראה וואס מיר אלע יוצאים זענען מעיד מיט א בהירות אז דאס איז געווען נסים בהתגלות! יא אמאליגע צייטן איז דאס געווען אן אפטע ערשיינונג מיר זענען געווען רגיל בנסים. די באס פארט מיט אן אנגעצויגענעם שטייטקייט ביז וויליאמסבורג סט. ביי די הייוועי, ריבונו של עולם!! נאך צוואנציג בחורים מיט רענצלעך ווארטן דא!! און די באס האט זיך אפגעשטעלט פאר זיי? פאר וויייטער! נישטא קיין פלאץ מער! נישט דא מו וועמען צו רעדן יעדער האט געהאט פלאץ.
ארויף אויפן הייוועי נאך אזא פופצן בחורים ווי מיר שטייען אזוי מיטן הוט איבערן תפילין, א פרישער בחור לויפט ארום זיכערמאכן אז סאיז דא מנין און... אשרי יושבי וכו'... קדיש תתקבל, קדיש נאכן יום - כאטש וואס סתם אזוי זאגט מען נישט די קדיש אבער אויפן באס איז אנדערש... געווען דאס א מנין קבוע יעדע וואך, צוגעבנדיג נאך א פופצן מינוט צום מקוה אינדערפרי
יא יענע ערשטע טאג פון זמן האבן מיר בעמערקט אויפן בי קיאָ אי דעם סיין וואס האט מודיע געווען אויף די פארגרייטנדע קאנסטראקשאן וואס גיין אריינגיין אין קראפט ביז אפאר וואכן ארום מיטם ציל איבערצובויען דעם טרויעריג בארימטן קאסקיאסקא בריק, די בשורה האט פארגעזאגט שווערע טרעפיקס וואס וועט אינז באגלייטן די אלע יארן ישיבה אין קווינס המהוללה, אריינגערעכנט "צוויי אין א האלב שעה וועגן" פון קווינס ביז ווילי יעדן פרייטאג און ביומי דחנוכה יעדן טאג עקסטער, אויף א צישטיפטע באס מיט מנינים מעריב איינס נאך אנאנד. גראדע די ערשטע טאג איז געווען א שנעלע וועג, און מאיז אנגעקומען צו ישיבה...
ער איז די מנהל? ניין ער איז א מגיד שיעור, ער? ניין, וואס הייסט? ער איז עס! וואס? ער גייט זיין די מנהל? יא! אוקעי...
האמיר דערווייל אנגעכאפט בלויז די וועגן וואס איז געווען א פרשה לפני עצמו, דאס האט זיך אפגעשפילט וואך איין וואך אויס. געוויסע זענען געקומען אין ישיבה מיט די בוכארישע קארסערוויסעס וואס האבן געווארט מיט זייערע מזוזה קארס ביים טויער פון הייוועי, א גאנצע קאפ וויי וויאזוי מציטיילט 17 דאללער פאר 9 בחורים... איי זכרונות! די פינף דאללער וואס איך האב מיר געברענגט פאר די קרן חתנים ווענדינג מאשין (וכד') האב איך געמוזט געבן פארן קאר... פון מאל צו מאל זענען מיר געגאנגען מיט די סאטמער ישיבה באס כאפנדיג דערנאך א שפאנציר ביז אונזער ישיבה, אויפן וועג איז די משגיח פארביי געפארן און אינז נישט באמערקט ביז צוויי טעג שפעטער ביי לאנטש...
אי"ה עוד חזון מיט די טעג אין ישיבה, אוי איז דאס זיס געווען!
ביי שמו''ע האט שוין די עמוד געהאלטן נעבן די באלעמער...נזר הנבונים האט געשריבן:אהה, אהה, אהה, רבי חיים יודל'ען א דמות פון ישיבה וואס זיין דאווענען פארלאנגט זיך א פרק פאר זיך... קרית שמע בציבור ביי פארנט... ה' ימלוך לעולם ועד... וואטעווער כהאב נישט יעצט קיין צייט פאר א ארטיקל... מוועט נאך אנקומען דערצו, (צו זיין דאווענען איז מען דאך אלס אנגעקומען שפעט... נו! סקומט באלט א דרשה)
יענע ווינטער זמן אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער ביים אנקומען די ערשטע טאג, און די זמן האט זיך געענדיגט ווען מ'האט אפגעשפארט די לעקטער סוף זמן...מחצה''ק האט געשריבן:די ערשטע טאג וואס איך בין דארט אנגעקימען אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער אין וואס ווען ווי האט שוין די עולם אריין געפייערט אין די גמרא....
איך האב נאכנישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין
די אלע חורבנות זענען פון סענדיתרמב האט געשריבן:נאך א בילד פון סיגעיט, דאס בילד איז געכאפט געווארן בעפאר א שבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן לכבוד די מנהל ר' משה שמואל ראטטנבערג מ'קאזאבא ביים וואסער, דאס בילד איז פון בשעת די הכנות צום שבע ברכות.
אויך פון שנת תשע"ה
יא דערמאנסט מיר מר' גרעבי האט אינז געטראגען אין עפעס א קווינסע שולתרמב האט געשריבן:יענע ווינטער זמן אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער ביים אנקומען די ערשטע טאג, און די זמן האט זיך געענדיגט ווען מ'האט אפגעשפארט די לעקטער סוף זמן...מחצה''ק האט געשריבן:די ערשטע טאג וואס איך בין דארט אנגעקימען אין קווינס האט נישט געארבעט די לעקטער אין וואס ווען ווי האט שוין די עולם אריין געפייערט אין די גמרא....
איך האב נאכנישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין
תשס"ט דאכצעך מירintellectual האט געשריבן:וועלעכע יאר איז די ישיבה געגרינדעט געווארן?
אוודאי מהאט געריסן שטיקער פונעם עולם כמעט נישט געווען אז א בחור נישט קיין חילוק ווער זאל א דורך גיין א טאג אין לערנען איך רעד שוין נישט פון דעם אז האלב פון מיין כיתה וואס איז געווען בערך 15 בחורים האבן פשוטו כמשמעו געלערנט פון פארטאגס ביז ביינאכטתרמב האט געשריבן:פון דעם וואס מ’איז געזעצן אין געהאקט שטיקער גמרא תוספת פון דעם רעדט קיינער נישט, זעהט אויס אז דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט...