Re: מייקל לאולער קאמפיין הויפטקווארטיר
כ'האב גענטפערט אויף דיין פעריערדיגע תגובה וואס זאגט אז מען זאל נישט מאכן קיין אינדארסירונג דא, דעטס אלל, ליין ביטע איבער מיינע ווערטער.פרעג האט געשריבן:קיינער האלט זיי נישט אפיר. זיכער זענען זיי אויך בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג. אבער דו אויך, און איך אויך.דרייטצעך האט געשריבן:די עסקנים לופטערן נישט אויס קיין האלב פון די ידיעות וואס זיי האבן אין פובליק.פרעג האט געשריבן:
אתמהה! די וואס טיען אין פאליטיק זאגט דאך יעדער זה בכה וזה בכה??? דער שווערט זיך ביים בארד אז מען דארף וועלן פאר פלוני און דער צווייטער רייסט זיך די האר פון קאפ אז מען דארף שטימען פאר אלמוני?? חוץ אז וועסט מיר זאגן 'אלו ואלו דברי אל... חיים'.
איי, איך האב נישט די ידיעות. איך האב עס יא, איך הער עס פון די עסקנים וואס זיי ליפטערן אלעס אויס אין פאבליק, איך הער אלע צדדים, יעדער גיט ארויס צעטלעך בירורים און דרשות. דערנאך מעג מען ניצן דאס אייגענע קעפל און טראכטן אן נגיעות, נאכאמאל: אן נגיעות, און זאגן א מיינונג לויט ווי דו פארשטייסט. [און אויב איז רח"ל מען זאגט אנדערש ווי "די עסקנים", קענסטו ניצן א אסמכתא אז דו האסט אלעמאל טייל עסקנים וואס האלטן אויך ווי דו].
יא, זיי קענען צומאל האבן מיינונגס פארשידנהייטן (דא גראדע נישט) אבער זייערע החלטות קומט מיט אסאך מער ידיעות ווי וואס איך און דו קענען נעמען אין באטראכט.
אפירהאלטן זייערע החלטות פארוואס טראכטן זיי נישט אזוי אדער אזוי, איז זינלאז.
בעיסיקלי האסטו נישט געענטפערט אויף מיינע ווערטער בכלל.
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!