Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג
די ליקוטי חבר בן חיים זאגט אז די חת"ס פלעגט טיילען מזונות שבת צופרי, און ער האט נישט מקפיד געווען אויך די שיעור פון ג' ד' ביצים, נאר אזוי ווי די שיעור פון ר' אליהו ווילנאר כי הכל תלוי בקביעות סעודה. אין תשובות זכרון יהודה סימן פ"ב איז דא אן אריכות איבער די שיטת החת"ס, און למעשה פירט ער אויס אז לפי השלחן ערוך והפוסקים איז עס תלוי נאר אינעם שיעור און נישט אינעם קביעות, אפ"ה קען מען זיך פארלאזען אויף די שיטות וואס האלטען אזוי, עכ"פ אפילו לשיטתו איז נישט דאס די פשטות ההלכה.פאראיעריגער שניי האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 14, 2024 3:19 pmס'איז דא א שיטה ליקוטי חבר בן חיים פון חתם סופר אז ס'האט מיט די סעטינג
בעסיידס אז שיעור קביעות סעודה גייט צו פשטות בלשון סעודות ערב ובוקר און נישט די אלע שיעורים וואס געוויסע זענען מער ווי א פשטן וואלט היינט געטייטשט ערב ובוקר
און אזוי אויך אין ערוך השלחן איז מלמד זכות אויף די וואס עסן מער ווי די שיעור פון ג' ד' בצים און זיי מאכען מזונות וכו', פארענטפערט ער עס אויך אזוי ווייל מ'עסט עס נישט באופן פון קביעות, אבער ער שרייבט אויך אז א ירא אלקים זאל זיך פירען ווי די שו"ע אז ס'האט מיט די שיעור.
און באמת קען מען מסביר זיין די ליקוטי חבר בן חיים באופן פשוט, אז עס ווענדט זיך נישט אין די סעטינג, נאר ער מיינט צו זאגען אז אנשטאט מ'זאל רעכענען שיעור קביעת סעודה בג' ד' ביצים אזוי ווי ביי עירוב, קוקט מען אויף די 'שיעור' וואס מעטשען זענען זיך קובע ביי א געהעריגע סעודה, און די חיי אדם ברענגט טאקע אזוי אראפ די שיטת הגר"א, און אזוי ברענגט עס אויך די משנה ברורה.