פארוואס האט דער סורוועי נישט php הויעך אויפן ליסט? פּייטאן זעה איך איז איבעראל הויעך. אבער דשאווא איז פון די העכסטע איבעראל.
אידעלעך האבן א אייגענע איקאו סיסטעם… אין די פראפעשאנעל ערינע יענער האט א קענאן קעמרע, קויף איך אויך. פארוואס? ווארשיינליך האט יענער פראו געמאכט זיין ריסורטש, ס׳איז גוט פאר אים איזעס גוט פאר מיר… קען איך אים פרעגן פראגעס.
איך בין פונקט פארקערט, איך מאך העווי R&D און מיין דעסישן איז בעקט פון אינטענסיווע ריסורטש. נישט יעדער האט די נאטור פאר די סארט זאכן. איך יא ב״ה. די סיבה וויאזוי skytektel איז די בעסטע ביזנעס פאון פון יעדן איינעם. ס׳איז וואס איך נוץ (וואס אנדערע מאכן שוין נאך, נאכן אפלאכן פון מיר) און ס׳איז די ״נאלעדש״ וואס איך ברענגט צום טיש. נאלעדש וואס איז נישטא ביי אנדערע. סימפל.
הרב יואל קלייןהאט געשריבן:↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:04 am

הרב קליין איך מיין אז סקיי-טעק-טעל זאל הייערן א פראפעשינאל דעוועלאפער וועסט קענען פאקאוסן אויף דיין ביזנעס.
דאס איז זיכער, איך פרעג נישט ווייל איך פלאן צו שרייבן אליין. איך האב ליב די ידיעות, און כ'האב שוין ב"ה געמאכט קאנטאקט מיט א דעוו. א חלק פון פאוקעסן אויפן ביזנעס איז זעהן וויאזוי צו צושטעלן קאסטאם add-on אויב פעלט אויס. איך וויל האנדלען מיט א איד.
לאמיר רעדן פון אונזער משל, איך וויל געבן פאר די פראגרעם א וואל פארמעסט, און ער זאל מיר צוריקגעבן די תוצאות פון די וואל פארמעסט. יעצט נאך איידער מיר פאנגן אן סיי וואס פאר א פראגרעממינג, נאך איידער מען שרייבט אן אות פון קאוד, איז וויכטיג צו האבן א פולע בילד פון די תוצאה וואס מען וויל האבן. וואס פארלאנגט זיך פון די תוצאה אז מיר זאלן זיין צופרידן דערמיט?
די תירוץ איז אזוי, מיר ווילן אז די וואלן זאלן זיך אוטאמטיש איבערפרישן, יעדער מאל ס'איז דא פרישע תוצאות, און אונז ווייזן די פרישע תוצאות, אן דעם וואס מיר זאלן דארפן טוהן סיי וועלעכע פעולה. דאס איז די הויפט אויפגאבע וואס אונזער פראגרעם דארף טוהן. חוץ פון די הויפט אויפגאבע, איז דא נאך זייטיגע אויפגאבעס, וואס דאס וואלט גוט געווען אויב מען האט עס, אבער ס'איז נישט די עיקר. זייטיגע אויפגאבע #1, די רעזולטאטען זאלן זיין שיין אהערגעשטעלט, אויף א אופן וואס מען זאל גרינג קענען זעהן ווער איז פאראויס. #2 מען זאל קענען חוץ די רעזולטאטען זעהן פארשידינע פרטים איבער די וואלן, וואו למשל וויפיל מענטשען האבן שוין געשטימט אלעס צוזאמען. #3 עס זאל זיך נישט אויספעלן צו שרייבן נאך א תגובה פאר יעדער מאל ס'איז דא פרישע רעזולטאטען.
אלזא, האבן מיר שוין דאס וואס מיר ווילן, יעצט דארפן מיר גיין ווייטער און אנפאנגן די ארבייט אויף צו פארווירקליכען אונזער חלום. המשך יבא.
אונז האב מיר שוין א קלארע בילד וואס אונז זיך מיר, יעצט איז די צייט זיך צו נעמען שרייבן קאוד. ניין נאך נישט. יעצט דארף מען וועלן א פרעימווארק.
וואס איז דאס א פרעימווארק? אמאל, האט א קאמפיוטער בלויז געקענט לויפן איין פראגרעם אויף א מאל, און די פראגרעם האט געדארפט טוהן אלעס אליין, הכל בכל מכל, כהיום איז די מצב אנדערש, פראגרעמס לויפן שוין נישט איינער אליין, אנשטאט לויפן פראגרעמס היינט אין א סביבה. דאס האט די מעלה אז מען דארף שוין נישט טוהן אלעס אליין, מען קען זיך פארלאזן אויף די סביבה צו טוהן געוויסע זאכן. די פרעימווארק איז די סביבה פאר די פראגרעם וואס מען גייט שרייבן.
זיך וועלן א פרעימווארק איז מן הסתם די וויכסטיגטע החלטה וואס מען דארף מאכן ווען מען פאנגט אן א נייעם פראיעקט. ס'איז אפילו א גרעסערע החלטה פון וועלעכע פראגרעיממינג שפראך מען ניצט (טייל פרעימווארקס לאזן שרייבן און מער פון איין שפראך). נישט בלויז טוהט די פרעימווארק טוהן רוב ארבייט פון שרייבן די קאוד פאר דיר, נאר די פרעימווארק וועט געווענליך קומען מיט א טוץ פון כלים כדי צו נעמען די קאוד, דאס איינפאקען, און גרייט מאכן צום באנוץ. אלזא, וויאזוי וועלט מען א פרעימווארק?
שאלה 1. וואס וויל איך טוהן? וויל איך בויען א ווינדאוס עפפ? דאן איז די ערשטע פרעימווארק צו קוקן אויף, די .NET פרעימווארק. דאט נעט איז געמאכט דורך מיקראוסאפט, און איז געאייגנט צו מאכן ווינדאוס עפפ. די זעלבע פאר מעק, ס'איז דא פון עפל א פרעימווארק, סיי פאר מעק, און סיי פאר iOS. אויך פאר ענדרויד, איז דא די ענדרויד SDK פון גוגל. כאטש די אלע אויבן דערמאנטע פרעימווארקס זענען מיוחד פאר זייערע צוועקן, מיינט נישט אז זיי זענען די איינציגסטע פרעימווארקס וואס קענען עס טוהן. מען מוז נישט ניצן דאט נעט צו בויען א ווינדאוס עפפ, ס'איז דא אנדערע פרעימווארקס וואס מאכן אויך ווינדאוס עפפס, אבער די ערשטע וואס מען דארף קוקן אויף, איז די פרעימווארק וואס איז מיוחד לכך.
איידער מען וועלט א פרעימווארק, דארף מען זיכער מאכן אז עס קען טוהן וואס די ווילסט עס זאל טוהן, למשל מען קען נישט לעת עתה ניצן די ענדרויד SDK צו בויען א ווינדאוס אדער iOS עפפ, מילא אויב ווילסטו בויען א iOS עפפ, קענסטו נישט ניצן די ענדרויד SDK, און מען קען נישט ניצן די עפל פרעימווארקס צו בויען פאר ענדרויד. אבער די קענסט יא ניצן די דאט נעט פרעימווארק צו בויען סיי ווינדאוס עפפס, און סיי ענדרויד און אייפאון עפפס (באמת די די דאט נעט פרעימווארק איז אזוי גרויס, אז עס האט אפטליינגען, און איין אפטיילונג קען מען ניצן צו בויען מאביל עפפס).
שאלה 2. וועלעכע פרעימווארק בין איך דער מערסטע באקוועם מיט? וועלעכע קען איך גוט? וועלעכע גלייך איך? אויב למשל איינער גלייכט דאט נעט, קען זיך אפשר לוינען צו ניצן די דאט נעט פרעימווארק צו בויען מאביל עפפס, און נישט די אפיציעלע פרעימווארקס, צו מאל איז דא מערערע פרעימווארקס וואס זענען געאייגענט פאר די זעלבע זאך, וואו למשל פאר וועב דעוועלפמענט, איז דא ריעקט (פון פעיסבוק), אנגולער (פון גוגל), סוועלט, וויו.JS, וועלעכע ניצן JavaScript, ס'איז אויך דא רובי אן רעילס, symfony (וואס אייוועלט-phpBB ניצט), און אוודאי דאט נעט, וכהנה וכהנה פרעימווארקס לרוב, דארף מען זיך וועלן די פרעימווארק וואס מען גלייכט, אדער די פרעימווארק וואס מען קען.
שאלה 3. סופפארט, קאמיוניטי און דאקומענטעישען. וואס איז טאמער איך קען נאך נישט קיין שום פרעימווארק, וועלעכע זאל איך ניצן? די תירוץ איז אז מען דארף נאכפארשן וועלעכע האט די בעסטע סופפארט אין פאל וואס מען דארף הילף. וועט זיין איינער פון די פרעימווארק וואס וועט פארריכטן באגס\ענטפערען פראגעס? וואס טוהט זיך מיט דאקומענטעישען, איז דא קלארע אנווייזינגען וויאזוי צו ניצן די פרעימווארק? קאמיוניטי, דאס איז טייטש מענטשען פון אינדערויסן וואס גלייכן די פרעימווארק, און זענען פארנומען ענטפערן שאלות אויף סטעק אווערפלאו וכדומה, דאס איז אויך א ריזן אויפטוה, ווייל אזוי וועסטו באקומען הילף ווען די וועסט עס דארפן.
נאכ'ן קוקן די ריקווייערמענטס, איז קלאר אז וואס איך זיך אז סערווערלאז. וואס איז דאס סערווערלאז? דאס איז א וועג פון לויפן פראגרעמס אין די קלאוד, דהיינו ביי יענעם אין קאמפיוטער,נישט אין מיין קאמפיוטער. ווייס מיר שוין אז מיר ווילן ניצן סערווערלאז. איז וואס זענען אונזער אפציעס? די 3 גרעסטע סערווערלאז קאמפיניס זענען אמעזאן (AWS), גוגל (GCP), און מיקראוסאפט (Azure). קוק'נדיג אויף זייער פראדוקטען, איז דא איין פראדוקט פון יעדער איינער פון זיי וואס איז געאייגענט פאר סקריפטס, און מען קען דאס אנשטעלן צו לויפן יעדער מינוט
פון AWS איז דא Lambda פון מיקראוסאפט איז דא Azure Functions פון גוגל איז דא גוגל קלאוד פונקטשיענס.
באמת, וואלט דאס געווען א געצאלטע פראיעקט, וואלט איך מן הסתם אויסגעקליבן איינער פון די 3, און עס גענוצט, אבער היות איך האנדל דא פון א בחינמ'דיג'ע פראיעקט און די 3 כאטש וואס איך קען לכאורה אנקומען צו מיין ציל מיט זייער בחינמ'דיג'ע לימיטס, בין איך נישט איטנרעסירט צו בטעות זיך זעהן מיט א ריזיגע בילל.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
שוין יעצט האבן מיר שוין אויסגעוועלט א פרעימווארק, יעצט איז שוין צייט צו שרייבן קאוד. ניין, נאך נישט, מען דארף וועלן אן IDE.
וואו שרייבט מען קאוד? די תירוץ איז אז באמת, לאמתו של דבר איז דאס פשוטע טעקסט, און מען קען עס שרייבן אין א פראגרעם ווי notepad וכדומה, אבער, במציאות איז דא פראגרעמס וואס זענען ספעציעל געאייגענט צו שרייבן קאוד. די סארט פראגרעם ווערט אנגרופן אן IDE. דער IDE איז ביסודו א פראגרעם אזויווי נאוטפעד, נאר עס האט אסאך כלים אריינגעבויט אין דעם וואס איז ספעציעל געמאכט פאר קאוד. למשל, טאמער אן IDE כאפט אויף אז די האסט געמאכט א טעות אין דיין קאוד, דאן וועט דיך די IDE ווייזן קום פאררעכט דא, די IDE וועט אויך נעמען ספעציעלע ווערטער, און טוישן די קאליריען, כדי מען זאל גרינג קענען אויפכאפן וואו די ווערטער זענען, די IDE וועט אויפכאפן וואס די ווילסט שרייבן און צוענדיגען די קאוד פאר דיר, וכהנה וכהנה.
ס'איז דא א ים מיט IDE'ס, וויאזוי וועלט מען זיך אן IDE? די ערשטע זאך וואס מען דארף קוקן אויף, איז טאמער די פרעימווארק קומט מיט מיט אן IDE. למשל די ענדרויד SDK, קומט מיט מיט ענדרויד סטודיאו, עפל'ס פרעימווארק קומט מיט Xcode, און דאט נעט קומט מיט וויזשועל סטודיאו. דאס דארף זיין די ערשטע IDE'ס צו קוקן אויף, די IDE פון די פרעימווארק, געווענליך איז די IDE אויסגעשטעלט ספעציעל פאר די פרעימווארק, און עס ארבייט די בעסטער. אבער זיי זענען נישט די איינציגסטע זאך וואס מען דארף קוקן אויף. IDE'ס זענען סוף כל סוף פראגרעמס, און יעדער פראגרעם איז דא וואס גלייכן עס, און דא וואס נישט, מען דארף זען וועלעכער IDE מען גלייכט די מערסטע.
למשל Java, איז א פראגרעממינג שפראך וואס קומט מיט די דזשאווע API'ס וואס מען קען רעכנען אלץ א פרעימווארק, און עס קומט מיט די נעטביענס IDE. אבער די נעטביענס IDE איז א שוואכע IDE, מילא האט כמעט קיינער דאס נישט גענוצט, אנשטאט האט מען געניצט eclipse. ביז והוא היום, ס'איז געקומען א נייע קאמפיני מיט די נאמען JetBrains, און זיי האבן ארויסגעגבן א נייער IDE מיט די נאמען intelliJ. בליז שנעל האט intelliJ עקליפסעד עקליפס, און איז געווארן די מערסטע באנוצטער דשאווע IDE. מיט די צייט האט JetBrains ארויסגעגעבן IDE'ס אויך פאר דאט נעט און עפל. וואו אויך פאר א טוץ פון אנדערע שפראכן און פרעימווארקס. זיי זענען היינט פון די שטערקסטע IDE'ס, און פארמעסטן זיך אין יעדער פרעימווארק מיט די אפיציעלע IDE. אויך זענען זיי שטארק ביי פרעימווארקס און שפארכן וואס האבן נישט קיין אפיציעלע IDE (למשל Go און PHP). נאך א שטארקע IDE, איז VScode, דאס איז ערצייגט דורך מיקראוסאפט, און ווערט גענוצט בעיקר פאר שפארכן וואס האבן נישט קיין אייגענע IDE.אבער יעדער ווייסט אז א אמת'ע פראגרעממער שרייבט נאר אין ווים...
זיך וועלן אן IDE איז נישט באמת אזוי וויכטיג, וויבאלד מען קען אלעמאל טוישן די IDE שפעטער, נישט אזויווי די פרעימווארק וואס מען קען נישט טוישן שפעטער. בעיקר וואס מען דארף קוקן אויף איז צו מען גלייכט די IDE צו נישט. צומאל איז דא בעניפיטען פון ניצן די אפיציעלע IDE פאר די פרעימווארק, און צומאל לוינט זיך עס נישט.
נחזור לעניינו. מיר האבן מחליט געווען צו ניצן די גוגל עפפ סקריפטס פרעימווארק, און דאס קומט מיט אן אריינגעבויטער IDE. באמת איז די IDE גאנץ א שוואכער, אבער עס האט א מורא'דיג'ע מעלה אז ער איז אריינגבויעט צוזאמען מיט אלע אנדערע גוגל עפפס. וואלט מען געדארפט דא שרייבן ריזיגע קאודס, וואלט איך מן הסתם געקליבן VS קאוד, אבער היות מען רעדט דא לכאורה פון א קליינע פראיעקט, גיי איך אנפאנגן מיט זייערע אריינגעבויטע IDE לעת עתה, טאמער וועל איך זעהן אז די קאוד ווערט גרעסער, אפשר וועט מען עס אריבעררוקן צו VS קאוד.
קיעפ גאואינג! -- כמדומה לי אז ענדרויד סטודיא איז א פראדוקט פון intelliJ.
as of my info.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)