מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

געווען איז עס אפאר וואכן פריער ווען מיין חבר שלום איז מיר געקומען מבשר זיין אז פונקט אזוי ווי פארגאנגענע יאר וויל ער דאסמאל אויך פארן באזוכען נייע שטעט. אנדערש ווי מערערע פון מיינע שותפים וואס לאזן זיך פירן ווען עס קומט צו די החלטות וואו מ'זאל פארן און מיט אלע פרטים פון דער נסיעה, איז שלום שטארק פארמישט געווען אין די דעטאלן אויף טריט אין שריט. צוערשט שטעלט ער אראפ זיינע פריארעטעיטן ווי למשל אז ער פארט נאר צו א פלאץ וואס אינוואלווד נישט קיין קאנעקטינג פלייט, אזוי אויך אז מען זאל נישט צופיל דרייווען אין איין טאג, און ווי סך מען זאל ספענדן פאר האטעלס וכדו', עפ"י רוב שטימען זיינע רצונות מיט מיינע און מ'ארבעט צוזאמען אויס די פלענער.
שלום האט ארומגעקוקט פאר די אפציעס וואו עס לוינט זיך צו פארן, און נאכן מאכן אלע קאלקולאציעס איז די גורל געפאלן אויף די שטעט יוטא און אריזאנע. דאסמאל וועט עס זיין א 2 טאגיגע נסיעה וויבאלד עס לוינט זיך נישט צופארן אזעלכע ווייטע שטרעקעס בלויז פאר איין טאג.
די פלאן לויטעט אז מען וועט ארויספארן מוצש"ק קיין לאס וועגאס און צוריקקומען מאנטאג נאכט פון פיניקס אריזאנע, אריינכאפענדיג צו באזוכן די אינטערסאנטע פלעצער וואס געפונען זיך צווישן די צוויי שטעט.
מען האט מערערע מאל איבערגעארבעט די דעטאלן פונעם רוט וואס מיר וועלן נעמען, וואו מ'וועט איבערשלאפן און אזוי ווייטער.
פעסט פארווערד אפאר וואכן און מען שטייט מוצש"ק. די דעלטע פלייט איז געסקעדשולט ארויסצופארן 8:45 פון קענעדי עירפארט. מיר זענען שוין געווען מער ווייניגער געפאקט פון פאר שבת. אהיימקומעדיג פון ביהמ"ד האב איך אזוי ווי אייביג געטשעקט די פלייט סטאטוס צו זעהן צו עפעס האט זיך געטוישט. (ווער זאגט אז איך דארף זיך בכלל יאגן) צו מיין (נישט) גרויסע סופרייז זעה איך טאקע אז את אשר יגורנו בא די פלייט איז דילעיד געווארן צו 6:00 פארטאגס. וואס טוט מען דא? ארויספארן מארגן זעהט נישט ווי די בעסטע אפציע וויבאלד דאס וואלט אינגאנצן פארדרייט דעם סדר היום.
מיר זענען געווען אביסל פארגעגרייט אויב ס'וועט קומען צו אזא מצב און מיר האבן שוין פון פאראויס געהאט געטשעקט וועלכע אנדערע פלייטס עס איז דא עוועילעבל. די אנדערע אפציעס זענען געווען ספיריט אדער יונייטעד ביידע פליען ארויס פון נוארק עירפארט. שלום האט שטארק געשטופט צו בוקן ביזנעס קלאס, אני כשלעצמי האב געהאלטן אז עס איז נישט ווערט דאס געלט/פוינטס. למעשה האמיר געטראפן א געוואלדיגע דיעל, די פרייז פאר א ביזנעס קלאס טיקעט אויף יונייטעד האט געקאסט א נישטיגע 27,000 פוינטס אינדערצייט וואס די זעלבע טיקעט אין קעש איז געגאנגען פאר 600-700. ווען מיר האבן געטשעקט עטליכע וואכן פריער האט עס געקאסט 50,000 פוינטס.
נאכן זיך פאקן די פעק האבן מיר זיך ארויסגעלאזט קיין נוארק עירפארט. וויבאלד די פלייט צוריק איז אויך קיין נוארק האב איך געקענט פארן מיט מיין אייגענע קאר און דארט פארקירן. איך האב אויסגעוועלט די קאמפעני Park2Go וואס געפינט זיך 5 מינוט פון די עירפארט. די פארקינג פאר 2 טעג (מיט אפאר שעה) האט געקאסט $66. מיר האבן גענומען דעם שאטעל און געמאכט אונזער וועג צום עירפארט.
מיר פארמאגן ביידע TSA Precheck און Clear, אבער די TSA Precheck ליניע איז געווען פארמאכט. Clear האט יא אפערירט און האבן אונז צוגעשטעלט VIP באגלייטונג זיך אדורכצוזעהן די לאנגע ליניע. למעשה ביים דורכגיין סעקיורעטי האבן מיר אבער נאכאלץ געמוזט אויסטוהן די שיך אא"וו, אפילו נאכן ווייזען די TSA Precheck אויף מיין בארדינג פעסס האבן זיי דאס נישט אנגענומען טעהנענ'דיג אז זיי קענען זיך נאר רעכענען מיט א פיזישע פאפיר טיקעט.
נאכ'ן אדורכגיין סעקיורעטי האבן מיר געמאכט אונזער וועג צום געיט. אנקומעדיג האבן מיר געזעהן אז מיר זענען נישט די איינציגע אידן אויף די פלייט. נאך 3 אנדערע אידן וואס פארן אויף ביזנעס שאוס וועלן פליען צוזאמען מיט אונז.
נאכ'ן בארדן האט מען זיך דערזעהן מיט א גאר ליידיגע פלייט. נישט אומזינסט האבן מיר אריינגעכאפט אזא לעצט מינוטיגע דיעל. די באואינג 737 האט געהאט אויף זיך בלויז ארום 25 פאסאנדשירן, 10 דערפון זענען געזעצן אין ביזנעס קלאס.
די פלייט האט זיך געהויבן בשטומ"צ און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן 5 שעה און 20 מינוט פלייט קיין לאס וועגאס.
מיר האבן געלאנדעט און לאס וועגאס ארום 12:00 לאקאלע צייט. תיכף נאכן אפשטייגן פונעם פליגער האמיר זיך באגעגענט מיט די געמבלינג מאשינען. מיר ווייסן נישט צוצורירען צו די זאכן. מיר נעמען דעם שאטעל וואס טראגט אונז צו הערץ קאר רענטעל. אויסגעוועלט האבן מיר א דאדזש פיקאפ טראק און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג.
די נאכט וועלן מיר איבערנעכטיגן און סט. דשארדש יוטא. די וועג אהין נעמט א קנאפע 2 שעה. די ערשטע חלק פונעם וועג פארט מען דורך די הויכשטאקיגע האטעלן מיט וואס לאס וועגאס איז באוויסט. שפעטער האט אונז די הייוועי גענומען צווישן הויכע בערג ווען נאך יעדע פאר פיס מאכט מען גאר שארפע טורנס. פארשטייט זיך אז ביינאכט האט מען גארנישט געזעהן אבער איך גלייב אז מיר זענען בייגעפארן אינטערסאנטע פלעצער.
ענדליך זענען מיר אנגעקומען צום Hampton Inn האטעל. די זייגער ווייזט יעצט 4:00 פארטאגס, אינמיטן וועג האבן מיר פארלוירן א שעה. מיר זענען יעצט 2 שעה גערוקט פון ניו יארק. מיר האבן איינגעטעשקט און זיך געגאנגען אפרוען פארן קומענדיגן טאג.

זונטאג אינדערפרי. מיר דערוועקן זיך צו א הערליכע וויו. ארויסקוקענדיג פונעם פענטסטער זעהן מיר הערליכע שניי באדעקטע בערג און צופיסנס פונעם בארג זיצט א שיינע רעזידענשעל געגענט. מיר האבן געדאווענט שחרית און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.




אונזער ערשטע סטאנציע איז די באקאנטע Zion National Park. די וועג פון סט. זשארדש נעמט ארום א שעה. קומענדיג נענטער דערזעהן מיר שוין די הויך שטאקיגע רויטע פעלזען שטיינער, די וויוס ווערן אלץ בעסער און בעסער.
אנקומעדיג צום אריינגאנג פון די פארק האבן איך געהאט די אפציע צו צאלן $30 אדמישען פי. וויבאלד איך האב אבער געהאט אין פלאן צו באזוכן מערערע נאציאנלע פארקס דאס יאר האב איך געקויפט די יערליכע פעסס וואס געט צוטריט צו אלע נאצינאלע פארקס פאר א יאר צייט. די פעסס קאסט $80 און לוינט זיך צו קויפן אויב באזוכט מען מער ווי 2 נאציאנלע פארקס א יאר.
די Zion National Park איז א הערליכע און אייגענארטיגן שטיק לאנד ארומגענומען מיט הויכע רויטע פעלזן שטיינער און טיפע טאלן. די פארק פארמאגט מערערע הייקינג טרעילס צווישען זיי די פאפולערע 'ענדשילס לענדינג' טרעיל. אזוי אויך לויפט דארט דורך א נידריגע טייך וואס אין די זומער חדשים נוצען דאס מענטשן אויס צו כאפן א שפאציר אינעם טייך.
מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן פארק ראוד וואס לויפט מערב זייט פונעם פארק, די ראוד שלעגענגעלט זיך דורך צווישן די פעלזן שטיינער. דא און דארט האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי פארשידענע וויו פוינטס און אריינגענומען די נפלאות הבורא.
אנקומעדיג צום סוף פון די ראוד האמיר געמאכט א U-Turn און צוריקגעדרייווט די זעלבע ראוד אנצוקומען צום אינטערסעקשן. ביי איין פונקט האבן מיר געזעהן ווי די פארק באאמטע האבן אפגעבלאקט א חלק פון די ראוד וואס מיר זענען נארוואס געפארן צוליב א מאנגל אין פארקינג ביי פארשידענע אפשטעל פלעצער. מיט'ן אנקומען בלויז א קורצע צייט פריער האבן מיר ב"ה זיך איינגעשפארט פון דארפן נוצן דעם שאטעל און פארלירן טייערע צייט.




ביים אינטערסעקשן האבן מיר זיך ארויפגעדרייט אויף אן אנדערע ראוד וואס פירט ארויף צו די העכערע חלקים פון די פארק. די ראוד פארט אין א זיג זעג פארעם, נאך יעדע פאר מינוט קען מען זיך אפשטעלן באטראכטן די הערליכע אויגפארכאפענדע וויוס. שפעטער פארט די ראוד אדורך א טונעל אויסגעהאקט אין די פעלזען שטיינער. די טונעל ציט זיך פאר ארום א מייל לאנג. ארויסקומענדיג פון די אנדערע זייט איז מען ארומגענומען מיט שטיינערנע בערג פון פארשידענע קאלירן.






נאך א קורצע צייט דערזעהן מיר זיך שוין ביי די אנדערע זייט פארק. פון דא זענען מיר געפארן די צוויי שעה וועג צו די שטאט Page וואס געפינט זיך אין אריזאנע.
די שטאט פעידש איז א קליינע טאון אין צפון אריזאנע און געפינט זיך אין צענטער פון מערערע אטראקציעס. Antelope Canyon, Lake Powel, Glen Canyon,Horseshoe Bend , זענען צווישען די פאפולערע באזוך פלעצער אין די געגענט.
קומענדיג נענטער צו די שטאט פעידש האט זיך שוין אנגעזעהן די הערליכע סצענעס פון די שטיינערנע בערג אין פארשידענע פארמען, ריזיגע פלאכע מדבר'דיגע שטחים.




אונזער ערשטע סטאפ איז ביי Lake Powell. אפאר מינוט פאר'ן אנקומען האבן מיר אריבערגעשפרייזט די גרעניץ קיין אריזאנע. מיר האבן זיך אפגעשטעלט ביי דיWahweap Overlook וואס געפינט זיך אויף א העכער פלאץ פון וואו מען באקומט א הערליכע וויו פונעם טייך.




פון דארט זענען מיר צוגעפארן צום גלען קעניאן דאמבע. צוערשט האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים .Visitor Center די צענטער פארמאגט פארשידענע אויסשטעלונגען איבער די קאלאראדא ריווער און לעיק פאועל און איבערן דאמבע.
נאכ'ן וויילן דארט א קורצע צייט האבן מיר געכאפט א שפאציר אויפן גלען קעניאן בריק וועלכע לויפט אריבער פארנט פונעם דאמבע דערביי באקומעדיג דעם פולן בילד פונעם דאמבע. די גלען קעניאן דאמבע איז די דריט גרעסטע אין אמעריקע.





פון דארט זענען מיר געפארן צו די פאפולערע Horseshoe Bend. ביי דעם פלאץ זעהט מען וואו די קאלאראדא ריווער וואס לויפט אדורך אונטן פינעם טיפן טאל מאכט א 270 דעגרי טורן.
ביים אנקומען צאלט מען איין $8 אריינצוגיין. פון דארט לאזט מען זיך ארויס אויף א 15-20 מינוט שפאציר אנצוקומען צום אווערלאק.
אנקומענדיג ביים אווערלאק אנטפלעקט זיך אן אויגפארכאפענדע בילד פון די מאסיווע פעלזען שטיינער בשעת די וואסער רוישט פון אונטען. די טאל איז 1000 פיס טיף. אראפקוקענדיג פון אויבן זעהן מיר קליינע מענטשן וואס פארברענגען אונטען, ווי ס'שיינט זענען די מענטשן אנגעקומען אהין מיט שיפלעך.
מיר האבן דארט פארברענגט א שטיק צייט ביז מיר האבן זיך אויסגעדרייט און צוריקשפאצירט צום פארקינג לאט.




פון דא האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן צוויי אהאלב שעה'דיגע וועג צום גרענד קעניאן ווילעדש ווי מיר וועלן איבערשלאפן פאר די נאכט.
צוביסלעך האט די זון אנגעהויבן אונטערגיין. ביים אנקומען אינעם גרענד קעניאן ווילעדש האבן מיר איינגעטשעקט אינעם Best Western האטעל. די האטעל באשטייט פון מערערע קאמפלעקסן ווען אלעס ווערט געפירט פון די מעין בילדינג. מיר האבן באקומען אונזערע קארטלעך און זיך באקוועם געמאכט אין אונזערע צימערן.
נאכן עסן נאכטמאל, דאווענען מעריב און לערנען אביסל האבן מיר זיך געלייגט פרי שלאפן וויבאלד דעם קומעדיגע טאג דארפן מיר שוין אויפשטיין פארטאגס.

מאנטאג פארטאגס האבן מיר זיך אויפגעוועקט צו א גאר קאלטע וועטער, די טעמפעראטור מעסטער אין די קאר האט געוויזן אז עס איז 20 דעגרי. די וועטערס אין די געגנטער איז אזוי ווי די געווענליכע מדבר וועטער ווען ביינאכט גייט די טעמפערארור אראפ גאר נידריג און בייטאג קענען די נומבערס ארויפגיין צו 50-60 דעגרי (אין ווינטער).
מיר האבן זיך ארויסגעלאזט צום גרענד קעניאן נאציאנאלע פארק וואס געפינט זיך געציילטע מינוטן פון אונזער האטעל. אונזער ציל איז געווען צו כאפען דעם זון אויפשיין ביים קעניאן.
לכתחילה האבן מיר געפלאנט אריינצוכאפן און זיך אפצושטעלן ביי מערערע וויו פוינטס. למעשה נאכן רעדן מיט די פארק באאמטע האבן מיר מחליט געווען אז א יעדע וויו פוינט איז מער ווייניגער די זעלבע דערפאר וועלן מיר זיך האלטן מער אין די געגענט פון די פארק אריינגאנג.
אפאר מינוט פארן נץ החמה האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי איינע פון די וויו פוינטס, ווי מיר זענען געגאנגען באטראכטן די הערליכע וויו.
די אויגפארכאפענדיגקייט פון די גרענד קעניאן איז נישט שייך אראפצוגעבן אין בילדער דאס איז עפעס וואס מען דארף מיטלעבן לייוו. די גרויסקייט און מעכטיגקייט פון די קעניאן לאזט באזוכער שפראכלאז. עס שרייט זיך ארויס 'מה רבו מעשיך ה'. וואס האט מיר די מערסטע געכאפט איז די טויש אין לענדסקעיפ ווען פון איין זייט איז דא א וואלד באוואקסן מיט ביימער און אפאר פיס ארויפצו עפנט זיך א ריזיגע אפענע טאל.
נאכן פארברענגען א שטיק צייט מיטהאלטענדיג די זון אויפשיין העכער די קעניאן האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי נאך אפאר וויו פוינטס צווישן זיי די מערסט פופעלערע Mather Point.







פון דארט האבן מיר געמאכט אונזער וועג צוריק צום האטעל וואו מיר האבן געדאוונט שחרית אונטערן רושם פון די געוואלדיגע נפלאות הבורא.
די קומענדיגע סטאנציע איז די שטאט 'סעדאונע'. מיר לאזן זיך ארויס אויפן צוויי שעה'דיגע וועג,. דיGPS האט אונז געגעבן צוויי אפציעס, מיר האבן אויסגעוועלט די וועג וואס לויפט דורך הייוועי 89 די וועג נעמט אפאר מינוט לענגער אבער מען ווערט באלוינט מיט הערליכע וויוס אנקומענדיג נענטער צו סעדאונע.
די שטאט 'סעדאונע' געפינט זיך אינמיטן וועג צווישן פיניקס און די גרענד קעניאן. די פלאץ איז באוואוסט מיט אירע הערליכע רויטע שטיינער בערג, אויגפארכאפענדע פאנאראמעס און מערערע הייקינג טרעילס.
צוערשט האמיר זיך אפגעשטעלט ביי די Midgley Bridge Picnic Area וואו מיר האבן געכאפט א קורצע שפאציר צו באטראכטן דעם ארום. אויפ'ן ארט געפינט זיך א בריק וועלכע לויפט אריבער העכער א טיפע טאל און זעהט אויס זייער דראמאטיש.





פון דארט זענען מיר צוגעפארן Sedona Airport Scenic Lookout די וויו פוינט געפינט זיך נעבן דעם עירפארט וועלכע זיצט אויף א בארג. אראפקוקנדיג באקומט מען א הערליכע וויו פון די שטאט און די בערג ארום.






מיר האבן זיך אפגעשטעלט ביי נאך פארשידענע פלעצער ביז די זייגער האט געוויזן אז עס צייט זיך ארויסצולאזן קיין פיניקס.
די וועג פון סעדאונע קיין פיניקס נעמט נאך א גוטע 2 שעה. אונזער פלייט איז געווען געסקעדשולט אויף 5:00. מיר האבן צוריקגעטראגן דעם קאר צו הערץ און פון דארט געפארן צום עירפארט, פון וואו מיר זענען בשעה טובה צוריקגעפארן קיין ניו יארק.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

הערליך
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

Wow wow!!!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך איז נישט די ווארט!

(אסאך בילדער לאזט די פילטער נישט דורך, האט נאך איינער די פראבלעם?)
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

זייער אינטערסאנט ! ווי אלס האסטו שוין באזוכט?
שטיינער קריכער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיינער קריכער »

מאסיוו!!!
זייער גוט אויסגעפלאנט.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

woof!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
בכלל יא
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 12:03 am

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכלל יא »

גאר אינטערסאנט, די פיקטשערס געבן אסאך צי
הויז גרין
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:10 am
לאקאציע:גרינע הויז

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז גרין »

הערליך! הערליך! דיינע רייזעס ווערן נאר מער און מער אינטערעסאנט!
פאר'ן מחליט זיין אז דו מוזט גיין צו גייסטישע הילף. מאך זיכער אז דו ביסט זאט (אבער נישט אנגעגעסן און אראפגעשלעפט) אויסגעשלאפן און אויסגערוהט מיט א קלארע מוח. אפשר וועגן דעם ביסטו געווען נערוועז?
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

WOW!! הערליך איז נישט דאס ווארט.

גאר געשמאק אראפגעשריבן, די בילדער גיט גאר אסאך צו צום אינטערעסאנטקייט.

די בילדער ביים זון אויפשיין איז עפעס 'אוט אוו דיס ווארלד'.
ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

זייער אינטערעסאנט אין אינפארמאטיוו
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
לאנגע וועגן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 6:46 pm

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע וועגן »

יישר כח פאר די הערליכע ארבעט
מיר קוקען ארויס פאר נאך
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: מיין טריפ קיין יוטא/אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

הערליך איז אן אנדער-סטעיטמענט..
האמיר שוין באזוכט אין סאדאנע, דאס איז עפעס שלא מעלמא הדין...
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

דער שיעור שטיבל
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”