היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יא איך ווייס אז מדקדקים זוכן נישט קיין היתרים, און זאגן יעדן טאג ערליך די שש זכירות נאכ'ן דאווענען. איך ווייס אויך אז ס'איז דא א ספר פון הייליגן קדושת לוי דערוועגן, און דוכט זיך אז ער האט נאך זכירות אויסער די זעקס. איך ווייס אויך אז דער מג"א זאגט אז מ'זאל אינזין האבן די שש זכירות ביי אהבה רבה (אהבת עולם).

די שאלה איז פאר'ן פשוט'ן מענטש, איז ער טאקע מבטל עטליכע מצוות עשה דאורייתא יעדן איינציגסטן טאג?

אמת אז זכירת יום השבת איז מען יוצא מיט קידוש און לויט טייל אפילו מיט'ן גריסן "גוט שבת".

אמת אז יציאת מצרים דערמאנט מען בקריאת שמע שחרית וערבית און מיט דעם איז מען יוצא,

אמת אז מעשה עמלק ליינט מען אין די תורה איין מאל א יאר און מיט דעם איז מען יוצא,

אמת אז מעמד הר סיני ווערט אפגעטייטשט אין משנה און אין הל' ת"ת להגה"ק בעל התניא זצ"ל אלס חיוב צו חזר'ן וואס מ'לערנט

אמת אז מעשה מרים קען פארטייטשט ווערן אלס חלק פון נישט רעדן לשון הרע (און אזוי איז משמע אין חפץ חיים). אבער אפשר איז דא אן עקסטערע חיוב?

און וואס טוט זיך מיט מעשה עגל?
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מיטוואך מארטש 15, 2023 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יער
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

די קעפל דארף א קליינע טויש:

היתר אדער לימוד זכות נישט צו "געדענקען" די שש זכירות?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:15 am
אמת אז זכירת יום השבת איז מען יוצא מיט קידוש און לויט טייל אפילו מיט'ן גריסן "גוט שבת".
אויך מיט'ן זאגן היום יום - בשבת (כידוע די איינציגסטע חלק פונעם דאווענען וואס יעדער איינער איז בע"כ מכוון דערביי)
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך יעדער »

איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט די פינקטליכע מקורות אבער כמה אחרונים זענען מפקפק אויף זאגן די שש זכירות די מהרש“ם אסר'ט אלטס כל פסוקי דלא פסקא משה אין התעוררות תשובה שטייט אז דאס וואס די מגן אברהם ברענגט בשם די אריה“ק צי מכוון זיין די שש זכירות ביי אהבת עולם איז על פי הלכה כדאי מען זאל עס נישט דארפן זאגן
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:21 am
די קעפל דארף א קליינע טויש:

היתר אדער לימוד זכות נישט צו "געדענקען" די שש זכירות?
איך האב עס געטוישט צו "דערמאנען" ווייל מ'זעט קלאר אין די פוסקים אז לכל הפחות טייל פון די זכירות (עמלק, יציאת מצרים) איז א חיוב צו דערמאנען מיט'ן מויל. און אפילו ווען איינער איז יא מקיים דעם מג"א, שטעלט זיך א שאלה פארוואס ס'זאל זיין גענוג. אבער זיכער דארף זיין עפעס א לימוד זכות פאר די וואס האבן דאס אויך נישט אינזין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:43 am
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:15 am
אמת אז זכירת יום השבת איז מען יוצא מיט קידוש און לויט טייל אפילו מיט'ן גריסן "גוט שבת".
אויך מיט'ן זאגן היום יום - בשבת (כידוע די איינציגסטע חלק פונעם דאווענען וואס יעדער איינער איז בע"כ מכוון דערביי)
ריכטיג, אבער ס'איז דאך נישט מער ווי א רמז, און עס איז מסתמא נישט בעסער ווי דורכ'ן מקיים זיין דעם מג"א. פשוט טייטש פון "בשבת" איז טאג "אין וואך".
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעדער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 2:43 pm
איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט די פינקטליכע מקורות אבער כמה אחרונים זענען מפקפק אויף זאגן די שש זכירות די מהרש“ם אסר'ט אלטס כל פסוקי דלא פסקא משה אין התעוררות תשובה שטייט אז דאס וואס די מגן אברהם ברענגט בשם די אריה“ק צי מכוון זיין די שש זכירות ביי אהבת עולם איז על פי הלכה כדאי מען זאל עס נישט דארפן זאגן
א גרויסן יישר כח, אבער איך וואלט יא געדארפט פונקטליכע (פינקטליכע?) מקורות, איך האף אז עכ"פ איינער וועט קענען. דער מהרש"ם העלפט נישט דא, ווייל אויב מ'מוז עס זאגן, קען מען טאקע יא זאגן דעם גאנצן פסוק. און לגבי דעם מג"א האב איך געשריבן אויבן.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 3:36 pm
יעדער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 2:43 pm
איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט די פינקטליכע מקורות אבער כמה אחרונים זענען מפקפק אויף זאגן די שש זכירות די מהרש“ם אסר'ט אלטס כל פסוקי דלא פסקא משה אין התעוררות תשובה שטייט אז דאס וואס די מגן אברהם ברענגט בשם די אריה“ק צי מכוון זיין די שש זכירות ביי אהבת עולם איז על פי הלכה כדאי מען זאל עס נישט דארפן זאגן
א גרויסן יישר כח, אבער איך וואלט יא געדארפט פונקטליכע (פינקטליכע?) מקורות, איך האף אז עכ"פ איינער וועט קענען. דער מהרש"ם העלפט נישט דא, ווייל אויב מ'מוז עס זאגן, קען מען טאקע יא זאגן דעם גאנצן פסוק. און לגבי דעם מג"א האב איך געשריבן אויבן.
נאדיר די מהרש“ם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=367
די התעוררות תשובה רעדט טאקע נישט פין דעיס איך האב געמאכט א טעות
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יישר כח!

יעצט וואלט מען שוין געדארפט פרעגן פאר א היתר אדער לימוד זכות "יא" צו זאגן די שש זכירות.

אבער וויצן אין דער זייט געלייגט, דארף מען נאך זאלץ און פעפער כנ"ל.
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

אגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 am

ריכטיג, און ממילא דארף מען שוין א לימוד זכות פארוואס "נישט" צו זאגן.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 am
אגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
זאגן א האלבע פסוק איז א פראבלעם לויט די מהרש“ם
זאגן א גאנצע פסוק איז א פראבלעם ווייל עס איז דא אסאך היתרים אויף דעם די הייליגע דברי חיים שרייבט אין די תשובות אז ווי די מנהג איז צי זאגן א האלבע פסוק איז הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם
וויל מען נישט מחמיר זיין
ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און מען איז יוצא ביי אהבה רבה...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

יעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pm
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 am
אגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
זאגן א האלבע פסוק איז א פראבלעם לויט די מהרש“ם
זאגן א גאנצע פסוק איז א פראבלעם ווייל עס איז דא אסאך היתרים אויף דעם די הייליגע דברי חיים שרייבט אין די תשובות אז ווי די מנהג איז צי זאגן א האלבע פסוק איז הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם
וויל מען נישט מחמיר זיין
ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און מען איז יוצא ביי אהבה רבה...
כ'בין נישט מסכים. מ'רעדט דאך פון א דאורייתא, און וויאזוי מען טוט יש על מי לסמוך..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קיינער האט נישט מער וואס צו צולייגן?
רוצה מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 2:02 pm

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה מאתים »

יעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pm
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 am
אגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
זאגן א האלבע פסוק איז א פראבלעם לויט די מהרש“ם
זאגן א גאנצע פסוק איז א פראבלעם ווייל עס איז דא אסאך היתרים אויף דעם די הייליגע דברי חיים שרייבט אין די תשובות אז ווי די מנהג איז צי זאגן א האלבע פסוק איז הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם
וויל מען נישט מחמיר זיין
ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און מען איז יוצא ביי אהבה רבה...
וואס איז די פראבלעם מיט זאגען א גאנצע פסוק? (אפילו אויב מען מוז נישט)
א טובה פאר אייך און א חסד פאר א יוד

אֲבָל צִבּוּר כָּל זְמַן שֶׁעוֹשִׂים תְּשׁוּבָה וְצוֹעֲקִין בְּלֵב שָׁלֵם הֵם נַעֲנִין שֶׁנֶּאֱמַר (דברים ד ז) "כַּה' אֱלֹהֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו"
(רמב״ם הל׳ תשובה פרק ב׳ הלכה ו׳)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א גאנצע פסוק איז זיכער נישט קיין פראבלעם. אבער אין די סידורים שטייט נאר האלבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”