גאווענער קאנדידאט לי זעלדין, מיט קאנגרעסמאן קאנדידאט מייק לאלער, און געוועזענער גאווענער פאטאקי
ביי א באזוך ביי כ"ק מרן אדמו"ר מפארשעי שליט"א
מיט די באטייליגונג פון הגאון הגדול רבי חיים פלאר שליט"א, און מרן הרב זאקס שליט"א ר"י חפץ חיים.
דארט האט אים דער רבי איבערגעגעבן א בריוו, אין שטיצע פאר זיין קאנדידאטור, וואס איז גע'חתמ'עט געווארן דורך די זקני הראשי ישיבות אין אמעריקא, הגאון הגדול רבי אלי' בער ווייכטפויגל שליט"א ר"י סאוטפאלסבורג, הגאון הגדול רבי רפאל שור שליט"א אב"ד תפארת גדליהו ור"י וויזשניץ, און הגאון הגדול רבי חיים פלאר שליט"א.
ווי דער רבי האט באטאנט, אז דאס איז דריי עלטערע רבנים וואס חתמ'ענען נישט כמעט פאר אזעלכע זאכן, און דאס מאל האבן זיי ספעציעל גע'חתמ'עט לטובתו.
ווען נאכדעם האט רבי חיים פלאר לכבוד דעם פארגעלייגט פערזענליך א שאלה און בקשה פארן גאווענער קאנדידאט.
די שאלה איז געווען,: אז ער זאגט ער גייט זיך אננעמען פארן חינוך פון אונזערע קינדער, וויל ער וויסן וואס קען א גאווענער טון אין דעם אינזיכט, און וואס ער פלאנט צו טון. אויף וואס דער קאנדידאטור האט אים באריכות מסביר געווען, ווען תורף דבריו איז, אז דער גאווענער האט גאר א שטארקן מאכט ווי ער קען טוישן און מאכן אנדערש געזעצן, און דערצו א עקזעקעטיוו ארדער כח, וואס קען זיין בייהילפיג אין דעם אינזיכט.
דערביי האט ער באטאונט אז דער באשלוס אויף חינוך הבנים געהערט פאר די עלטערן צו באשליסן, און נישט פאר די רעגירונג. און עלטערן האבן דאס רעכט צו געבן א רעליגיעזע חינוך.
ער האט באטאנט אז ער פלאנט צו מאכן אן עקזעקעטיוו ארדער, און ארויסגעברענגט אז א גאווענער איז מאכטפול אז אפילו ווען מען קען גארנישט טון, קען מען ארויסברענגען א שטארקן סטעיטמענט, וואס מען האט גראדע געבעטן פון דעם יעצטיגן גאווענער האאקאל, און זי האט זיך אנטזאגט פון געבן א סטעטימענט.
און די בקשה איז געווען: אז דער מאראל גייט אראפ און אראפ ס'ווערט ערגער און ערגער און נידריגער און נידריגער, ווען יעדער איינער שטופט דאס אויף אראפ, דעריבער בעהט ער אים ער זאל דאס נישט צושטופן.
רבי חיים פלאר האט אויך דערציילט די באקאנטע מעשה פון זיין באבע, וואס האט געלערנט אין פאבליק סקול פאר אכציג יאר צוריק, ווען ס'געווען דארט אן עקסטערע טיר פאר די זכרים און אן עקסטערע טיר פאר די נקבות, און ווען א טיטשער האט אמאל געזעהן א אינגל גיין ביי די מיידלעך טיר, איז ווען ער איז אנגעקומען אויבן, האט אים די טיטשער אראפגעלאזט א פאטש.