שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

די סידי מארקעט איז ליידער א טויטע מארקעט. די מארקעט איז היפש אריבער צו סטריעמינג עפפס. עפל מוזיק, ספאטיפיי, יו טוב מוזיק, וכל מרעין בישין. נאר דערפאר געבן נאך זינגער און פראדוצירער ארויס מוזיק. צו מאכן געלט פון גראסערי האבן זיי זיך שוין לאנג מייאש געווען. מען מאכט שוין נישט קיין געלט פון די רינדיכיגע פלאסטיק'ס מיט מוזיק דערויף.

Jewish music fm האט געעפענט די ערשטע אידישע סטריעמינג עפפ. זיי זענען דאן געקומען מיט עפעס וואס עפל מוזיק און ספאטיפיי האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן ווען ס'איז געקומען צום אידישן קליענט.

זיי האבן צוזאמגעשטעלט א ריזיגע קאלעקציע פון אלטע אידישע מוזיק און געברענגט לפונדק אחד. ר' יום טוב ערליך'ס אלטע סידיס, מודזיץ, פיטסבורג, בעלזא ועוד, סידיס וואס מען קען נישט טרעפן אין ערגעץ. נישט אויף עפל מוזיק און אפילו נישט אנליין. אן אומשאצבארע אוצר אין פולן זין פון ווארט.

איבער 600,000 (!) ניגונים פון אן א שיעור אלבומ'ס. אלטע נייע אלעס. יארן הארעוואניע איז אריין אין דעם קאלעקשען. ניגונים וואס מען קען נישט טרעפן אין ערגעץ קען מען דארט טרעפן.

אבער ווער עס איז באקאנט מיט די Jewish music Fm אפליקאציע איז ווארשיינלעך באקאנט מיט די אויסטערלישע נישט 'יוסער פרענדלי' עקספיריענס וואס באניצער געניסן ביים זיך באניצן מיטן סיסטעם.

ס'איז ניטאמאל געווען שייך ווי די ברכה זאל חל זיין. די עולם האט נישט געוואוסט ווי אזוי זיך צו באניצן דערמיט און ווי אזוי צו נישטערן אין די ארכיוון.

דער פלאץ וואס האט סחורה וואס איז נישטא צו באקומען אין ערגעץ אויפן כדור איז געווען פון איין זייט א גאלד גרובן פאר חובבי מוזיק אבער פון צווייטן זייט א ווייטאג אין האלז צו נישטערן אין די אומשאצבארע אוצרות.

איש בשורה אנוכי היום.

די חברה וואס שטייען אונטער Jewish music fm זענען נארוואס ערשינען מיט א הערליכן איבערגעמאכטע עפפ גערופן 'זינג'. עס פארמאגט די זעלבע אינהאלטסרייכע תוכן אבער די עפפ איז שנעל און געשמאק צום באניץ. ס'איז צוגעקומען א נייע געוואלדיגע סערטש פונקציע און די סיסטעם ארבעט א מחיה.

אז מען רעדט פון סטריעמינג עפפס ברויך מען דערמאנען אז ס'איז גענצליך אן אנדערע דערהער פון 6\24.

ווי באקאנט איז די 6\24 סטריעמינג עפפ ארויסגעקומען נישט צו לאנג צוריק מיט א קלארע ציל, לוחם זיין קעגן טעכנעלאגיע. זיי זענען געקומען אלס כשר'ע אלטערנאטיוו צו עפל מוזיק און ספאטעפיי מען זאל נישט ברויכן פאשען אין מבואות המטונפות. זיי האבן אלעס וואס עפל מוזיק און ספאטעפיי האבן אבער נישט מער. זיי זענען דא אז דער קליענטעל וואס הערט ישי ריבו און שוואקי זאלן עס אויפהערן צו הערן אויף ספאטעפיי נאר אריבערקומען צו זיי. אבער אז איינער וויל הערן אלטע סידיס אדער אנצינדען קינדער סידיס אינדערהיים ווי לחיים קינדערגארטן, אלטע מעשיות ועוד האט ער נישט ווי דאס צו הערן. 6\24 איז טאקע נישט געקומען צוליב דעם. זיי זענען דא בלויז אלס אלטערנאטיוו. אז דו וועסט זוכן משה גאלדמאן סידיס וועסט עס נישט טרעפן. אז דו וועסט זוכן קינדער סידיס וועסט עס נישט טרעפן.

אזוי אויך איז 6\24 געבלאקט ביי געוויסע היימישע פילטער פירמעס ווייל זיי האבן פרויען זינגערס פרויען רעדנערס און ווידעאס. דערפאר איז טאקע די ווענט אין די שולן באהאנגען געווארן מיט קול קורא'ס צו אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור דערוועגן.

זינג איז אפן ביי יעדע פילטער ווייל ס'האט נישט קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע. נישטא קיין אפציע פון קול באשה און נישטא קיין ווידעאס.

די עפפ האט די גרעסטע לייברערי פון אלטע אידישע מוזיק און ס'האט אויך אלע זינגערס און אלע פאדקעסטס פאר בחינם. מען קען הערן א ים אן גארנישט באצאלן. ס'האט אדווערטייזמענטס יעדע פינעף זעקס מינוט אבער אזוי מאכן זיי געלט פון די וואס זענען נישט סאבסקרייבד. אבער נישט אלעס איז עוועילעבל בחינם. געוויסע סידיס וועלן בלויז זיין עוועילעבל פאר סובסקרייבערס. זיי האבן א סאבסקריפשען פראגראם פאר 6.99 א חודש און דאן איז נישטא קיין עדס און אלעס איז עוועילעבל.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דינסטאג מאי 09, 2023 2:24 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

נא... זאגסטאך גוט, האסט א לינק?
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

שכח! אגב, כ׳בין ניי דא אויפן וועלט׳ל, ר׳ איד איר האט א גוטע פעדער!! און איר ברענגט גוט ארויס א פוינט..שכח נאכאמאל..
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 2:15 am
נא... זאגסטאך גוט, האסט א לינק?
אים גוגל פלעי סטאר טייפ אריין zing ס'גייט גלייך ארויף קומען.

@כינור כ'האב עס דאונלאודעט, זעהט אויס זייער גוט ס'האט אלעס וואס איך האב געקענט זוכן, ישר כח.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4308
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 2:15 am
נא... זאגסטאך גוט, האסט א לינק?
https://play.google.com/store/apps/deta ... pplication

--

אויב די ביסט דא.. לייג צו א שלאפן קנעפל, ווען איך שלאף איין דערמיט דארף עס נישט ארבעטן אז גאנצע נאכט...מאך אז מען זאל קענען אנשטעלן אז עס זאל זיך אויסלעשן און א געוויסע צייט.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

ווי קען מען עס טרעפן אויפ apple App Store..איינער ווייסט??
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 3:13 am
ווי קען מען עס טרעפן אויפ apple App Store..איינער ווייסט??
https://apps.apple.com/us/app/jewishmus ... 1389681869
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

וואף. א שיינע עפּפּ געווארן. איך בין שןין א סובסקרייבער פון JM א שטיק צייט, איך בין אייביג געווען אביסל וויזויהייסטעס.. אויף די אינטערפעיס, נישט געשמאק געווען. אבער יעצט פריי איך מיך אז ענדליך איז עס געווארן שיין און גרינג. לוקינג פורווערד
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע:עפעס א פלאץ

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

גראדע צאל איך זיי שוין אפאר חדשים, קיינמאל נישט גענוצט טאקע בלויז ווען איך האב געזוכט אלטע זאכן און קינדער טעיפס. ווייל זייער שטייטע סירטש און זיך נישט קענען באגיין מיט עס, האט עס געמאכט זייער נישט באקוועם. יעצט איז עס באמת שיין און שנעל. הערליכע ארבעט. די סירטש ארבעט אפילו אין אידיש ווען דו ביסט אנגעשטעלט אויף ענגליש.

וואלט איך געקענט באשטיין עס זאל ארבעטן מיט קאר פלעי. איז עס אפילו מעגליך?

און צו עס וועט ארויף גיין נייע זאכן תיכף ווען עס קומט ארויס

באמת א שיינע ארבעט!
חושן המשפט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:13 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושן המשפט »

אויב די ביסט דא.. לייג צו א שלאפן קנעפל, ווען איך שלאף איין דערמיט דארף עס נישט ארבעטן אז גאנצע נאכט...מאך אז מען זאל קענען אנשטעלן אז עס זאל זיך אויסלעשן און א געוויסע צייט.
[/quote]

https://play.google.com/store/apps/deta ... erallmedia
חושן המשפט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:13 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושן המשפט »

Wow a1 האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 2:34 am
דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 2:15 am
נא... זאגסטאך גוט, האסט א לינק?
https://play.google.com/store/apps/deta ... pplication

--

אויב די ביסט דא.. לייג צו א שלאפן קנעפל, ווען איך שלאף איין דערמיט דארף עס נישט ארבעטן אז גאנצע נאכט...מאך אז מען זאל קענען אנשטעלן אז עס זאל זיך אויסלעשן און א געוויסע צייט.
https://play.google.com/store/apps/deta ... erallmedia
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

קען מען הערן אויפן קאמפיוטער דעסקטאפ אויך?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4308
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

חושן המשפט האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 9:01 am
Wow a1 האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 2:34 am
דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 2:15 am
נא... זאגסטאך גוט, האסט א לינק?
https://play.google.com/store/apps/deta ... pplication

--

אויב די ביסט דא.. לייג צו א שלאפן קנעפל, ווען איך שלאף איין דערמיט דארף עס נישט ארבעטן אז גאנצע נאכט...מאך אז מען זאל קענען אנשטעלן אז עס זאל זיך אויסלעשן און א געוויסע צייט.
https://play.google.com/store/apps/deta ... erallmedia
Thanks, but....
דניס קוקט אויס האט די זעלבע פאנקציע, און עס ארבעט.
https://play.google.com/store/apps/deta ... SleepTimer
אטעטשמענטס
Screenshot_20230509_093258_Google Play Store.jpg
Screenshot_20230509_093258_Google Play Store.jpg (157.18 KiB) געזען 6731 מאל
לעצט פארראכטן דורך Wow a1 אום דינסטאג מאי 09, 2023 9:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלאגמעך
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:26 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאגמעך »

יאפ! הערליך איבערגעמאכט.

אויך האבן זיי ארויסגעגעבן א MP3 player נאר מיט זייער עפפ
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

גראדע, אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיי זיך אסאך פארבעסערט אין אלע די הינזיכטן וואס די פותח האשכול דערמאנט נאך מיט דעם Jewishmusic נאמען, די איינציגסטע נייע אויפטוה יעצט איז די אפציע צו הערן אפליין.
סייג לחכמה שתיקה....
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עפעס א מענטש האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 8:52 am
גראדע צאל איך זיי שוין אפאר חדשים, קיינמאל נישט גענוצט טאקע בלויז ווען איך האב געזוכט אלטע זאכן און קינדער טעיפס.
האב איך יעצט געזוכט די אלטע קינדער טעיפ "אברהמעלע", איך קען עס בשום אופן נישט טרעפן.
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

שלאגמעך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 9:36 am
יאפ! הערליך איבערגעמאכט.

אויך האבן זיי ארויסגעגעבן א MP3 player נאר מיט זייער עפפ
ווי קען מען עס קויפן?
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

שלאגמעך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 9:36 am
יאפ! הערליך איבערגעמאכט.

אויך האבן זיי ארויסגעגעבן א MP3 player נאר מיט זייער עפפ
די מישט אויס.
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

שלאגמעך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 9:36 am
יאפ! הערליך איבערגעמאכט.

אויך האבן זיי ארויסגעגעבן א MP3 player נאר מיט זייער עפפ
איך האף אז ס'איז נישט אמת!

24 six איז געווארן געאסרט בעיקר וועגן דעם.
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24287
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

לייבל שטילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 9:42 am
גראדע, אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיי זיך אסאך פארבעסערט אין אלע די הינזיכטן וואס די פותח האשכול דערמאנט נאך מיט דעם Jewishmusic נאמען, די איינציגסטע נייע אויפטוה יעצט איז די אפציע צו הערן אפליין.
די אפליין אפציע איז נאכנישט עוויליבעל...
WhatsApp Image 2023-05-09 at 10.50.49.jpg
WhatsApp Image 2023-05-09 at 10.50.49.jpg (37.46 KiB) געזען 6338 מאל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גוטע בשורה אויב ארבעט זיך עס אויס, און ווערט אפדעיטעד.

איך נוץ שוין לאנג ספאטיפיי מיט הנאה אבער ציפ אין הארץ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח כינור פארן צוצייכענען דעם עפפ
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

איז דא אן אפציע פון הערן אנליין?
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

געלונגענע עפפ!
מיין שאלה איז אויב די זינגערס באקומען געלט פאר יעדע סטרימיניג
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: שפאגל נייע כשר'ע מוזיק עפפ 'זינג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

געוואלדיגע עפפ!!!
איין פיצי הערה: די לאודינג טיים איז אביסל שטייט.
מיין חלק אינעם שמועס...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”