עוויקשאן - האלדאווער קעיס
ס'איז אביסל א פאני קאמפליצירטע קעיס סאו כוועל עס אראפלייגן אין קורצן און נאכדעם צוקומען צום פראגע זעהן אויב איינער קען העלפן
האביך געהאט א טענענט וואס די ליעס איז אפגעלאפן, קיין רענט נישט באצאלט, איך האב יענעם געגעבן 2 חדשים נאטיס צו קוויטן. דאס איז געווען מיט איבער א יאר צוריק. לויטן הלכה קען איך גיין פאר עוויקשאן איינמאל די 2 חדשים לויפט אויס.
עס איז געווען דאן ענדע קאוויד, דעצעמבער 2021, ווען די עוויקשענס האבן זיך ממש דעמאלטס אנגעהויבן צוריק, און די וועיטינג ליסט פאר היערינגס איז געווען פון דא ביז קאנארסי. די קאורט האט מיר געזאגט אז ס'קען נעמען פון א האלבע יאר ביז א יאר מ'זאל בכלל אנקומען צום עפענונג פון מיין קעיס. בינעך געגאנגען און געפיילט פאר עוויקשאן, (מער פונקטליכער: א האלדאווער קעיס, דאס הייסט אז דער טענענט איז פארבליבן נאכן ליעס ענדע און איך וויל אקופירן פערזענליך דעם אפארטמענט), מיטן חשבון אז ביי די צייט די היערינג קומט וועט דאך שוין זיין לאנג נאך די 2 חדשים.
די טרייעל היערינג איז אנגעקומען אין יוני, דער טענענט האט זיך נישט באוויזן, האט דער ריכטער פארארדענט א דיפאולט זשאדזשמענט פאר פאזעשאן, דאס טייטש די עוויקשאן איז אין אין קראפט.
למעשה נאך א וואך האט זיך די טענענט אויפגעוועקט און געקומען צו לויפן און פארלאנגט אן עמערזשענסי מאשען אוו רעליעף. דא איז אנגעקומען א נייע ריכטערין, מער פון די אקטיוויסטישע קלאס וואס זיכן אלס צוצופאכענען די 'גרידי לענדלארדס' און זי האט אנגעהויבן שרייען דאס שטימט נישט יענץ שטימט נישט, היתכן האסט געפיילט אין קאורט די עוויקשאן בעפאר די 2 חדשים איז אפגעלאפן וכו', און זי האט געפסל'ט די פריערדיגע פסק און באשטימט א נייע טרייעל פאר א חודש דערנאך, ענדע יולי.
מה עשה הקב"ה, די זשאזשטע האט פארגעסן צו אינפארמירן די ריכטיגע קאנאלן אינערהאלבן געריכט אז די "ארדער טו וועיקעיט" איז געקענסלט און עס איז ווייטער געפארן. א וואך דערנאך רופט מיך אן דער קאורט אפיציר און זאגט אז ער האט אן ארדער פאר עוויקשאן, איך דארף דארט זיין מיט מיין געלט אפצאל. איך זאג אים, האלאו, כמיין עפעס א טעות איז דא דא, מהאט פארארענט א פרישע היערינג, דו ביזט זיכער דערין? יאפ %100! דאס איז א דירעקטע קאורט ארדער. אקעי. זאל זיין אזוי...
דער געריכט אפיציר איז אראפגעקומען, דער טענענט איז געווען דאן אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן, ער האט געהייסן יענעמס חבר פאקן פעק, מ'האט געטוישט שלעסער, ארויפגעקלעבט דעם געריכט עוויקשאן ארדער אויפן טיר, און פארטיג.
פון מיין זייט האביך געמאכט א ברוך שפטרני, כהאב ב"ה שנעל געטראפן א פיינעם ערזאץ און שוין.
א חודש דערנאך, דאס הייסט ענדע אוגאסט, קומט די פריערדיגע טענענט אהיים פון שפיטאל און טרעפט זיך אויסגעשפארט, מיטן גרויסן וועיקעיט נאטיץ אויפן טיר. זי גייט אריין אין קאורט און פיילט פאר אן "איליגעל לאקאוט". יענער א.ד. ריכטערן איז דאן געווען אויף זוממער אורלויב האט עס א צווייטער באקומען און אראנזשירט אן עמערזשענסי היערינג אויפן טעלעפאון צווישן דעם טענענט, איר לויער, און מיר.
איך האב געוויזן דעם ריכטער דעם שווארץ אויף ווייסן עוויקשאן ארדער, און אז איך האב גארנישט געטוהן אויף מיין האנט, ער זאל גיין שרייען אויף זיין קאורט. דער ריכטער איז געווען צעמישט און פארלוירן און צום סוף געפסקנ'ט ס'האט נישט מיט אים, ער עדזשורנד די קעיס און ווארפט עס צוריק צום פריערדיגן ריכטער פון וועם די טעות שטאמט. א דאטום איז דאן באשטימט געווארן אויף אקטאבער, אויף ווען דער ריכטער קערט זיך צוריק פון וואקאציע. עס איז אויסגעפאלן חוה"מ סוכות.
עטליכע טעג פארן היערינג האביך געפיילט א מאושען צו עדזשורן, היות ס'איז א רעליזשעס האלידעי.. נייע היערינג דאטומען געשעהט דאך נישט אזוי שנעל, וואס געווענליך נעמט דער טענענט פול עדווענטעדזש דערפון, אבער יעצט אז די טישן זענען איבערגעדרייט און איך בין גאר אינסייד און דער טענענט אינדרויסן האב איך זיכער געמאכט עס אויסצוניצן. א דאטום פארן טרייעל איז באשטימט געווארן אויף דעצעמבער 5. דאס הייסט אנהויב די וואך.
די טרייעל איז אנגעקומען, און ביידיוועי די איין געוואלדיגע זאך פון די קאוויד נאכווייען איז אז אלעס גייט היינט אויף זאאם, אפילו דער ריכטער זיצט ביי זיך אונדערהיים מיט א גרין סקרין און א פעיקע קאורט בילד אינעם הונטערגרונד, סאו שטייצעך דאס זיצן ביי מיר אין די באקוועמליכקייט פונעם אייגענעם אפיס נעמט אראפ א ריזיגע פרעשור פון די גאנצע פראצעדור. איז אלענפאלס, איך האב פארגעשטעלט מיינע עקזיבעטס, די טענענט ווידער האט געטענהט מדארף רחמנות האבן אויף איר און איך בין א חי' און א ליגנער, איך האב אנדערע הייזער צו וואינען וכו' אא"וו, די ריכטער איז ווי ערווארטעט געווען פולי אויף איר זייט, נאכאמאל איבערגעקייט אירע אלטע קשיות היתכן כבין געגאנגען אין געריכט בעפאר די 2 חדשים, איי מ'האלט שוין יעצט א יאר נאכדעם.. גוטע קשיא. אבער אז א דזשאדזש/לויער וויל וועט ער זיך ארויפכאפן אויף יעדע קליינע טעקניקאליטי און מאכן א ברייטל דערפון כנהוג.
עניוועי, די מכשיפה האט ווי ערווארטעט געלאזט הערן איר מיינונג אז די עוויקשען קעיס דארף ווערן דיסמיסד, אבער דא איז אריינגעקומען דער גרויסער אבער! וואס טוט מען דא אין מציאות.. דער לענדלארד זיצט שוין אינעם דירה איבער 4 חדשים, דער טענענט איז שוין אינדרויסן, גייט מען יעצט הייסן מאכן אן עוויקשאן אויפן לענדלארד??!! די ריכטערין האט פאאקנייטשט די שטערן, שפעקולירט אהער אהין, איינמאל און נאכאמאל איבערגעפרעגט וויאזוי די לאקאוט איז צוגעגאנגען און אויפגעברענגט אז אפשר זאל די טענענט אנהויבן אן איליגעל לאקאוט קעיס.. איך האב מיך דאן אויפגעריסן אויפן ריכטער און געווארענט זי זאל סטאפן עס צו רופן "איליגעל לאקאוט" ווייל די קאורט אליינס האט דאס געטוהן און איך האב די מעגליכקייט צו סוען דעם קאורט און עניבאדי אינוואלווד אויב באקריג איך עני שאדנס דערפון.
זי האט זיך פארענטפערט אז זי רופט עס נישט אזוי נאר אז פאטענציאל קען דער "טענענט" מאכן אזא קעיס..
עניוועי, די טרייעל האט זיך געצויגן פאר קרוב צו 3 שעה! און זי האט נישט געקענט קומען צו קיין שום החלטה. זי האט פארענדיגט אז זי וועט עס איבערקלערן און אדער ארויסגעבן אן ארדער אנליין, אדער פאררופן א פרישע היערינג, אדער פאררופן א היערינג מיט די אלע אינוואלווד אינעם לאקאוט. אצינד עטליכע טעג דערויף האב מיר נאכנישט געהערט קיין פיפס..
למעשה אויב און ווען זי קראצט זיך צאם צו דעצידירן עפעס א פסק געב איך שוואכע שאנסן אז ס'זאל לטובתי, איז דא עניוואן מיט עוויקשאנס עקספיריענס? וואס האלט די עולם זאל איך טוהן אין פאל זי ארדערט אן עוויקשאן אויפן לענדלארד. גיין פאר א הארדשיפ רעליעף? (דאכצעך קען גיין פאר 6 חדשים), גלייך אפיעלן צו א צווייטן ריכטער? פיילן מאושענס? שוין עניוועי דערווייל ווארט מיר צו הערן וואס זי האט צו זאגן.