אונזער לעבן אין א וועלט פון ראבא קאלס…
אונז לעב מיר היינט צוטאגס אין א וועלט פון א פלייץ פון אומאויפהערליכע "ראבא קאלס" אויף א טעגליכן פארנעם, א זאך וואס נישט בלויז עס שטעלט זיך נישט אפ, נאר עס ווערט נאר ערגער און ערגער מיט יעדע געשיכטע וואס דער באקאנטער איד ווערט באקאנט, עס איז שוין געגאנגען צו א ווייטערע שטאפל, פון בלויז בעטן געלט איז עס געגאנגען צו אויסגעבן זיין ווייטאג אקעגן יחידים וועמען ער גלייכט נישט מחמת איזהו סיבה.
דער איד איז נישט דער איינציגסטער וואס שיקט ראבא קאלס, אסאך מוסדות'ער שיקן, אבער אויף אזא פארנעם פון שיקן יעדן טאג, עטליכע מאל א טאג, און גאר איין די שווערסטע צייטן, אינמיטן נאכטמאל אדער ביים לייגן שלאפן די קינדער דאס דארף מען שוין קענען... מען דארף זיך לערנען צו קענען טערארעזירן דעם ציבור אויף אזא פארנעם.
אונז לעב אין א וועלט וואס איז נארוואס ארויסגעקראכן פון די קאוויד מגיפה, מען איז ארויסגעקראכן דערפון ווען עס האט זיך מער ווייניגער אפגעשטעלט די אינפעקציעס ב"ה, און דאס וואס קומט יא דארף מען זיך צוגעוואוינען צו לעבן דערמיט, "א לעבן מיט קאוויד", עס איז אינטערעסאנט צו זען וויאזוי מענטשן האבן געטוישט געוויסע געוואוינהייטן אין זייער לעבן כדי צו קענען אנגיין מיט "א לעבן מיט ראבא קאלס" און נישט אפשטעלן דאס לעבן צוליב דעם.
עס איז דא עטליכע סארט שריט וואס מענטשן האבן גענומען, איינער מער איינער ווייניגער, צו 'פעיסן ריעליטי' אז אזוי גייט דאס לעבן אנגיין און מ'דארף ארבעטן מיט דעם.
איך הייב נישט אויף אויף קיין פרעמדע נאמבערס
דאס איז א סארט צוגאנג וואס אסאך מענטשן האבן גענומען, פערטיג! איך גיי מיך נישט לאזן טערארעזירן פון אים, איך הייב מער נישט אויף אויף קייין שום פרעמדע נאמבער, אויב איינער וויל מיך עכט רופן וועט ער איבעררופן נאכאמאל, אדער קען ער שיקן א טעקסט.
איך הייב אויף אפילו איך ווייס ס'איז ער
געוויסע מענטשן האלטן ווייטער אן אויפצוהייבן אויף יעדע נאמבער, אפי' זיי ווייסן עס איז ווארשיינליך דער יעניגער. מען קען דאך נישט לעבן נישט אויפצוהייבן אויף קיינעם, און גראדע טוט ער גוטע זאכן מיט אידישע קינדער, ער העלפט באמת מענטשן, נו וואס טו איך סך הכל? איך הייב אויף און לייג גלייך אראפ.
איך הער אויס יעדע מעסעדזש פון אים
איך געב אים אפשר נישט, איך הער אבער אויס אלע זיינע מעסעדזשעס, עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס ער האט צו פרארקויפן, זיינע טעגליכע מעשיות וואס ער דערציילט, ספעציעלע ווען ער רעגט זיך אויף עמיצן, עס איז זייער זיס.
איך בלאק אלע זיינע נאמבערס
בלאקן אלע זיינע נאמבערס? ער רופט יעדן טאג מיט א צווייטע נאמבער. יא, איך האב אבער באשלאסן אז יעדע נאמבער וואס איך הייב אויף און ס'איז דער יעניגער וועל איך בלאקן, וואס טו איך אויף דערמיט? איך באקום נישט די קאל, העכסטנס גייט עס צום וואויסמעיל, איך ווער נישט טערארעזירט דערפון.
איך פול אן מיין וואויסמעיל באקס מיט מעסעדזשעס
דאס האב איך שוין געהערט פון עטליכע... איך האב אנגעפילט מיין מעסעדזש באקס מיט די מערסטע מעסעדזשעס מעגליך, אזוי קען ער נישט לאזן קיין מעסעדזש, דא איז שוין דא צעטיילונג צי מ'בלאקט זיינע נאמבערס אדער נישט, הצד השווה פון די צוויי איז אז די ביידע סארט אידן פולן אן זייער מעסעדזש באקס, איי איינער אופט און וויל דיר לאזן אט וויכטיגע מעסעדזש? אויב ס'איז אן עמוירדזשענסי לאזט מען נישט קיין מעסעדזש... ווילסטו שטארק רוף מיך נאכאמאל...
וואס האסטו געטוישט צו אקאמאדירן די טעגליכע ראבא קאלס?...