שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש , אחראי

אוועטאר
פארמעסט חורף פ''ג
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:30 pm

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארמעסט חורף פ''ג »

שרייבעריי פארמעסט איינלייטונג.jpg
שרייבעריי פארמעסט איינלייטונג.jpg (254.32 KiB) געזען 3879 מאל
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

ס'האצעך שוין אנגעהויבן? די עולם איז דא? אקעי… ס'בושות… פפפףף… מ'הערט? מ'הערט? פיין…

אין א שטילן פינסטערן נאכט איז זיך די מעשה פארלאפן, פארטונקלטע וואלקענעס האבן איבערגענומען דאס ארום, א שטארקע פארנעפלטקייט האט זיך אראפגעלאזט, זעענדיג אז נאר אירע נישט גוטע פריינט זענען איבער'ן ערד-קוגל האט די לבנה באשלאסן אז אויף היינט לעשט זי זיך אויס. חושך. פארוואלקנט. א פינסטערע פינסטערקייט.

אקעי... עטס זענטס שוין דראמאטאזירט?... יעצט צו די מעשה.

געוועזן איז עס דעם לעצטן מיטוואך. פעסטע גראבע וואלקענעס האבן באהערשט דעם אויבערשטן טייל וועלט, די לבנה איז געווען שטייף צולאזט און האט העפטיג געשיינט מיט איר פלעשלייט, די ווינטן האבן זיך געשאקלט צום טאקט פון די ביימער, בשעת די בלעטלעך זענען ארומגעשפרינגען א רינגעראנגעראזי, בקיצור א געהעריגע רעגולער נאכט.

כ'ווייס נישט וואס עטס טוטץ יעדע נאכט, אבער איך שלאף געווענטליך. פאני, הע? אזוי בין איך... און דעם לעצטיגן מאנטאג האב איך נישט געזען קיין שום סיבה פארוואס זאכן זאלן זיין אנדערש. ס'נאכט, כ'שלאף. און טאקע אוואו יעדע נאכט האב איך זיך מיט'ן דאכענע ארומגעשאוולט, דעם קושן געשטעלט אינעם ריכטיגן פאזיציע, געטראכט וואו צו לייגן ס'בארד, איבער'ן דעקע אדער אונטערן, זיך געכאפט אז כ'האב א פיצי בארד און כ'דארף אפילו נישט טראכטן וואו עס צו לייגן. והנה אונאט... כ'שלאף. איין מינוט, ביסט זיכער? ניין. כ'צו צוריק, כ'שלאף נישט. אקעי... ס'איז העכסט נארמאל, וועט מען דארפן צואווארטן אביסל.

כ'ווארט און כ'ווארט אין בעט אין דעם טונקל, און שיעור איך ווארט נאכאלץ, נישטא קיין בערן נישטא קיין שלאף, כ'ליג אויסגעשפילט ווי א סטאטוע, מיינע נערוון ווערן שוין נערוועז, מיין בארד קראצט שוין נישט, אקעי… גענוג איז גענוג! שריי איך גענוג שטיל אז קיינער זאל זיך נישט אויפוועקן, ספאנטאן טאנץ איך פון בעט ארויס, די פאפוטשן אויף מיין פוס כ'גליטש ארויף, און מ'זעמער גרייט אנצוהייבן ס'נאכט.

ומה יעשה הבן שלא יחטא? מיט שטאלצע טריט זעמיר אויפ'ן וועג צום טריפה'נעם כלי, אלזא, דער רעפרידזשערעיטאר, אן אלטמאדישע אבער דאך ווירקזאמע טאקטיק וואס העלפט צו יעדער צייט. איר טיר ווערט געעפענט מיט א שנעלע מאנעווערע, א קאנטעינער עפעס איבערגעבליבענע גליטשט זיך ארויס. קוקט אויס ער איז שוין אומבאקוועם אין זיין דירת עראי, ער דארף אן אויסלייזער. אבער ניין צדיק, זאג איך ווייעך און שטייף בענעזאם, דו ביסט טאמעיטע סאוס און איך האב מיט דיר נישט וואס צו טאן יעצט. כ'לייג אים איידל צוריק, און כ'באמערק א געקאכטער איי.

דער איי האט טאקע געוואוסט אז איין טאג וועט זיין סוף אנקומען און איינער פון די שרעקעדיגע מאדנע אויסזעענדע מענטשן וועט איר שיילן און ארלעדיגן אויף אייביג רח''ל, אבער דאס אז ס'זאל זיין אום צווייע אויפדערנאכט דורך א פיאות צעקנייטשטער אויפגעברויזטער אומשלאפבארער? דאס איז איר נישט איינגעפאלן אין איר ווילדסטן געלעכל. אבער אז ס'איז באשערט איז באשערט, כ'שינד איר אפ מיט א סופערסאניק שנעלקייט, (כ'לינדער איר ווייטאג אזוי…) כ'זעץ זיך אנידער גרייט צו פארצוקן דעם רינדעכיגן ווייס-קעפיגער.

כ'לייג די הענט מיינע אויף איר קאפ, א ברכה דארף מען דאך מאכן פאר מ'עסט, און... איין מינוט... פאר מ'עסט? פאר מ'עסט... ------ פארמעסט!!!

דאס איז עס. דער איי איז געראטעוועט!

נא... פארמעסט + אייוועלט = @איינס. תוך כדי דיבור שלעפ איך ארוס אן ענוועלאופ, כ'שרייב אראפ דעם אדרעס, כ'לייג אראפ מיין געבעט, און געשיקט. אישי מיט אירע גוטע סערוויס מעלדט מיר איין אז דער מעסעדזש איז געשיקט געווארן און אז איך האב יעצט צוויי אפציעס, אדער צוריקגיין צום מעסעדזש וואס איך האב געשיקט אדער צוריק צו פאלדערס ווייס איך וואס... כ'נעם א דריטע אפציע, כ'גיי צוריק אין בעט.

דער אישי וואס מיר באקומען צוריק דערציילט גוטע אבער אויך שלעכטע נייעס בענעזאם, ער זאגט מיר אז ער איז זייער ביזי, אבער דאך איז ער גרייט צו העלפן, "שמעק ארום צו דער עולם איז אין" ענדיגט ער צו. אז מ'הייסט פאלגט מען, מ'שלעפט אריין אימעיל אינעם טיעם, מ'בראכט אויף א ברענד נייע אימעל אדרעס, @שרייבעריי פארמעסטגייט אריין אין אירע פריע געבורט שטאפלען, כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס יאנאש האט עס אנגענומען (ש'כח ביידעוועי) כ'שליידער אן אשכול, און יא! דער עולם איז פעסט אין! ס'טוט מען דא?!?


(אקעי… יעצט, הייבטס אן… וואו זענען די תופים? די מחולות זענען דא? די חצוצרות זענען איינגעפלאגט? געגאנען…)

פאמפאראראאאם…..
אייוועלט שרייבעריי פארמעסט - ווינטער תשפ''ג

איז דא! פאמפאראראאם…!

די פייפערס פייפן, די טראמפייטערס טראמפעטירן, און יעצט דארף מען ענק האבן, אחיכם יצאו למלחמה - געענדיגט מיט רוסלאנד אוקריינע - טראמפ דעסענקטעמאוניעס - זעלדין (איינער געדענקט אים נאך?) אדער לאולער, איצטערט תשבו פה, געגאנגען, געשריבן.

שארפטס די פעדערן, מאכטס עקסערסייז מיט'ן פינגער, כאפטס פאפירן ווילאנג ס'נאך דא, נישט זאגן מ'האט נישט געווארנט, יעצט גייט מען שרייבן, שרייבן, שרייבן!

אקעי… גענוג אייער שפייז געמאלן פאר היינט, די מייק ווערט שוין נערוועז, @איינס קום אריין מיט עפעס זאכליכס. שעם דיך נישט, שאא…

א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ש'כח טעמטי פאר דיינע אייער-רייד און בויכוויי, שטארק אקצעפטירט... אז עטץ זענטס נאך נישט פול מיט בויכוויי לאמיר אייך דערציילן מיינע אויכעט...

אקעי.. ערנסט. טאו דע פוינט.

עס איז ווינטער אויף דער וועלט, דער עולם האט צייט, די מצב איז רואיג, לאנגע מוצאי שבתים, קורצע טעג, קילע ווינטן, און ווייניג צייט צו פעניען.

ווען דער טאג האלט ביי פיר דרייסיג ברויך מען שוין האלטן נאך רבינו תם. ווער רעדט נאך פון צופרי ווען עס איז נישטא קיין צייט צו מישן די קאווע מער ווי איין מאל אדער צו טעפן די מטבע קארטל פאר יעדע צדקה גייער ווארום סוף זמן קרי״ש/תפילה/חצות איז פריער פון פרי.

אלזא, האבן א שטאב אינגעלייט, וואוילע ניקס, טאלאנטפולע צייט שטיפער, און געלאסענע פערזאנען זיך צוזאמגעשטעלט אין פריידן און וועלן אין אט דעם זמן אפהאלטן דעם אזוי וואויל באקאנטן פארמעסט דא במחנינו.

כדי ס׳זאל נישט ארויף פאלן די ארבעט אויף צוויי ניקס, און כדי די פארמעסט זאל פארן ווי געשמירט, האט מען דאסמאל צאמגעשטעלט א שטאב וואס זאל קעיר נעמען פון די טעכנישע דעטאלן, ובעזר השם וועט מען מצליח זיין צו דעליווערן א פארמעסט אז ס׳זאל דינערן.

מ׳בעט דעם עולם זאל זיך האלטן אין די ראמען, און אויפנעמען די חשוב׳ע חברי המערכת וואס וועלן בעזר הבורא שטיין אויף די פיס אז די אלע וואס פלאנירן צו ניצן די האנט זאלן האבן פארגעניגן און ווילן צו צופרידנשטעלן די אידישע ליינער דא אויפ'ן וועלטל.

צום אלעם ערשט שרייטס אלע טשיקי טשיקי אוי יאם! ווען דאסמאל האט זיך איינער געראולט אויפן פלאר ביז די געדערים האבן אים פארציילט אז ס׳איז צייט פאר א פארמעסט, ווער נאך ווי אים איז פאסיג צו שטיין בראש, נאך וואס זיין ראש איז אייביג אויפן פלאר, טעמטידער שפרינגער, וועט מאנעוורירן ווי א זינגער, און ניצן זיינע פינגער, דער פארמעסט זאל זיין א היט.
אינאיינעם מיט ניינערוואס וועט זיכער מאכן אז אלעס טוט פאסירן, און וועט אונז צו סוקסעס פירן, און א גאנצן צייט די רעדער שמירן.

פאר אלע טעכנישע דעטאלן האבן מיר אויפגענומען לייטערראש וראשון, אינעם טאָפ טוט ער מישן, וועט זיינע געדאנקען אריינווישן, צוהעלפן די פארמעסט מיט אלע אירע באדערפענישן. כזקן ורגיל וועט ער זיכער מאכן אז אלעס קלאפט און פארט ווי ס׳באדארף צו זיין.
אינאיינעם מיט'ן גאון בבקשהוואס וועט אים ארויסהעלפן פירן דעם באן.

אין פארמעסט בלא חידוש, די ערפארענע מגיהים וואס וועלן איבערגיין די ארטיקלען אין אידיש, און אראפנעמען אלע טעותים וואס שטימט נישט,
היסטארישאון בעל מדרגה.

פאר די גרעפיקס דעפארטמענט האט מען אויפגענומען חלקי, ער וועט זיכער מאכן אז הנאה האט יעדער פון גרויס ביז קליין, מיט זיינע אויסערגעווענליכע טאלאנטן אין גרעפיק דיזיין.

און יעצט רבותי! עס קומט א פארמעסט וואס איז נאכנישט געווען זיינס גלייכן. אלזא, געב מיר איבער דעם מייק פאר הרב ניינער פאר די תקנות און סדר פונעם פארמעסט. מאכט אייך גרייט רבותי…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »


אקעי… גענדיגט די אריינגעפירעכטץ… צום ענין.


די ארטיקלען:
  • יעדע ארטיקל דארף אנטהאלטן צווישן 10,000 און 12,000 קערעקטערס (נישט אריינגערעכנט ספעיסעס). ביטע זיך אנשטרענגען זיך צו האלטן דערצו.
  • די ארטיקלען ברויכן ברענגען עפעס אינהאלט אדער זאכליכע אונטערהאלטונג פאר'ן ליינער, ווי לדוגמה א מעשה, משל, אנטדעקונג, פילאזאפיע, היסטאריע, א.ד.ג.
  • פארשטייט זיך אז די אינהאלט דארף שטימען מיט די אייוועלט סטאנדארטן.
  • הומאר איז א שטארקער פלאס, אבער מאכט נישט דערפון אן עיקר.
  • כדאי אייך צו מאכן ווי גרינגער האבן מיר ווי פריער דערמאנט אויפגענומען ערפארענע מגיהים וואס וועלן איבערקוקן די ארטיקלען פאר ספעלינג מיסטעיקס וכו' - אבער ביטע פרובירן פארשפארן די ארבעט און איבערקוקן די ארטיקל בעפאר'ן אריינשיקן.
  • אן ארטיקל מיט צופיל ספעלינג מיסטעיקס וועט נישט ווערן אנגענומען.
  • די ארטיקלען זאלן געשיקט ווערן צו מיר אין אישי , צו @ היסטאריש , אדער צו @ בעל מדרגה .
  • ארטיקלען מיט בילדער זאל מען שיקן אין אימעיל צו [email protected] .
  • ביטע נישט אריינלייגן די בילדער אין א ווארד פייל, נאר עס שיקן אלס אטעטשמענט צום אימעיל, און אנצייכענען אין די טעקסט מיט א מערקבארע סימן (נישט א פארמעטינג, נאר צולייגן א ווייניג באנוצטע סימבאל וכדו') וואו אינעם ארטיקל די בילדער באלאנגען.
  • בכדאי מ'זאל נישט וויסן ווער עס האט געשריבן וואס, אפילו צווישן די מערכת, וועלן נאר די דריי אויבנדערמאנטע וויסן די נעמען פון די שרייבער. פאר די הצלחה פונעם פארמעסט ביטע נישט ארויסגעבן וואס איר האט - אדער וואס אנדערע האבן - געשריבן.



סדר פונעם פארמעסט:
  • דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז דינסטאג וישלח.
  • די ארטיקלען וועלן פובליצירט ווערן אנאנים, כדי איר זאלט קענען זיין 100% אויפריכטיג מיט אייער שטימע.
  • כדי ליתן רווח להתבונן, וועט מען ארויסלייגן די ארטיקלען צוטיילט אין עטליכע וואכן, די צאל וואכן, און ארטיקלען פער וואך, איז געוואנדן אין וויפיל ארטיקלען עס וועלן אריינקומען.
  • לתועלת הענין מוזן אלע ארטיקלען אָן אויסנאם זיך שוין געפונען ביי אונז איידער'ן דעדליין, אנדערש וועט עס נישט ווערן אנגענומען אפילו פאר די שפעטערדיגע וואכן.
  • די איינצלהייטן פון די וואלן וועלן געמאלדן ווערן אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.

געליינט? פארשטאנען? יעצט זעצט אייך שרייבן…

אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

שרייבעריי פארמעסט עפענונג.jpg
שרייבעריי פארמעסט עפענונג.jpg (128.18 KiB) געזען 3878 מאל
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9049
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איי כעוו א דריעם
כחצות היום איז געקומען א היסטאריש מניט ווען ס'איז געקומען איינס א ריז און האט אנצונדן די לעקטער און געדראפט א איי אויף די וועלטל און א טשיקן איז ארויסשפרינגען, די אפרוח מיט זיינע צווילינגען האבן געשפרינגען און געקוויטשעט צום שיין פון די לבנה.
די ווילדע טשיקן מיט זיינע כעוורע דרייען אן די חברים הקרובים והרחוקים צו שטייגן העכער אויפן סולם של שובך וממדרגה למדרגה וועט מען שפאנען הויך העכער און העכער ביזן קלאוד, די נייע דור פייגלען וועלן ווייזן פאר די ערפארענע עלטערע פילאטן ווי גוט זיי קענען פליען און א פארמעסט וועט ווערן צווישן די פליעדיגע ווער ס'קען פליען שנעלער און העכער אפילו מיט א בריוו אין מויל, צום סוף וועלן זיי געמיינזאם לענדען אויף א גרינע ברוינע צווייג אינטער די בעגראונד פון א פרישע שניי און זייענדיג אויסגעשטעלט אין א רייע מיט די קאלירפול מיקס פון אזויפיל דיפרענט קאלירן וועט מען אנערקענען אז אפגעזען ווער ס'פליט העכער געט יעדער צו צו די רייכקייט און קאלירקייט פון די וועלט. פון דארט וועלן זיי זיך הייבן מיט זייערע פליגלען און ארומשוקן און צושפרייטן ארטיקלען מעיר לעיר ממדינה למדינה


פארוואס שרייביכעס??? שוטה
שקל הטהור
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 4:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקל הטהור »

WOW!

משוגע פראפעשענעל.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר חמשת אלפים
תגובות: 5248
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

וואף!!
אפיציעל מיינט געהעריג אפיציעל!

טעמטי זעט אויס פולי אין, הי איז אן די גאו…
איינס אידעך דער וועטעראן אייוועלט פראיעקט מענעדזשער (אמעניט, טעמטי איז.. נעווער מיינד…)
ניינער איז דא מיט תקנות?? אקעי, סאונדט אביסל פאני. כ׳גלייב ער וועצע זיך קומען…
חלקי זעט אויס דער נייער שטערן אין גרעפיקס, הערליך איט איז!


אקעי, חברה. ש׳טא קיין צייט!! לעץ ראול…!
לאמיר זען וואס אונזערע לייבן בעולם האייער קענען באווייזן…
מיטשעל
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 12:23 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטשעל »

ווא דא טוט זיך נישט!
כהאב נישט קיין בלויע טינט... אה... כהאב יא, אבער ווער בין איך עס צו ניצן?
איין ביסלע קען מען זעהן ווי אין די שפעטע נאכט שעות לייגט מען אריין שווערע כוחות פאר די הצלחה פון די פארמעסט
אשרכים גיבורי החיל! א פעסטע מיליטער איינצונעמען אייוועלט!

קענט וועיט פאר דיס...

אין א עקסטערעפאר מיסטער טעמטי'ס אריינפיר און אפאר איינסערס גראמען

און פאר ענק אלע 100פארן ארבעטן לתועלת הציבור.

זאל זיין מיט הצלחה גדולה
האסט הנאה געהאט פון א תגובה, לייק עס!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

בלוט בלבול האט געשריבן:
וואף!!
אפיציעל מיינט געהעריג אפיציעל!

טעמטי זעט אויס פולי אין, הי איז אן די גאו…
איינס אידעך דער וועטעראן אייוועלט פראיעקט מענעדזשער (אמעניט, טעמטי איז.. נעווער מיינד…)
ניינער איז דא מיט תקנות?? אקעי, סאונדט אביסל פאני. כ׳גלייב ער וועצע זיך קומען…
חלקי זעט אויס דער נייער שטערן אין גרעפיקס, הערליך איט איז!


אקעי, חברה. ש׳טא קיין צייט!! לעץ ראול…!
לאמיר זען וואס אונזערע לייבן בעולם האייער קענען באווייזן…
העי... ווער די לייב!

וואס? האסט נישט קיין פענסיל? נוץ א פען!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

דאס איז נאר דער אריינפיר, שטעל זיך פאר וואס קומט....
הושענא חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

וואף! טעמטי האט זיך צובארדעט מיטן פעדער... האלאו אפשר טיילסטו אויס די טעמטי ספייס אריינצולייגן אין די ארטיקעלן?

טעמטי, ניינער, איינס, לייטער, וואט א קרא...! מי ראה אלו כותבין ולא כותב... גוטע ראול מאדעלס!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6716
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

וואף!!! דעיס קוקט אויס אייזערנע נייעס!

ש'כח טעמטי און איינס א געשמאק צו ליינען אייערע שטותים...
אז לייטער איז דא, איז שוין די פארמעסט א סוקסעס!
זאלעך?...
אוועטאר
נייע צייטן
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:47 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע צייטן »

שכח ענק אלע
און איך טראכט מעגליך צו שרייבן
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

נייע צייטן האט געשריבן:
שכח ענק אלע
און איך טראכט מעגליך צו שרייבן
נעה... טראכט נישט! שרייב! ווי קענט וועיט.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אזא פיצי סטעידיום? נעה... כ'שרייבניש!






עה... אפשר יא...
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

מהאמער ליידיג געמאכט דעם אישי קעסטל. מסדר געווען דעם זשימעיל אקאונט, יעצט ברויך מען נאר ווארטן אויף די שרייבער.

ווער עס טראכט פון שרייבן, אדער טראכט פון טראכטן צו שרייבן, אדער גאר שרייבט פון טראכטן צו טראכטן זאל לאזן וויסן פאר מיר צו פאר @בעל מדרגה אדער @היסטאריש מען זאל וויסן מי ומו ההולכים
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9049
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
אזא פיצי סטעידיום? נעה... כ'שרייבניש!
דעיס די קלענערע זאל די קאוט רום...
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
אזא פיצי סטעידיום? נעה... כ'שרייבניש!






עה... אפשר יא...
כ'שלאג דיר אן מיט א סטאדע הויזן טראגער'ס...


שנעל שרייב, נעה.. נישט שנעל. @היסטאריש העצעך נאך איבערארבעטן און נישט האבן קיין צייט קעיר צו נעמען פון זיין קרעדיט סקאור...
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

לייטער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
אזא פיצי סטעידיום? נעה... כ'שרייבניש!
דעיס די קלענערע זאל די קאוט רום...
נחמתנו
האסט געטראכט?
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 11:10 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט געטראכט? »

אזוי ווי לעצטע מאל האב איך נישט מיטגעהאלטן, (עכ"פ דעי ניק זיכער נישט) איז אזוי:

1) קען איינער געבן א כראנאלאגישע איבערזיכט ווי אזוי עס גייט בכללית צו די פארמעסי... סאררי פארמעסט... אוי אנטשולדיגט "פאר מ'עסט"

2) אויף וועלעכע פארמאט דארף עס ווערן געשריבן?

3) וועלעכע נושאים איז אינטערעסאנט צו פראבירן?

4) וועלעכע ארטיקלען האבן געוואונען אין פארגאנגענהייט (לינק ביטע)? און פארוואס?

5)נו, ווער קען צוגעבן אפאר "הינטס & טיפס" עס זאל זיין אינטערעסאנט...
אוועטאר
בלוט בלבול
שר חמשת אלפים
תגובות: 5248
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

האסט געטראכט? האט געשריבן:
אזוי ווי לעצטע מאל האב איך נישט מיטגעהאלטן, (עכ"פ דעי ניק זיכער נישט) איז אזוי:

1) קען איינער געבן א כראנאלאגישע איבערזיכט ווי אזוי עס גייט בכללית צו די פארמעסי... סאררי פארמעסט... אוי אנטשולדיגט "פאר מ'עסט"

2) אויף וועלעכע פארמאט דארף עס ווערן געשריבן?

3) וועלעכע נושאים איז אינטערעסאנט צו פראבירן?

4) וועלעכע ארטיקלען האבן געוואונען אין פארגאנגענהייט (לינק ביטע)? און פארוואס?

5)נו, ווער קען צוגעבן אפאר "הינטס & טיפס" עס זאל זיין אינטערעסאנט...
כ'וואלטער געראטן צו ליינען די אשכול פון פאריאר...
viewtopic.php?f=3&t=45243
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

פארוואס זאל נישט קומען איין חכם (בעל נסיון) און מעסעזשן אלע זיינע פרענדס זאלן וואויטן פאר אים?

#ריגד
הושענא חנה דוד, הושענא!
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

חנה דוד האט געשריבן:
פארוואס זאל נישט קומען איין חכם (בעל נסיון) און מעסעזשן אלע זיינע פרענדס זאלן וואויטן פאר אים?

#ריגד
viewtopic.php?f=3&t=58566&start=25#p3929494
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9049
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - אפיציעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

חנה דוד האט געשריבן:
פארוואס זאל נישט קומען איין חכם (בעל נסיון) און מעסעזשן אלע זיינע פרענדס זאלן וואויטן פאר אים?

#ריגד
בעז''ה גייט נישט קענען זיין אזא זאך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”