איך האב געזען בילדער פונעם פורים קטן טיש ביי מהר''א מ'סאטמאר. איך האב באמערקט אז ס'איז שוין דא א היבשע עולם בחורים מיט חסידישע הוטן, אבער עס זענען נאך דא אסאך בחורים מיט די שטאפענע הוטן. עס האט מיר געמאכט וואונדערן וואס איז פשט אז די אדמורי''ם נעמען זיך נישט מער צו דעם?
אין פאפא צום ביישפיל האט מען שוין מער ווייניגער געטוישט.
עס איז א מאדערנע מלבוש. דער פאקט אז אזויפיל אידן גייען מיט דעם מאכט עס נישט חסידיש. ווען גאנץ סאטמאר גייט מיט דעם,שוין. אבער למעשה טוען מער און מער בחורים אן די ביבער הוט. איך האב געפרעגט אלס תמי', נישט אלס פארווארף.
עס איז נישט מאדערן, עס איז באלעבאטיש, און אין די אלטע היים אין אונגארן איז כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט ביבער הוטן, שבת פלעגט מען צו גיין מיט א ביבער הוט, אינדערוואכן זענען נאר שיינע אידן געגאנגען מיט סאמעטענע קאפעלוטשן.
חוץ מזה אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק צו מ'גייט מיט א קורצע רעקל אדער א שטאפענע הוט, און איך זעה נישט אז סאטמארע בחורים און אי געלייגט זאלן טוישן צו א סאמעטענע קאפעלוטש.
עס איז א מאדערנע מלבוש. דער פאקט אז אזויפיל אידן גייען מיט דעם מאכט עס נישט חסידיש. ווען גאנץ סאטמאר גייט מיט דעם,שוין. אבער למעשה טוען מער און מער בחורים אן די ביבער הוט. איך האב געפרעגט אלס תמי', נישט אלס פארווארף.
עס איז נישט מאדערן, עס איז באלעבאטיש, און אין די אלטע היים אין אונגארן איז כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט ביבער הוטן, שבת פלעגט מען צו גיין מיט א ביבער הוט, אינדערוואכן זענען נאר שיינע אידן געגאנגען מיט סאמעטענע קאפעלוטשן.
חוץ מזה אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק צו מ'גייט מיט א קורצע רעקל אדער א שטאפענע הוט, און איך זעה נישט אז סאטמארע בחורים און אי געלייגט זאלן טוישן צו א סאמעטענע קאפעלוטש.
אין די אלטע היים אין אונגארן איז מען געגאנגען מיט שטאפענע ווייל מען איז געגאנגען אנגעטון מאדערן. איך בין אן אונגארישע אפשטאמיגע, און מיין זיידעס האבן מיר דאס געזאגט. בכלל די היינטיגע איז אן אנדערע מין הוט אינגאנצן. און אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק איז די זעלבע סיבה, פשוט אזוי איז יעדער דארט געגאנגען, אבער לכאורה פארשטיי איך אז איטס עי מעטטער אף טיים.
קיקיון האט געשריבן:
מיין טעגלאשער קרוב האט מיר געוויזען דערציילט דער שרייבער אז הרה"הח ר ישרא' משה טעגלאשער ז"ל וואס האט געטראגען א ברייטען פלאטשיקען הוט און דריי פערטעל רעקעל האט געפרעגט הרה"ק רי"ד אבד"ק בעלזא זי"ע צו ער זאל אנטוען שטריימעל און בעקישע האט אים הרה"ק נישט געלאזט משנה זיין אפילו ווען ער איז געווען אין בעלזא אויך דערציילט ער אז דער שבת אויפרוף פון זיין איידעם ר' שמוא' אביגדור בן אחיו ר' ישי איז געווען ביים רב זי"ע אין ראצפערט און דער רב זי"ע האט געהאט א שטארקע הנאה ווען דער חתן און די מחותנים זענען אריין געקומען און בה"מ אנגעטוען אין דעם לבוש פון די אונגארישע יראים
עס איז א מאדערנע מלבוש. דער פאקט אז אזויפיל אידן גייען מיט דעם מאכט עס נישט חסידיש. ווען גאנץ סאטמאר גייט מיט דעם,שוין. אבער למעשה טוען מער און מער בחורים אן די ביבער הוט. איך האב געפרעגט אלס תמי', נישט אלס פארווארף.
קיינער איז נישט געגאנגען פורים קטן מיט בגדי שבת...
נישטא קיין שום ווינט צו טוישן היטן.
אין די כ'ף יארן איך מיין כ''ו איז געווען א ווינט אין ישיבה צו אנטון פלאטשיגע היטן אינדערוואכן, וכך הוה ס' געווען בחורים וואס האבן געטוישט, שלא לרצון פון די עלטערן, און זייערע ברודער גייען נאך מיט שטאפענע היטן, מיר האט געזאגט איינער פון זיי היינט 60 יאר שפעטער איך האב חרטה פארן טון א איבערגעאיילט בחור'ישע שריט
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
די שיך אין ארץ ישראל גייט מיט לוחות
דער אמרי חיים פון ויזניץ האט דאס זייער נישט ליב געהאט ער פלעגט זאגן, די לוחות דארף מען האבן אין קאפ, נישט אין די שיך (ותלמידיו פלעגן דאס אפשניידן).
וואס איז די סיבה פון יא גיין דערמיט? ווען און וואו האט זיך דאס אנגעהויבן? גייען אלע א"י מיט דעם חוץ ויזניץ?
אויך אין וויזניץ גייען א סאך דערמיט
נישט לאנג צירוק האב איך גיזעהן די בילדער פיןדי חתונה בבית וויזשניץ - ספינקא אין דארט האב איך גיזעהן אז דער וויזשניצער רבי גייט יא מיט די ארץ ישראל'דיקע שיך מיט די "לוחות"
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
די שיך אין ארץ ישראל גייט מיט לוחות
דער אמרי חיים פון ויזניץ האט דאס זייער נישט ליב געהאט ער פלעגט זאגן, די לוחות דארף מען האבן אין קאפ, נישט אין די שיך (ותלמידיו פלעגן דאס אפשניידן).
וואס איז די סיבה פון יא גיין דערמיט? ווען און וואו האט זיך דאס אנגעהויבן? גייען אלע א"י מיט דעם חוץ ויזניץ?
אויך אין וויזניץ גייען א סאך דערמיט
נישט לאנג צירוק האב איך גיזעהן די בילדער פיןדי חתונה בבית וויזשניץ - ספינקא אין דארט האב איך גיזעהן אז דער וויזשניצער רבי גייט יא מיט די ארץ ישראל'דיקע שיך מיט די "לוחות"
אסאך זאכן אין ויזניץ איז היינט אנדערש
אפי' דער וויזניצער גארטל, וואס חוץ דעם קניפ, איז אויך דא דער אופן ווי אזוי מען לייגט דאס ביי די זייטן, מאכט אויך כמעט קיינער נישט אין ויזניץ (ס'איז אגב נישט קיין דאוריית, און ניטאמאל א מנהג, ס"ה א סטעיטמענט פונעם אמרי חיים וואס ער אט אמאל געזאגט, און זיינע תלמידים פלעגן דאס אפשניידן, כהיום עדיין יש מהתלמידים שעושים כן, אבער קיינמאל קיין מצב געווען דערפון).
להנציח זכרונם של צדיקים פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דאhttp://www.yuhrzeit.com
איבערקוקנדיג אין ספרים וועגן די מעשה ההתקרבות פון הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע און זיין ערשטן מאל ביים הייליגן רבי ר' אלימלך, האב איך געזען אז עס זענען פארהאנען כמה גירסאות אין די מעשה, אין ספר מרא דעובדא פון הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל ברענגט ער לכאורה פון ספר אהל אלימלך אז הרה"ק ר' אלימלך האט געזאגט אז "אויף דעם הייליגן הענטל ווארטן מיר שוין לאנגע יארן", ער ברענגט דארט אויך אז דער רבי ר' מענדעלע איז געגאנגען מיט א צילינדער ווייל ער איז געקומען פון פראג-בעהמען. אין אן אנדער פלאץ האב איך געזען אז ער שרייבט אז רבי ר' מענדעלע איז געגאנגען מיט מלבושי צמר אלץ מלבושי אונגארן... איך ווייס נישט אויב עס שטימט מיטן מציאות אבער עס איז אינטרעסאנט צו אנמערקן אז ווען ער האט געוואלט מסביר זיין די סיבה אלץ וואס ער איז געגאנגען מיט מלבושי צמר האט ער געשריבן אז עס איז געקומען פון לבוש אונגארן. און אויך דער אויסדרוק וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט געזאגט דעמאלטס אויפן רבי'ן ר' מענדעלע ברענגט ער אנדערש.
נחזור לענינינו. ווען מען רעדט פון מלבושי חסידות איז וויכטיג צו אנמערקן אז מלפנים בישראל אין די דורות נאך פאר די צייטן פון בעש"ט ותלמידיו איז שוין געווען אזא זאך אז רבנים און גדול"י זענען געגאנגען מיט מער חשוב'ע מלבושים ווי די פשוט'ערער המון עם, כאטש די מלבושי יהודים איז געווען אנדערש ווי דער גוי, איז דער רב און חכם העיר געגאנגען נאך עפעס א חשוב'ערער מלבוש, עס איז באקאנט די מעשה פונעם רמ"א ז"ל וואס א צדיק נסתר האט אים געשיקט עפעס איבערזאגן וואס ער האט געהערט פון אליהו הנביא אז ער זאל איבערגעבן פארן רמ"א און דער רמ"א האט געפרעגט פארוואס אליהו הנביא קומט נישט צו אים און ער האט געענטפערט אז אליהו הנביא קען נישט סובל זיין די ברייטע ארבל... נאך אין די גמרא זעהט מען שוין אז עס איז געווען ספעציעלע חשוב'ע מלבושים פאר די רבנן. וואס דאס איז אונז נוגע, איז אז מלבושי אדמו"רים פון די חסיד'ישע רבי'ס תלמידי המגיד והרבי ר' אלימלך וכו' האט זיך אין אסאך פעלער גענומען פון אנגענומענע רבנישע מלבושים און איז לאו דווקא געווען אויסגעטראפענע חסידי'שע חידושים אין לבוש, הגם עס איז געווען חידושים אויך, אבער זייער אסאך איז עס פשוט געווען א המשך אנצוהאלטן די אלטע מקובל'דיגע מלבושים. עס איז אינטרעסאנט צו ברענגען דא וואס עס איז באקאנט אז דער הייליגער ישמח משה פלעגט גיין א ספאדיק אדער שטריימל אין דערוואכן אויך נאר דער חילוק איז געווען אז שבת איז דער "וויערוך" (- דער קאפל פונעם שטריימל) געווען שווארץ און שבת איז עס געווען ווייס. און אין די דריי וואכן איז ער געגאנגען א הוט אלץ אבילות. (עס קען זיין איך מאך א טעות און ער פלעגט גיין א גאנץ יאר מיט א ווייסן "וויערוך" און אין די דריי וואכן איז דער וויערוך געווען שווארץ און אין די ניין טעג איז ער געגאנגען א הוט. ווער עס ווייסטווערט געבעטן אויסצוקלארן דעם נקודה.) עס איז ווארשיינליך געווען א חסיד'ישער חידוש דער ווייסער וויערוך, אבער א ספאדיק זעלבסט מיין איך איז געווען א רבנישער טראגע נאך פאר חסידים. און דאס זעלבע איז אויך ביי מלבושי חסידים וואס א גרויס חלק איז נישט געווען עפעס א חסיד'ישע אויסטרעף, נאר פשוט אנצוהאלטן דעם אלטן אידישן לבוש וואס ביי חסידים האט מען זיך נישט גערירט פון מסורה, אין דער צייט וואס אין די דייטשע לענדער איז געפאלן שטיקער און מען האט זיך צוגעפאסט צום דייטש - צו זייערע מאדעס, ממש חוקות הגוי, האט מען ביי די חסידים זיכער געמאכט צו בלייבן מיטן אלטן, און ווארשיינליך דאס איז געווען די סיבה וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט נישט געקענט סובל זיין אזעלכע וואס גייען מיט מלבושי דייטש, ווייל דער טומאה פון די עבירה פון עובר זיין אויף לא תלכו בחוקות הגוי איז א שרעקליכע קליפה, און דאס האט אזא קדוש וטהור ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך נישט געקענט סובל זיין. מען זעהט טאקע אז די פרושים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל מיט די עליה פון רבי ישראל שקלאווער וואס דאס איז געווען א שיינע פאר יאר פאר די גזירות הלבושים זענען אויפגעקומען גייען מיט שטריימלעך שבת הגם זיי זענען געווען געבראטענע מתנגדים און אפילו עד היום הזה קען מען הערן פון מאנכע פון זייער חדר אזעלכע מתנגד'ישע אויסדרוקן וכו'... דאס ווייזט אז א שטריימל איז א "אידישע" לבוש מקדמת דנא נאר ביי די חסידים איז דאס געבליבן אלץ החזקת המסורה זיך נישט רירן קיין זיז כל שהוא פון דרכי אבותינו. און ווי אויך זענען ביי די פרושים אין א"י ביז נישט צו לאנג צוריק געווען אסאך וואס זענען געגאנגען מיט קורצע הויזן און לאנגע זאקן (די זאקן האבן געקענט זיין פון סיי וועלכער קאליר...) און ווארשיינליך איז דאס געווען אלץ דער אריגינעלער לבוש פון דורות צוריק אין יענע געגנטער.
המשך יבוא בעז"ה.
קומט אריין מיט פידבעק און קריטיק אדער סיי וואס, עס איז געשמאק צו וויסן אז מען רעדט נישט צום לאמפ... און עס וואלט געקענט זיין א גוטע געלעגנהייט צו אויסקלארן ענינים ואינני אומר קבלו דעתי, אדרבה מיני ומכם תסתיים שמעתתא.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח(בראשית רבה מב, ד). וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען. ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...