יעקב פריינדהאט געשריבן:↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:46 pm
רייט מען כאפט נישט.
כ'האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה א שטיק צייט צוריק. כ'האב געהאט איינעם א פלאמבער ביי מיר ביינאכט צו מאכן א דזשאב, און ווען אונז האב מיר געענדיגט אפשמועסן וויפל געלט כ'קום אים, האט ער באקומען אן הצלה קאל און ער איז געלאפן רייט עוועי פארן באצאלן. כ'האב מיך געכאפט ס'קען זיין א שאלה פון ביומו תתן שכרו. כ'האב אנגעקאלט בית הוראה, און דער דיין האט מיר געזאגט, אז היות כ'האב שוין געהאט אפגעמאכט א פרייז בין איך מחיוב אים עס צו געבן לכתחילה נאך היינט ביינאכט בדיעבד ביז 24 שעה. און ער האט מיר אים געהייסן שיקן א מעסעדזש אז כ'בין גרייט אים צו געבן די געלט ווען ער איז גרייט.
למעשה האב איך אים באצאלט יענע נאכט נאך די הצלה קאל בערך 12:30.
ס'געווען אן אינטערעסאנטע עקספיריענס און ס'האט מיך געמאכט אסאך מער אווער איבער דעים. די תורה לאזט נישט יענעם בלייבן שולדיג און ס'איז אזא מצות עשה ווי פסח ביינאכט עסן מצות!
אביסל אינטערסאנט די פסק אז ס'האט נאך געמוזט זיין באותו לילה, ווייל פון שו"ע חו"מ סי' של"ט איז משמע אז א שכיר לילה האט מען צייט צו צאלן א גאנצע נאכט און אויך די נעקסטע טאג ביזן שקיעה.