אלעס ארום עמערדזשענסי סערוויסעס
לאור דעם וואס עס מאכט זיך האפט ביי געוויסע קאלס די עולם סיי און ניו יארק סיטי סיי און ראקלענד קאונטי און נאך געגנטער פרעגן כסדר איבער די קשיא פארוואס האט הערט מען נישט אויף צו פליען אדער פארוואס האט מען געדיספעטשט אזוי פיל פייער טראקס אדער אנדערע סערט ביי אנדערע סארט קאלס אסאך מאל זעהט מען אפי׳ ווי זייער אסאך שטייען סתם און די זייט וואונדערט מען זיך נאך מער.
די קשיא איז באמת ווי אזוי אפערירן עמערשענסי סערוויסעס, פייער דיפארטמענטס, פאליס, EMS און נאך.
יעדע סיטי אדער קאונטי וכו׳ האט זייער וועג ווי אזוי זיי אפערירן מיט געוויסע פראטאקאלס און קאודס,
ווי איך פארשטיי איז דא אסאך מינע קאודס סיסטעם׳ס און יעדע פלאץ האט זייער אויסגעוועלטע קאוד סיסטעם וואס זיי האבן גענומען פון די כמה מיני קאוד סיסטעם׳ס וואס עס איז דא, אזוי אויך האט יעדע פלאץ זייערע סארט פראטאקאל אדער סיסטעם ווי אזוי זיי אפערירן און יעדע סארט אינצידענט.
דא וועט מען אי״ה ארויפלייגן מיט די צייט די קאודס, פראטאקאלס און סיסטעם אזוי אויך וואסאפארא סארט וויקעלס עס איז אלטס דא און פארוואס זיי זענען געמאכט פאר ווען ניצט מען וואס וכו׳…
און עס איז אסאך זייער אינטערעסאנט ווי אזוי עמערשענסי סערוויסעס אפערירן בכלל און בפרט ביי געוויסע סארט אינצידענטן און עס דא אסאך וואס פאר זיי איז עס נאך מער אינטערעסאנט סתם אזוי ווי אזוי מ׳אפערירט,
א שטייגער ווי אסאך פרעגן אסאך מאל נו די הערסט די הצלה דיספעטשינג די שעמט׳סדעך נישט? זייער אסאך וואס הערן עס איז עס סתם אלטס אינטערעסאנטקייט ווי אזוי זיי אפערירן און לאו דווקא ווי עס איז דא א קאל און וואס איז געשעהן (אוודאי אסאך מאל יא, און עס איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אבער עס ציעט אסאך מאל אסאך מענטשן).
צילוב די לעצטיגע פייערס/קאלס און וויליאמסבורג אזוי אויך און מאנסי און די פראגעס ווערן נאר מער האט איך געעפענט די אשכול און ווער עס קען אריין קומען מיט אינפארמאציע צו אויסקלארן די אלע שאלות זאל ביטע אריין קומען
יישר כח למפרע.